שרגא האט געשריבן:הדד בן הדד,
אזוי ווי דו האסט דיך גענומען די מי צו ענטפערן אזעלכע שיינע זאכליכע תגובות, וועל איך רעאגירן, אפילו די באן איז שוין ווייטער געפארן. בעצם זאגסטו זייער גוט, אין יעדע תגובה באזונדער, און איך קען זיך נישט באציען צו יעדע איינע, אבער לאמיך דיר נאך איין מאל זאגן אין גאר קורצן מיין בליק דערויף.
קיינער זאגט נישט אז דער אינטערנעט איז די "איינציגסטע" פראבלעם וואס איז דא היינט. יעדער ווייסט פון די אלע אנדערע פראבלעמען. אבער עס איז קלאר אז אינטערנעט איז "אויך" א שטארקע פראבלעם. און איך וואלט ארגומענטירט אז עס איז יא די גרעסטע פראבלעם פאר'ן היימישן ציבור, אבער אפילו נישט איז דער פונקט דער זעלבער אז עס איז ווייניגסטנס "א זייער ערנסטע" פראבלעם .
קיינער זאגט נישט אז דאס איז די "איינציגע" זאך וואס מען דארף טון, און קיינער זאגט אויך נישט אז מיט דעם האט מען יעצט יוצא געווען אלעס וואס דארף געטאן ווערן ביים היימישן עולם, נאר טאקע אין אזא וועלט ווי רוב עסקנים זענען ביזי מיט שטותים והבלים ווי פאליטיק, עירוב און שפאקטיוו, איז געווען אנגענעם צו זען פאר א טויש איין וויכטיגע מערכה וואס איז ארויף אויפ'ן טיש. און מענטשן ווייסן עס, און פאר דעם זענען זיי ווארעם דערצו. און פאר דעם האט עס שוין אפילו נאך פאר'ן כינוס אביסל אויפגעטאן.
שרגא, שקויעח פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן. און אזוי ווי קארל האב איך ארויסגעשניטן רוב פון דיין ענטפער פשוט צו סעיוון פלאץ.
שרגא, איך זעה אז דו האסט נאך אלץ נישט געכאפט וואס איך זאג, קארל ווידער האט עס יא פארשטאנען.
איך זעה אז דעם משל פון דעם מיליטער האסטו נישט געכאפט, וועלל איך געבן א פשוט'ערע משל.
יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.
וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.
דער פוינט וואס איך און קארל טרייען דיר מסביר צו זיין איז, אז אינטערנעט איז נישט קיין זעלבסטשטענדיגע פראבלעם. עס איז נישט אז אינטערנעט איז איין פראבלעם, און עס זענען דא נאך פראבלעמען, ווי בחורים אן ישיבות וכדו'. דער אינטערנעט פראבלעם איז נאר א תוצאה פון די אנדערע פראבלעמען. און צו פייטן דעם פראבלעם און זיך במכוון נישט וואוסנדיג מאכן פון די אנדערע איז א עוולה און א פשע נורא ואיום.
און איך וועל איבער'חזר'ן. אז בחורים דרייען זיך אן ישיבות איז א ערגערע פראבלעם ווי אינטערנעט. און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. וואס רוב בחורים וועלכע דרייען זיך אן ישיבות, זענען נישט בחורים וואס זענען טראבל מעיקערס און מאכן חרוב א ישיבה, זיי זענען פלעינע עוורידש בחורים, וועלכע די ישיבה גייט נישט באקומען א מעכטיגן נאמען מיט זיי ארייננעמען, ממילא דרייען זיך די בחורים אין די גאסן (ווי זיי ווערן עקספאוזד צו...). דאס איז די ישיבות נעמען נישט אריין אזעלכע בחורים, דאס ווייזט ווי מען שטייט. ווען זיי וואלטן אינזין געהאט דעם אויבערשטן מיט זיינע קינדער, און וואלטן מחנך געווען די בחורים צו אידישקייט, וואלטן זיי אנגענומען יעדען איינציגסטן בחור וואס איז נאר נישט קיין אויסווארף. נאר וואס דען, עס אינטערעסירט זיי נישט, זיי האבן גאר אן אנדערן ציהל ווי מחנך זיין בחורים צום אויבערשטנס וועגן. זייער ציהל איז להגדיל הטראסק, זיך גרויס צו מאכן, יעדער זאל רעדן וואסערע גוטע ישיבה דאס איז, און ממילא פאר די בחורים וואס זענען יא דארט לערנט ער אויך נישט אויס קיין אידישקייט. און א בחור אן אידישקייט ווערט נאכדעם א אינגערמאן אן אידישקייט, און דערנאך א בעה"ב, א טאטע און א זיידע אן אידישקייט, און דערנאך ווען אזא איינער טרעפט זיך אן מיטן אינטערנעט איז צרות צרורות.
איך האב געשריבן דא אין איינע פון מיינע תגובות, אז ביודעי ומכירי קאמינא, אז רוב רובם פון די וואס זענען אנגעקומען צו שמוץ אויפן אינטערנעט זענען נישט אנגעקומען אהין אומשולדיג, זיי זענען געגאנגען זוכן. און זוכן זוכט מען נאר ווען מען דארף עפעס אנפולן. אין היצר הרע שורה אלא בלב פנוי מן החכמה. דאס טריי איך און אנדערע אריינצורעדן אין דיר, און אין די עסקנים פון דעם כינוס. ווען א אינגערמאן איז באקוועם אין זיין אידישקייט ווערט ער נישט אינגאנצן צושאקלט פון א ווארט כפירה אויפן נעט אפילו ווען ער זעהט עס.
בקיצור, דער פראבלעם פון דעם אינטערנעט איז נאר א תוצאה פון אנדערע פראבלעמען. ווען די אנדערע זאכן וואלטן געווען קעיר גענומען, אדער ווען מען זאל זיך שוין נעמען, מיט דראסטישע שריט, צו קעיר נעמען פון זיי, דאן וועלן די פראבלעמען פון דעם אינטערנעט ממילא איינשרינקען און עס וועט זיין טויזענטער מאל גרינגער זיי צו באקעמפפן. דערווייל איז מען ביזי מיט זייטיגע נגיעות (האלא, איך קען די אנפירער און אנדרייער שוין יארן, איך קען זיי פערזענליך און איך ווייס וואס זיי ליגט אין קאפ) און מען איז לגמרי נישט אינטערעסירט עפעס צו טאהן וועגן דעם אמת'דיגן פראבלעם.
דאס באדערט מיך און קארל (אזוי גלייב איך) און נאך אסאאאך אנדערע ערליכע אידן. אריינגערעכענט גאר אסאך רביס און רבנים, טייל וועלכע האבן אפילו גע'חתמ'ט די קול קורא'ס פארן כינוס, ווייל זיי האבן נישט קיין כח צו קיין פרעשור.
אויב עפעס איז נאך שווער, פרעג, רעד, איך וועל דיר בלי"נ ענטפערן.
נ.ב. שקויעח קארל פארן מיך מקדים זיין און מסביר זיין דעם פראבלעם. איך מיין איך האב עס נאר שטערקער ארויסגעברענגט.