ויהי ממחרת הפראטעסט... און???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

ויהי ממחרת הפראטעסט... און???

שליחה דורך הוגה »

עס איז אדורך א וואך זייט די געלונגענע מעמד קידוש השם, די גרויסע פראטעסט. מען האט שוין געהאט א וואך צו מאכן א חשבן הנפש, איבער צו קוקן די ביכער און אפציילן די רווחים וואס מען האט געמאכט פון די געוואלדיגע ביזנעס דיעל.

קודם איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם צו זעהן אז מען האט אועקגעלייגט אלע פערזענליכע און פאליטישע דיפערענצן למען כבוד שמים. אגודיסטן צוזאמען מיט קנאים, ארונים מיט זאלונים מיט בני יואל, ליטוואקעס מיט חסידים, בעלז מיט מאכנאווקע, קלויזנבורג מיט סאטמער, ,אלע האבן אוועקגעלייגט זייערע אייגענע כבוד אין די זייט למען כבוד התורה. WOW! עס קומט זיי גרויס קרעדיט דערפאר!!!!!!

עס איז געווען א פעסטע הצלחה! מינימום הונדערט טויזנט אידן זענען זיך צוזאמגעקומען (לויט אברהם פרידמאן - און פוציג טויזנט לויט בענדזשעמין פראנקלין) און פראקלימירט אז מיר גייען נישט גיין אין מיליטער. אלע רבנים פון אלע קרייזן האבן געשריגן בפה אחד אז מיר וועלן לאזן אונזערע חסידים ווערן איינגעשפארט אין תפיסה. טויזנטע ישיבה בחורים האבן געהאקט א לעבן פאר אפאר טאג און האבן פארברענט שעות על גבי שעות למען כבוד שמו יתברך.

די מידיע האט געדעקט די פראטעסט, ממש א מחיה!! אפשר נישט די נו יארק טיימס, אבער אסאך בלאגס. די פארווערטס האט עס געדעקט, ס'מוז זיין אז זיי האבן זיך גוט דערשראקן.

און??? ובכן???

וואס האט מען אויפגעטון? וואס איז געווען די פלאן? אז יעצט לכבוד דער פראטעסט זאל יאיר לפיד רעזיגנירן? האט איינער געזעהן עפעס אין די נייעס אז מען האט מבטל געווען די שווערע גזירה? לאמיר אנהייבן אויסצורעכענען וויפיל געלט, צייט, כח, און אסאך אנדערע סעקרעפייסעס דער פראטעסט האט גענומען, און עס רעכענען כנגד די ריוח וואס מיר האבן (נישט) געמאכט. זאל איינער אויסרעכענען אלע נעגיטיווע תוצאות אקעגן די פאזיטיווע תוצאות וואס דער פראטעסט האט (נישט) צוגעברענגט.

יא, רבי אהרן איז יעצט די מלך העולם, יא די התאחדות איז מעכטיג, די איד/בלאט/צייטונג האבן משחית געעווען נאך אפאר טויזנט פאפירן מיט אקסן-אפפאל. עס איז געלונגען פאר חסידי הרב שמואל אויערבאך צו געבען א קליינע פליק פאר הרב שטיינמאן. אבער וואס האבן מיר דערפון? וואס האט דער בחור וואס האט נעכטן באקומען זיין צו גיוס פון די גאנצע פראטעסט?

עס זענען געשטאנען רעדנער ביי די גרויסע מיקרעפאן און געשריגן יללות איבער די שיקזאל פון די טייערע הייליגע בחורים, אונזערע בחורים, אז מען גייט זיי לייגן צוגרינד. דאס זענען די זעלבע וואס טוען מיט א קאלט-בלוטיגקייט ארויסשליידערן צענדליגע בחורים אין די גאס אן קיין ישיבות! דעמאלטס גייט זיי גאנץ ווייניג אן וואס וועט געשעהן מיט די בחורים. דעמאלטס טוט זיי שוין נישט אזוי וויי די כבוד השם ותורתו.

איך ווייס אז איך האב מיטן אפשרייבן מיינע בויך קרעמפן דא זיך איינגעהאנדלט א טוץ קללות. אבער איך האב נישט מורא צו שרייבן די אמת. איך האב געמאכט א סך הכל און דאס זענען די תוצאות פון לעצטע וואכעדיגע פראטעסט.

ביטול תורה פאר טויזנטע בחורים
ראיות אסורות פאר הונדערט טויזנט אידן
ביטול זמן און צוגענומען צייט פון די משפחות פאר טויזנטע אידן
אן א שיעור געלט געווארפן אין די גארבידזש
מבלה געווען אן שיעור זמן פון געטרייע עסקנים וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר וויכטיגערע זאכן
אנגע'חזר'ט די גאסן פון באראפארק, וויליאמסבורג, מאנסי און מאנראו
גזירת גיוס איז נאך אלץ אין פולן קראפט
הונדערטער בחורים ווערן א יעדע בין הזמנים ווייטער געשליידערט אין די גאסן דורך אונזערע מנהיגים און ראשי ישיבה
קאלט געמאכט דעם עולם אז נעקסטע מאל ווען מען דארף צוזאם נעמען דעם עולם פאר וויכטיגע זאכן וועט מען נישט קומען
נאך מער ביליגער געמאכט (אויב ס'מעגליך) די רבנים בעיני העם

וואס האלט איר? אדרבא, לאמיר הערן וואס איז אייער חשבון הנפש פון די גרויסע מאסן דעמאנסטראציע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס טוט זיך מיט '' מיר דארפן טאן נישט אויפטאן''? דאס האט נישט א חדר אינגעל געזאגט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה האט געשריבן:קודם איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם צו זעהן אז מען האט אועקגעלייגט אלע פערזענליכע און פאליטישע דיפערענצן למען כבוד שמים. אגודיסטן צוזאמען מיט קנאים, ארונים מיט זאלונים מיט בני יואל, ליטוואקעס מיט חסידים, בעלז מיט מאכנאווקע, קלויזנבורג מיט סאטמער, אלע האבן אוועקגעלייגט זייערע אייגענע פארשטינקענע כבוד אין די זייט למען כבוד התורה. WOW! עס קומט זיי גרויס קרעדיט דערפאר!!!!!!

אילו לא באנו אלא בשביל זה דיינו. דאס איז א געוואלדיגע ליעפ פארווערד.
לאמיר האפן אז דאס וועט זיין די הנחת אבן הפינה פאר א קומענדיגע גענצליכע שלום צווישן אידן, וואס וועט ברענגען משיח.

אבער חוץ מזה, קיינער האט נישט פאראויסגעזאגט אז די גזירה גייט בטל ווערן.
צי זיי האבן זיך דערשראקן? כ'קען נישט זאגן זיי זענען געווארן בלאס ווי די וואנט; אבער איך גלייב (נישט באמונה שלימה) אז די איזראעליס זענען נישט אזוי רואיג ווי בעפאר, זיי ווייסן בעסער ווי אייביג אז אין אמעריקע שלאפט מען נישט. זיי וועלן זיכער צוגיין מיט זייערע גזירות מיט מער כובד ראש, און נישט זיך ווארפן מיט א הפקירות.
עט ליעסט אזוי האף איך.
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מר הוגה, אשטאט זיכען צו מאכען א חשבון הנפש אויף אזויפיל מענטשן ווי למשל ר' אהרן/רז"ל/התאד"ה/עד"ה/טויזענטער בחורים/רש"א/דער איד/דער בלאט/טויזענטער משתתפים/ראשי העדה/ר"א שעכטר/קהילת בעלז/פאפא/ראכמעסטריווקע/וויזניץ/ליטאים/רא"ב וואכטפויגל/ועוד

מאך א חשבון הנפש אויף א איינצעלע מענטש מיט א ניק הוגה, און פראביר צו דערגיין פון ווי עס נעמט זיך דאס משוגעת אויפצובויען א שטרוי מאן - כאילו די פראטעסט גייט פירען צו די רעזיגינאציע פון יאיר לפיד - און דערנאך האקען דערמיט טויזענטער אידן,

איך לייקען נישט די פאקט אז די ביסט קליגער פון גי אלע צענדליגער טויזענטער מענשטן וואס האבן פאר א פרינציפ זיך געשלעפט און די 80 דעגרי היצען אויפן גאס, און אז ביסט קליגער פון די אלע סוקספולע ביזנעסלייט וואס האבן צושטייער געגעבן פאר די מערכה, עס איז בלי שום ספק אז דו מיט דיין בליק ביסטע קליגער מער באזעצן און מער דורוך געטראכט,

פארט וועט זיין כדאי אז זאלסט באטראכטען די בילדער און אויפזיכען דערין צום ווייניגסטענעס 30 - 50 סוקסעפולע מענטשן, דערנאך זיך קיקען אין שפיגעל און מאכען א אייגענע חשבון הנפש, וועסט שנעלער אנקימען מיט דיין אייגענע סך הכל ווי פראבירען מאכען א חשבון הנפש אויף אזויפיל טויזענטער מענטשן,

פראביר, וועסט זיכער האבן הצלחה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

האלט דיך רואיג מיסטער בדחן.
ער זאגט א נקודה וואס באדערט אונז אלע. נאר וואס דען, כך הוא דרכה של פראטעסט, מ'האפט און מ'וויל אז צובילסעך זאל עס עפעס אויפטון אמאל מער און אמאל ווייניגער.
וואלט ווען יעדער געמאכט אזעלכע חשובונות ווי הוגה וואלט נאך אמעריקע געווען אין קריג מיט וויעטנאם און מארטין לוטער קינג וואלט נאך געדארפט נוצן אן אפגעזונדערטן בית הכבוד'ל.
מ'שרייט און מ'שרייט ביז מ'ווערט הייזעריג אדער מ'טוט עפעס אויף, וועלכעס ס'קומט קודם.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:האלט דיך רואיג מיסטער בדחן. ער זאגט א נקודה וואס באדערט אונז אלע.


די פראטעסט באדערט נישט קיינעם, פארקערט יעדער וואס איז געווען אדער עס געשטיצט איז העכסט העפי מיטען פראטעסט,
עס איז נישט מער ווי נאך א ענגל פון ארויסצוברענגן די אלטע אויסגעדראשענע טענה אז קיינער און גארנישט איז נישט גוט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בדחן, ביזט ווילד.
הוגה פרעגט טאקע אן, ביי אזעלכע סוקסעספול מענטשן ווי דיר, ער וויל פשוט וויסן וואס מ'האט אויפגעטוהן.
אויב דו קענסט אים נישט ענטפערען נאר מיט קללות און גידופים, כנהוג, דאן ווייס איך שוין די עכטע תירוץ..
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווי יואליש האט שוין מסביר געווען אינעם פראטעסט אשכול, איז דער ציל פונעם פראטעסט בכלל נישט געווען די גאס, די ציל איז אויפצובויען אונזער אייגענעם אידענטיטעט, מיר גייען צו פראטעסטן ווייל מיר שלאגן זיך פארן שיטה, און מיר קענען אפילו איבערצייגן די ליטוואקעס צו קומען צו אונז, און קוק ווי די ניו יארק פאוסט שווענדעט פונקט 132 ווערטער צו באשרייבן דעם פראטעסט וכו'.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אט איז א שטיקל פון א לאנגע מכתב קודש אין דבר"י מכתבים א ברכת השנה שנת תשי"ט, נאכן פראטעסט אין וואשינגטאן, ווי דער רבי שרייבט אז ס'נעמט אראפ דעם חרון אף (credit)

Photo_06.jpg
Photo_06.jpg (26.63 KiB) געזען געווארן 2037 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פארדעם דרייט מען איבער ישיבת בית מאיר... כ'מיין גאנץ טעלז?
פארוואס נישט געבען אפאר טאללער פאר "סיוע" /עקשטיין אראפ צו נעמען דעם חרון אף?
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

אראפנעמען דעם חרון אף קען מען אויך דורך זאגן די פרשה פון קטורת מתוך קלף...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:בדחן, ביזט ווילד.
הוגה פרעגט טאקע אן, ביי אזעלכע סוקסעספול מענטשן ווי דיר, ער וויל פשוט וויסן וואס מ'האט אויפגעטוהן.
אויב דו קענסט אים נישט ענטפערען נאר מיט קללות און גידופים, כנהוג, דאן ווייס איך שוין די עכטע תירוץ..


קוק ווי שיין דו האסט געפרעגט זיין שאלה און פינף ווערטער, לעומת זה ווי פראוועקיטוו זיין שאלה איז געווען.. און פראבירט אראפ צו ברענגן טויזענטער מענשטן וואס האבן זיך געמיטשעט פאר א פרינציפ,
איך האב פשוט פראבירט צו ענטפערן אויף זיין שפראך ווי יענער שווארצער אין באנק ביים סיינען די טשעק, און הוגה האט זיך שוין באווארענט אז דאס איז די שפראך וואס ער רעדט מיטען צולייגען די ווערטער:

הוגה האט געשריבן:איך ווייס אז איך האב מיטן אפשרייבן מיינע בויך קרעמפן דא זיך איינגעהאנדלט א טוץ קללות. אבער איך האב נישט מורא צו שרייבן די אמת.


פארשטייסט? הוגה פרעגט א אנדערע סארט שאלה, און איך האב גענפערט אויף יענע שפראך, איך זיכער נישט געוואלט שעלטן א איד.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יידל האט געשריבן:ווי יואליש האט שוין מסביר געווען אינעם פראטעסט אשכול, איז דער ציל פונעם פראטעסט בכלל נישט געווען די גאס, די ציל איז אויפצובויען אונזער אייגענעם אידענטיטעט, מיר גייען צו פראטעסטן ווייל מיר שלאגן זיך פארן שיטה, און מיר קענען אפילו איבערצייגן די ליטוואקעס צו קומען צו אונז, און קוק ווי די ניו יארק פאוסט שווענדעט פונקט 132 ווערטער צו באשרייבן דעם פראטעסט וכו'.


ממש אזוי.

דאס איז עס, ממש אזוי, קיינער האט קיינמאל נישט געוואלט אויפטוהן פאר די גיוס בני ישיבות, נאכמער, עס גייט באמת נישט אהן די סאטמארע דער גאנצע שינוי אין דער געזעץ, ווייל אנדרעש ווי די געוועהנליכע ארץ ישראל'דיגע בחורים, באקומען סאטמערע בחורים אין ארץ ישראל א פטור, נישט קיין דיחוי, ווייל זיי מאכען זיך משוגע און האבען נישט קיין בושה פאר די "ציונים" וכו', משא"כ די געוועהנליכע פרומע בחורים קענען דאס נישט טוהן, און מאכען א דיחוי, און דער דיחוי וויל מען יעצט מבטל זיין, נישט דער פטור'ס וואס די סאטמערע בחורים ניצען.

אלא מאי, וואס האט מען דא געוואלט? פשוט ווייזען אז סאטמאר איז עומד בראש פין די יהדות החרדית בגולה, און ווען סאטמאר מאכט א פראטעסט קעגען די ציונים האבען נאך אלע אנדערע קהילות זיך צוגעשטעלט צו סאטמאר, און עס איז געוועהן הוחזרה עטרה ליושנה.

און??? אוי איז דאס אן אויפטוה, יעדער סאטמארע וואס איז געוועהן איז שטאלץ פין דער פראטעסט און האט הנאה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אין די לעצטע וואך צייט האב איך אלץ נאר געהערט איבער די געוואלדיגע סוקסעס פון צוזאמברענגן אלע צוקריגטע פראקציעס (כאילו ס'איז מער נישט קיין בושה אז די גדולי ישראל לעבן במחלוקת) און איבער די פאקטן אז דער און דער צייטונג/וועבזייטל האט יא אדער נישט באריכטעט די פראטעסט. קיין איין ווארט איבער דאס פארמינערונג פונעם חרון אף ביז יעצט (ס'האט זיך שוין אויסגעצאלט די אשכל) אדער איבער די אויפטו בנוגע די גזירה גופה. כאילו דאס איז נאר א זייטיגע נושא. פארדעם האב איך געפרעגט.

די קאנטראסטישע טענות ומשלים וואס איך האב גענוצט, זענען טאקע אין ריספאנס צו מיינע פערזענליכע געפילן צום פראטעסט, סיי בנוגע די עצם ענין, כ'זעה נישט ווי אזוי אזא זאך קען אויפטון. און סיי בנוגע די שקר; אויב באדערט די פראבלעם מיט בחורים וואס פאלען אוועק, דאן האבן מיר פראבלעמען נענטער צו אונזער היים, וואס קענען גרינג געלעהזט ווערן, און די פאר דאלער קענען אויפטון אסאך אסאך מער.

הרב בדחן, איך ריספעקטיר שטארק ווי איר האלט זיך פעסט מיט וואס איר האלט איז ריכטיג. דאס וואס איר טענה'ט אז איך זאל גיין פרעגן ביי די צענדליגע סוקסעספול ביזנעסלייט. איך האב עס געטון איך האב מיך אדורך געשמועסט מיט צענדליגע סוקסעספול און קלוגע אידן וואס האבן נישט געשטיצט און האבן זיך נישט באטייליגט ביים ריזן מעמד, און פון זיי האב איך באקומען מיינע קושיות והערות. זיי האבן געמאכט די זעלבע חשבונות ווי איך האב געשריבן אויבן. לאחר ככלות הכל, זעהט מיר אויס אז זיי זענען טאקע געווען גערעכט.

אגב, די איינציגסטע וועג ווי אזוי איך קען פארשטיין די אויפטו פונעם פראטעסט איז פון א סאטמארע שטאנדפונקט. עס איז געווען א געלעגנהייט צו קומען קבל עולם ומלואו און פראקלימירן אז אין לנו חלק עם שלטון הציונים. די פראבלעם מיט דעם איז אז בשעת'ן פראקלימירן האט מען זיך מחבר געווען מיט די ציונים אליינס. און די אגענדע פונעם פראטעסט האט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער דעם, און נאכן פראטעסט האבן די צייטונגען אויך נישט.

איך זעה דא צוויי געווינערס, די צוויי אדמורים מסאטמאר (ווי איחוד האט שיין ערווענט) . און די גרעסטע לוזערס זענען געווען די בני הישיבות, סיי בא''י און סיי בגולה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

הוגה, בדחן האט דיר גבעטן זאלסט פרעגן סוסעקספול ביזנעסלייט וואס זענען יא געווען דארט, די פאלגסט נישט...
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

הוגה, וואס דרייסטו א קאפ? דעם ארטיקל האסטו פונקט אזוי געקענט שרייבן 2 וואכן צוריק, און אלע פוינטס וואלטן געווען די זעלבע וועליד.

דו מאכסט עס כאילו אחרי ככלות הכל שטעלט זיך ארויס אז מען האט נישט אויפגעטון, כאילו איצט ביסטו קלוגער ווי 2 וואכן צוריק. דאס איז גוט פאר דעמאגאגיע. אין פאקט האט זיך גארנישט געביטן, די פראטעסט איז געווען א זעלטענע סוקסעס און דערגרייכט דאס מערסטע וואס זי האט געקענט. אלעס וואס דער פראטעסט האט געברויכט און געקענט אויפטון, האט עס אויפגעטאן. דאס איבריגע (ד.מ. אין דעם פאל - עפעס א שאקל געבן אין ריכטונג פון מבטל זיין די גזירה) האט קיינער סייווי נישט געטראכט אז עס וועט געשען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דעת תורה האט געשריבן:הוגה, וואס דרייסטו א קאפ?

די פראטעסט איז געווען א זעלטענע סוקסעס און דערגרייכט דאס מערסטע וואס זי האט געקענט. אלעס וואס דער פראטעסט האט געברויכט און געקענט אויפטון


פרטים ביטע? אדרבא, כ'וויל זיך אויך פרייען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

טון און נישט אויפטון, אראפנעמען דעם חרון אף, גרויס מאכן סאטמאר, צוזאם ברענגען קריגערישע פארטייען אין סאטמאר וכן הלאה על זה הדרך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ר' מנשה פילאפ שרייבט אז די ציל פינעם פראטעסט איז געווען צו תפילה טוען ברחובה של עיר. די מקור איז, זאגט ער, א גמרא אין תענית עס שטייט דארט אז בעת צרה יוצאים להפגין [לשון הגמרא- צאו והפגינו בלילה].
די שאלה בלייבט איבער פארוואס מען האט עס נישט געמאכט אויף ראדני אדער בעדפארד, און פארוואס מען האט עס נישט געמאכט ביינאכט כלשון הגמרא.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

נו, איך האב דאך שוין אויבן געשריבן אז די winners פון די פראטעסט זענען געווען די צוויי סאטמארע רבי'ס. והא ראי' אז דאס איז די גאנצע וואס די צוויי פארטייען זענען פארנומען מיט זייט די פראטעסט. איך האב קיין ווארט נישט געזעהן איבער הסרת חרון אף אבער לא ראינו אינו ראי'.

מיר איז אבער אויך קלאר אז די גרעסטע losers זענען געווען די בני הישיבות, און די סיבה איז ווייל בעצם קימערט זיך נישט קיינער מיט זיי, אלע זענען נאר פארזארגט אז 'מיין' ישיבה זאל זיין די גרעסטע און די בעסטע. כמו שנתבאר בכמה מקומות בק''ש.

סתם פאר נייגעריגקייט:

דעת תורה האט געשריבן: וכן הלאה על זה הדרך.


איר קענט אילאבערעיטען?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

באמת זינט ווען און די לעצטע 30 יאר אדער מער האט א פראטעסט דא און די יו עס מבטל געווען א גזירה קעגן די חרדים, און בכלל רעדט מען איצט נאך און די גאר פריע סטעיטזשעס פון די מערכה.
סאיז נאר מער ווייניגער געווען אן התחלה פאר די זאך וואס גייט נעמען 3 אדער 4 יאר ביז מען וועט זיך נעמען אויספירן די גיוס בפועל, און דעמאלס וועט זיכער א מערכה דאהי אויפטאן און דעם סענס צי געבן חיזוק פאר די משתמטים אז משטייט מיט זיי מיט פון איבעראל.
און איך וויל גלייבען אז ווען ס'וועט קומען דערצי וועלען אלע חלקים פונעם חרדישען ציבור מיטשטיין מיט די הפגנות אדער וואס אימער מוועט זעהן פאר נויטיג אזוי ווי ס'איז געווען ביי גיוס בנות 60 יאר צירוק.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

הוגה האט געשריבן:ויהי ממחרת הפראטעסט... און???


ווער האט דיר איינגערעדט אז ס'האט געזאלט עפעס פאסירן ממחרת הפראטעסט?
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

האט מיר איינער ארויסגעברענגט אז די עיקר תכלית פון די פראטעסטען און כינוסים איז צו ווייזן פאר די פאלאטישאנס אין ניו יארק אז מיר האבן אסאך מענטשען און מיר פירן זיי ביי די נאז און מיר קענען דעליווערן וואוטס.

אויב וועט איר גוט צו לייגן קאפ וועט איר אנמערקען אז יעצט איז די וואלן סיזאן און מען דארף ווייזן פארן קומענדיגן מעיאר אז מיר קענען דעליווערען אפאר טויזענט קעלבלעך. די פאליטישאנס פארשטייען די רמז און וועלן ווייטער שיקן מיליאנען פאר די עסקנים און טאש (ליין ODA. UJO. PARCCARE. SHOMRIM. TITLE1. E-RATE. וכדומה)

דאס איז אויך די סיבה פון די איחוד הקהילות כינוסים ברחובה של עיר.

יעצט פארשטיי מיר שוין פארוואס יעדער איז קופץ בראש.
יעצט פארשטיי מיר שוין פארוואס דווקא ברחובה של עיר.
יעצט פארשטיי מיר שוין פארוואס דווקא אין מאנהעטאן.
יעצט פארשטיי מיר שוין פארוואס סוקסעספולע ביזנעסלייט און עסקנים געבן געלט פאר דעם. (זיי זעהן די ROI)
יעצט פארשטיי מיר שוין פארוואס די עסקנים געבן אוועק אזויפיל צייט אויף די מערכות.

ווארטץ ביז נאך די וואלן וועט אלעס ווערן צוריק רואיג, ביז די קומענדיגע וואל סעזאן ווען מען וועט זיך ווידער אויפוועקן מיט מערכות.
You must be the change you want to see in the world
פארשפארט