"חבורה לבעלי בתים" געגרינדעט אין וויליאמסבורג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

"חבורה לבעלי בתים" געגרינדעט אין וויליאמסבורג

שליחה דורך זר זהב »

ס'אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט אויפגעברענגע ביז יעצט. -- אין ירושלים ד'אמעריקע וויליאמסבורג האט זיך געעפענט עפעס וואס קוקט מיר אויס ווי א אן ערשטמאליגע זאך, א חבורה פאר בעלי בתים וואס האבן שוין רעטייערט. די מטרת החבורה איז: געווידמעט פאר עלטערע בעלי בתים צו פארברענגען מיט שיעורי תורה, דרשות, געזונטהייט לעקציעס, אד"ג

די חבורה האט זיך געעפענט פארגאנגענעם זונטאג. די אכסניה איז אין ביהמ"ד חרדים אויף ראסס סט. לרגל פתיחת השערים האט אויפגעטרעטן
הרב אב"ד דקהל חרידים. און הרב ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ פשעווארסק, חזנות לכ' ר"ח האט
מען געהאט א שיינעם בעל תפילה.

דער ציהל און מטרה פון ''חבורה לבעלי בתים ווילאמסבורג'' איז צוצושטעלן א געשמאקן און איינגענעמען מסגרת פאר בעלי בתים און עלטערע אידן
וואס האבן שוין רעטייערט, און ווילן אויסנוצן זייער טעג צו פארברענגן אין אן אנגענעם אטמאספערע
מיט אנדערע אידן אינעם זעלבן שטאפל.

זיי שטעלן צו אן אינהאלטסרייכן סדר היום, מיט הערליכע שיעורי תורה, א געשמאקן פרישטאג מידי יום ביומו, סיפירי צדיקים, מסיבות
מזמן לזמן, און צומאל געזונטהייט לעקציעס און אנדערע וויכטיגע שיערים.

ס'דא אויך צוגעשטעלט טראנפארטאציע.

דער סדר היום פון ''חבורה לבעלי בתים" איז ווי פאלגאנד: 9 אזייגער איז שחרית צוזאמען מיט חרדים רב שליט"א, 10 אזייגער פת שחרית, געשמאקער נארהאפטיגער פרישטאג, סיפורי צדיקים דורכ'ן רב שליט"א בשעת פת שחרית. 10:45 שיעור קבוע דורכ'ן ראש החבורה. 11:45 פארשידענע שיעורים דורך בארימטע מגידי שיעורים ומגידים עטליכע מאל א וואך, און דערנאך א געשמעקן מיטאג-צובייס.

דער סדר היום ווערט פארגעזעצט ווייטער יעדע וואך פון מאנטאג ביז דארנעשטיג, אריינגערעכנט זומער.

אויפן קומענדיגן מאנטאג (למשל) איז איינגעלאדענט הרב יונה לאנדאו שליט"א, יו"ר וועד הנסיעות לקברי צדיקים. און אויף מיטוואך
וועט רעדן הר"ר חיים מייזעלס בנושא: חורבן הבית.

מאנטאג פר' פנחס וועט אויפטרעטן ר' סיני מלוביצקי איבער פארשידענע ענינים.

פילצאליגע עלטערע בעלי בתים תושבי העיר רופן אין די טעג אריין דעם נומער call 347 770 7181 און שליסן זיך און אין ראפ פון די חבורה, פריי פון אפצאל אויסצוניצן די טעג אינהאלטסרייך און געשמאק ברוחניום ובגשמיות.

(נאכגעשריבן אביסל פונעם איד)

~~~~~~~~~~~~~~


דאז איט געט עני בעטטער דען דיס?!?!

א פריי פון אפצאל געשמאקן חבורה ... דאווענען, פרישטאג, דרשות, טראנספארטאציע! וואאו ווי! ס'שוין דא אויף וואס ארויסצוקוקן צו די עלטערע יארן! אפשר יעצט וועט לויט מאטי107 טעאריע מיינע יארן אנהייבן גיין שטייטלעך!...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ווער איז דער ראש החבורה? קוקט אויס ווי ער שטייט אוועק פון פרסום, ער שרייבט פון יעדן חוץ פון זיך.
אגב, אויב די שטאט צאלט עס, מאך איך אויף א חבורה אין זאבליטוב פאר דיר.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

photo-2.jpg
photo-2.jpg (42.73 KiB) געזען געווארן 1347 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

דאז איט געט עני בעטטער דען דיס?!?!

יא! איך מאך דאס נישט אוועק, ס'איז א געוואלדיגע זאך. אבער אזוי ווייט ווי איך זע, זענען די עלטערע אידן וואס האבן ליב צו לערנען נישט די עיקר פראבלעם. זיי טרעפן זיך שיעורים און האבן א סיפוק אין דעם. די עיקר פראבלעם האבן די typical המון עם וואס האבן געארבעט און ערצויגן א משפחה אלע יארן. ווען זיי קומען אן צו די זעכציג און ס'איז דא מער צייט אין'ם טאג, ווייסן זיי נישט וואס צו טון מיט עס. לערנען גיבט זיי נישט קיין סיפוק (אדער קענען זיי נישט), און אנדערע אינטערעסן האט זיך ביי זיי קיינמאל נישט אנטוויקעלט ווייל ווער האט דען געהאט צייט אין די יונגע יארן? ממילא ווערן זיי depressed.

וואלט איך געוואלט אז די פראגראם זאל אויך אפפערן רעדנערס אדער אקטיוויטעטן נישט נאר לגבי רוחני. זאכן וואס קען זיי עפענען צו נייע ידועות און skills. געזונט ענינים זענען גוט, אבער איך וואלט געוואלט זען מער.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

---
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אבגד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

אבגד האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:וואלט איך געוואלט אז די פראגראם זאל אויך אפפערן רעדנערס אדער אקטיוויטעטן נישט נאר לגבי רוחני. זאכן וואס קען זיי עפענען צו נייע ידועות און skills. געזונט ענינים זענען גוט, אבער איך וואלט געוואלט זען מער.

אהא! איך הער! מ׳דארף פאר די עלטערע אידן געבן פרישע ידיעות אין גשמיות!
אפשר זאל מען זיי אויך געבן שלום בית שיעורים?


איך גלייב נישט ס'וועט צופיל העלפן, אבער דאס אז זיי וועלן זיך ווייניגער דרייען אין שטוב וועט זיכער זיין גוט פאר שלום בית.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אמותה הפעם, יעצט אז איך ווייס ס'ווארט מיר אפ א חוה"מ חדר, אזא א גן עדן התחתון מימיני מאליבעצקי ומשמאלי לאנדא ועל ראשי חובות און העד טשעקס.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אין מאנרא איז עס שוין לאנג דא בבית מדרש הוניאד.

איך מיין סאיז א פראגראם פון די שטאט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אין וויליאמסבורג איז שוין לאנג דא אזא חבורה, אבער נאר פאר פרויען. עס איז צוגעשטעלט דורך ביקור חולים, און זיי באקומען געלט דערפאר אבער נישט פון די שטאט. כ'מיין אז פון מעט קאונסיל. אזוי אויך איז עס נאר אייינס אדער צוויי מאל א וואך.
פידלער האט א שטארקן פוינט. וויפיל בעלי בתים זענען דען אזוי שטארק אינטערעסירט אין שיעורים א האלבן טאג? כ'גלייב אז לכה"פ 50% איז נישט מסוגל דערפאר. און אבגד notwithstanding, זענען עלטערע אידן זיך מחיה מיט ידיעות כלליות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב שוין געהערט פון אזא זאך פאר עלטערע אידן אין די בית רחל זאל. שוין עטליכע יאר, מפי השמועה. איז עס נישט איינס און דאס זעלבע?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

יא יא שמעקי בית רחל האט שוין אזא פראגראם פאר מענער אויך,
גייט שוין אן א שיינע פאר יאר און דער לאבין פון חרדים געט דארט שיעורים יעדן טאג, ווי איך פארשטיי איז די מטרה דערפון בלויז אפאר בילדער פון בענדשעמין פרעהקלין,
ענד איי דאונט בלעים הים, ווי לאנג ער שטעלט אהער א שיינעם פראגראם מעג ער אראפנעמען אפאר בילדער פאר זיך, בקיצור ער איז נאך אלעם בעסער ווי oda
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דעת תורה האט געשריבן:
איך מיין סאיז א פראגראם פון די שטאט.

וואס דען האסטו געמיינט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז א נייע פראגראם, זיי מאכן סאך מער געלט ווי ביזט יעצט.
אפיציעל דארף זיי צי שטעלן רעקריעשן מאוויס פינג פאנג ארט יאגע קאראיאקי פאר די עלטערע. היות די תורה פארמאגט און זיך אלעס זענען מסודר.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז א נייע פראגראם, זיי מאכן סאך מער געלט ווי ביזט יעצט.
אפיציעל דארף זיי צי שטעלן רעקריעשן מאוויס פינג פאנג ארט יאגע קאראיאקי פאר די עלטערע. היות די תורה פארמאגט און זיך אלעס זענען מסודר.


אה! !That's what I'm talking about
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז א נייע פראגראם, זיי מאכן סאך מער געלט ווי ביזט יעצט.
אפיציעל דארף זיי צי שטעלן רעקריעשן מאוויס פינג פאנג ארט יאגע קאראיאקי פאר די עלטערע. היות די תורה פארמאגט און זיך אלעס זענען מסודר.

וועלכע פראגראם איז עס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט