עקספערטן: מיזלעס אויסברוך קומט פון נישט וואקסינירן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

עקספערטן: מיזלעס אויסברוך קומט פון נישט וואקסינירן

שליחה דורך יידל »

אין א גאר שארפן ארטיקל אין די דעילי ביעסט, שרייבט דר. קענט סעפקאוויט, אן אויסגערופענער מומחה אין עפידעמאלאגיע, אז די לעצטיגע אויסברוך פון מיזעלס אין די היימישע קאמיוניטי קומט צוליב זיך נישט וואקסינירן. סעפקאוויטץ שרייבט אז פון די 48 באשטעטיגטע מיזעלס פעלער, 20 דערפון אין וויליאמסבורג און 28 דערפון אין בארא פארק, איז קיין איין איינציג קינד נישט געווען וואקסינירט! דאס איז שוין די פערטע מיזעלס פראבלעם אין די היימישע ציבור אין די לעצטע זעקס יאר. סעפקאוויטץ שוינט נישט קיינעם.

"אלע פון די אינפעקשוס דיזיזעס פראבלעמען - מיזעלס, מאמפס, הערפיס - וועלכע פאסירן אין איין גרויס פאפולאציע, ברענגט ארויף א פשוט'ע פראגע. און וויבאלד איך לויף נישט פאר מעיאר און איך בין דערפאר נישט קיין נצרך פאר [זייערע וואלן] און אויך וויבאלד איך בין אידיש קען איך פרעגן די פראגע: וואס די פ*** גייט פאר אין די געגנטער פון ברוקלין? וויאזוי און פארוואס טרעפט זיך די זעלבע גרופע איינמאל און נאכמאל מיט די זעלבע פראבלעם פון דעוועלאפען גאנץ ערנסטע אינפעקשאנס וועלכע זענען גענצליך פארמיידבאר?"

http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... oklyn.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

ווילאנג ביז דער שיגאנען 'עלען שטעלן גאנץ כלל ישראל אין א געפאר? דאס וואס איין געמיינדע טוט נישט וואקסינירן קינדער לייגט אין א געפאר אויך די גרעסערע קבוצה וואס טוט זיך יא בדר"כ וואקסינירן והמבין יבין.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

איך פארשטיי נישט פארוואס א "שארפן ארטיקל" איז נויטיג.
ראשית, פארוואס מישן פאקן און מאזלען מיט הערפיס? הערפיס איז מעגליך, געוואנדען אין וועמען דו פרעגסט, תלוי אין מב"פ, און ס'דא פארוואס צו שרייען. מיט שאר מרעין בישין אבער, חסידים אין ברוקלין זוכן זיך נישט דוקא קיין חולאת'ן בשיטה. אז ס'דא א פראבלעם פון נידריגע וואקסינאציע ראטעס קען מען ארבייטן אויף א הסברה קאמפיין, און התאחדות וועט נישט הענגען קיין קול קורא'ס מיטן רמב"ן אויף בחקותי.
והשנית, איז דען דער פראבלעם אייגענארטיג צום ברוקלינער אידענטום? ער געט אנצוהערן אז די טעמע איז פאליטיש הייס און ס'טוט זיך א געמישאכץ פון קירך און שטאט. די אנטי-וואקסין באוועגונג איז אזוי גויאיש ווי די אלגיימיינע מעדיצינישע מיינונג.
דריי, זענען מיר טאקע הינטערשטעליג מיט וואקסינירן? סעפקאוויטץ ברענגט צו די "נוי ענגלאנד" שטודיע איבער די מומפס אויסברויך אין 2009. הגם דער אויספיר איז אז 89% בחורים האבן געקריגען די וואקסין צוויי מאל, און 8% איינמאל, וואס דאס איז גאר העכער די נאציאנאלע דורכשניט, איז קרוב די ניו יארקער ראטע פון 92%, און דאס איז נאר צווישן די וועלכע זענען יא קראנק געווארן. מיטן אריינרעכענען די אפגעשוינטע בחורים, איז די ראטע מסתמא נאך העכער. "ניו ענגלאנד" מוטשעט זיך טאקע צו אויפקומען מיט א טעם פארן אויסברויך, און איז מחדש די "חברותא טעאריע". עכ"פ, כ'ווייס נישט וואו צו באקומען די ציפערן צוטיילט לויטן געגענט, אבער MMR ווערט געגעבן ביינזאם. אז מען איז געדעקט אויף מומפס איז מען געדעקט מיזעלס אויך. קומט אויס לפי דעם אויבנדערמאנטע שטודיע, איז באמת נישטא קיין ערענסטע התרשלות אין דעם ענין.
פיר, סעפקאוויץ אליין איז נישט קלאר וואס די אורזאך פארן מיזלעס אויסברוך איז. ער שפאקולירט אהער און אהין און קומט נישט אויף מיט עפעס זאכליך. אבער דאס ווייסט ער אומצוויידייטיג, עפעס מיט זייער לעבנסשטייגער, און מען דארף זיי צופיקסן. מ'עט זיך נישט לאזן פון זייערע שיקאנירונגען.
דאס אז די אלע מיזעלס אנגעשטעקטע זענען געווען אומאיניוניזירט איז נישט קיין חידוש, ווייל די וואקסין איז גאר ווירקזאם. ווער דען זאל קראנק ווערן, די יא אימיוניזירטע? אוודאי העט מען ווען געקענט פארמיידן מיזלעס פעלער מיט די וואקסין, אויב העכער איין יאר אלט. אבער דאס פארענטפערט נישט א) פארוואס די מחלה איז פארשפרייט ביי אונזער ציבור דייקא ב) פארוואס מומפס איז געווען פארשפרייט ביי אונזער ציבור דייקא ג) און דאס גיבט נישט די רעכט צו באשולדיגען חסידים מיט גלייכגילטיגקייט צו זייער קינדער'ס געזונט, לכאורה צוליב זייערע עקסטרעמע נייטונגען.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הערשי, איך האב פארשטאנען אז זיין טענה איז אז אסאך מער עלטערן ביי אונז גיבן נישט קיין וואקסינען ווי אין אלגעמיין ממילא איז דא מער מיזלס אפעקטירטע ווי ביי אונז.
וועגן מומפס פארשטיי איך אויך נישט פארוואס ער האט עס דערמאנט. לויט ווי איך געדענק האט דאס אפעקטירט די וואקסינירטע גלייך ווי די אומוואקסינירטע, ומהאי טעמא פארשטיי איך נישט פארוואס מ'געט עס בכלל אויב ס'טוט סייווי גארנישט אויף. בנוגע פארוואס עס האט אונז מער אפעקטירט, איז לכאורה מסתבר אז פון דעם וואס מיר גייען אין שול און אין מקוה און מען טרעפט זיך צוזאמען אזוי אפט כאפט מען עס מער אריבער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הערשי,
וואס הייסט הערפיס איז געוואנדן אין וועמען מ'פרעגט? וואקסינען איז דאך אויך געוואנדן אין וועמען מ'פרעגט. דיינע אנדערע נקודות זענען לכאורה קאי וקיימי. לענ"ד - און איך באזיר מיין דעת אויף אנאקדאטעל עווידענס בעלמא - איז דא ביי היימישע אידן בכלליות א רוח פון "וואס ווייסן דען די סייענטיסטן, שמייענטיסטן" און בנוסף לזה איז צוליב דעם ריבוי עם קעניינעהארע, און די מאמעס זענען פאריאגט און פארפלאגט, קומט מען נישט נאך די וואקסינירן לוח-זמנים. עס איז טאקע נישט יוניק צו היימישע אידן, אבער אין די אלגעמיינע סאסייעטי לעבט מען נישט אזוי ווי אין געטא אז די מיעוט עם וואס וואקסינירט נישט האט נישט אזא מעידזשאר השפעה אויף די סביבה, עד כדי עפעדעמיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יאיר האט געשריבן:וועגן מומפס פארשטיי איך אויך נישט פארוואס ער האט עס דערמאנט. לויט ווי איך געדענק האט דאס אפעקטירט די וואקסינירטע גלייך ווי די אומוואקסינירטע, ומהאי טעמא פארשטיי איך נישט פארוואס מ'געט עס בכלל אויב ס'טוט סייווי גארנישט אויף.


דאקטוירים טענה'ן אז געוויסע וואקסינען מאכן אז מען זאל זיין גענצליך אימיון צו די ספעציפישע קראנקהייט און געוויסע וואקסינען מאכט נאר אז ווען מען באקומט שוין די קראנקהייט זאלן די סימפטאמען זיין מילד. א דוגמא איז די flu shots וואס מען קען נאך אלץ באקומען די flu אבער די סימפטאמען זענען גאר מילד אין צוגלייך צו די וואס האבן נישט גענומען די וואקסין.

די זעלבע איז מיט מאמפס. מאמפס קען זיין א שטערבליכע מחלה, אויב אבער האט מען גענומען די וואקסין זענען די סימפטאמען גאר מילד. אזוי זאגן זיי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט