חסידים פאר כאלאטען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

חסידים פאר כאלאטען

שליחה דורך בדחן »

בעז"ה האבן מיר מייסד געווען א נייע ארגענאזציע "חסידים פאר כאלאטען"
דאס איז א נייע ארגענאזציע וואס וועט העלפן דעם חסידשען ציבור וואס וויל נישט גיין אין די 80 90 דעגרי היצען מיט א וואלענעם G @ G סוט און וועלען ענדערש אויסוועלן צו גיין מיט א לייכטן כאלאט.

די ארג. איז געצילט אויסשליסליך נאר פאר דעם חסידישען ציבור וואס זענענן מקפיד צו גיין אין די גאס מיט א רעקל אפילו עס איז שטארק הייס, און מיר גייען פראבירען צו ברענגן צו זייער באוויסטזיין אז א כאלאט איז אויך כשר לתורה ולתפלה (אין די כוללים דאווענט מען און מען לערענט מיט כאלאטען) און עס איז בגדר צער בעל חיים אז די חסידים זאלען דארפן גיין אזוי פארמעל מיט א העווי רעקיל 24/6

פאר די ליטאים וואס גייען אין גאס מיט א אויבער מלביש אבער זיי גייען מיט קורץ רעקל האבן מיר דערווייל נאך נישט קיין עצה.
די ארג. וועט נישט דינענן אלץ א פלאטפארעם אז מען מוז גיין אין גאס מיט א אויבער מלביש, מיר זענענן דא נאר פאר די וואס גייען אזוי מרצונם הטוב.

אנדערש ווי אונזער שוועסטער ארגענאזציע חסידים פאר בייקס האבן מיר נישט אין פלאן לעת עתה זיך צו ווענדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא ווייל מיר זענענן נישט ווי אזוי זיי וועלן אונז קענענן העלפן אויפקלערן דעם היימישען ציבור, אונזער קאמפיין גייט זיין בעיקר א אינערליכע קאמפיין, מיר וועלן אבער ארבייטען מיט זיי אינאיינעם אויף אלע אינערליכע חלקים און מיט א כח הרבים וועלן מיר פראבירען גרינגער צו מאכען פאר'ן ציבור.

יעמוד יעמוד יעמוד: שרייט אלע די קאמפיין עס גייט עס גייט עס גייט, א גוט שבת.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר