בן-זומא האט געשריבן:איך זע אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די מנהלים און די הנהלה פון די מוסדות, פארוואס זיי ווארפן זיך מיט בחורים און קינדער, און איך פארשטיי אז מענטשן זענען אנגעווייטאגט, אבער דער פאקט איז אז זיי זענען נישט אינגאנצן גערעכט. ווען די הנהלה פון די ישיבות וואלטן געווען פשוט'ע מענטשן וואס ווייסן נישט וואס זיי טוען, דעמאלט וואלט מען נאך געקענט האבן א טענה, אבער פאקטיש ווייסט יעדער אז די חברי הנהלה פון כמעט יעדן היימישן מוסד זענען קלוגע אידן, ערנסטע אידן, איידעלע אידן, וואס האבן זיך געלערנט די מלאכת הקודש פון חינוך ביי די גרעסטע עקספערטן, און זיי פארשטייען צו די נפש פון א קינד בעסער ווי די געטרייסטע עלטערן. ווען זיי מאכן אפ אז א קינד באלאנגט נישט אין קיין מוסד, ווייסן זיי בדרך כלל וואס זיי רעדן.
יעדער ווייסט אז ווען מען מאכט אפ אפצוזאגן א קינד, פאסטן די הנהלה יענעם טאג און זאגן אויס גאנץ תהילים. נאכדעם זעצן זיי זיך צוזאמען און מען איז דן בכובד ראש און מיט צעבראכענקייט כדת מה לעשות. ווען זיי קומען צו די החלטה אז דאס קינד באלאנגט נישט אינעם מוסד, קומט עס פון קלוגע, ערנסטע און געלערנטע מענטשן, מענטשן וואס האבן א געפיל צו א צווייטן איד, און זיי מאכן די החלטה מיט א צעבראכן הארץ און מיט די פולסטע איבערצייגונג אז דאס איז די בעסטע החלטה ע"פ תורה און ע"פ חינוך.
די אלע וואס האבן טענות קענען נישט קיין חינוך און ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט זיך רעכענען מיט א צווייטן.
מען דארף נישט האבן א אולטרא סענסיטיוו דעטעקטאר צו טראכטן פאר א רגע אז דער שרייבער מיינט עס ערנסט.