ויהי ממחרת הפראטעסט... און???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6640 מאל

ויהי ממחרת הפראטעסט... און???

שליחה דורך הוגה »

עס איז אדורך א וואך זייט די געלונגענע מעמד קידוש השם, די גרויסע פראטעסט. מען האט שוין געהאט א וואך צו מאכן א חשבן הנפש, איבער צו קוקן די ביכער און אפציילן די רווחים וואס מען האט געמאכט פון די געוואלדיגע ביזנעס דיעל.

קודם איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם צו זעהן אז מען האט אועקגעלייגט אלע פערזענליכע און פאליטישע דיפערענצן למען כבוד שמים. אגודיסטן צוזאמען מיט קנאים, ארונים מיט זאלונים מיט בני יואל, ליטוואקעס מיט חסידים, בעלז מיט מאכנאווקע, קלויזנבורג מיט סאטמער, ,אלע האבן אוועקגעלייגט זייערע אייגענע כבוד אין די זייט למען כבוד התורה. WOW! עס קומט זיי גרויס קרעדיט דערפאר!!!!!!

עס איז געווען א פעסטע הצלחה! מינימום הונדערט טויזנט אידן זענען זיך צוזאמגעקומען (לויט אברהם פרידמאן - און פוציג טויזנט לויט בענדזשעמין פראנקלין) און פראקלימירט אז מיר גייען נישט גיין אין מיליטער. אלע רבנים פון אלע קרייזן האבן געשריגן בפה אחד אז מיר וועלן לאזן אונזערע חסידים ווערן איינגעשפארט אין תפיסה. טויזנטע ישיבה בחורים האבן געהאקט א לעבן פאר אפאר טאג און האבן פארברענט שעות על גבי שעות למען כבוד שמו יתברך.

די מידיע האט געדעקט די פראטעסט, ממש א מחיה!! אפשר נישט די נו יארק טיימס, אבער אסאך בלאגס. די פארווערטס האט עס געדעקט, ס'מוז זיין אז זיי האבן זיך גוט דערשראקן.

און??? ובכן???

וואס האט מען אויפגעטון? וואס איז געווען די פלאן? אז יעצט לכבוד דער פראטעסט זאל יאיר לפיד רעזיגנירן? האט איינער געזעהן עפעס אין די נייעס אז מען האט מבטל געווען די שווערע גזירה? לאמיר אנהייבן אויסצורעכענען וויפיל געלט, צייט, כח, און אסאך אנדערע סעקרעפייסעס דער פראטעסט האט גענומען, און עס רעכענען כנגד די ריוח וואס מיר האבן (נישט) געמאכט. זאל איינער אויסרעכענען אלע נעגיטיווע תוצאות אקעגן די פאזיטיווע תוצאות וואס דער פראטעסט האט (נישט) צוגעברענגט.

יא, רבי אהרן איז יעצט די מלך העולם, יא די התאחדות איז מעכטיג, די איד/בלאט/צייטונג האבן משחית געעווען נאך אפאר טויזנט פאפירן מיט אקסן-אפפאל. עס איז געלונגען פאר חסידי הרב שמואל אויערבאך צו געבען א קליינע פליק פאר הרב שטיינמאן. אבער וואס האבן מיר דערפון? וואס האט דער בחור וואס האט נעכטן באקומען זיין צו גיוס פון די גאנצע פראטעסט?

עס זענען געשטאנען רעדנער ביי די גרויסע מיקרעפאן און געשריגן יללות איבער די שיקזאל פון די טייערע הייליגע בחורים, אונזערע בחורים, אז מען גייט זיי לייגן צוגרינד. דאס זענען די זעלבע וואס טוען מיט א קאלט-בלוטיגקייט ארויסשליידערן צענדליגע בחורים אין די גאס אן קיין ישיבות! דעמאלטס גייט זיי גאנץ ווייניג אן וואס וועט געשעהן מיט די בחורים. דעמאלטס טוט זיי שוין נישט אזוי וויי די כבוד השם ותורתו.

איך ווייס אז איך האב מיטן אפשרייבן מיינע בויך קרעמפן דא זיך איינגעהאנדלט א טוץ קללות. אבער איך האב נישט מורא צו שרייבן די אמת. איך האב געמאכט א סך הכל און דאס זענען די תוצאות פון לעצטע וואכעדיגע פראטעסט.

ביטול תורה פאר טויזנטע בחורים
ראיות אסורות פאר הונדערט טויזנט אידן
ביטול זמן און צוגענומען צייט פון די משפחות פאר טויזנטע אידן
אן א שיעור געלט געווארפן אין די גארבידזש
מבלה געווען אן שיעור זמן פון געטרייע עסקנים וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר וויכטיגערע זאכן
אנגע'חזר'ט די גאסן פון באראפארק, וויליאמסבורג, מאנסי און מאנראו
גזירת גיוס איז נאך אלץ אין פולן קראפט
הונדערטער בחורים ווערן א יעדע בין הזמנים ווייטער געשליידערט אין די גאסן דורך אונזערע מנהיגים און ראשי ישיבה
קאלט געמאכט דעם עולם אז נעקסטע מאל ווען מען דארף צוזאם נעמען דעם עולם פאר וויכטיגע זאכן וועט מען נישט קומען
נאך מער ביליגער געמאכט (אויב ס'מעגליך) די רבנים בעיני העם

וואס האלט איר? אדרבא, לאמיר הערן וואס איז אייער חשבון הנפש פון די גרויסע מאסן דעמאנסטראציע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר