פארגאנגענעם פרייטאג שושן פורים, איין טאג נאכן ליינען אין די מגילה "מפוזר ומפורד בין העמים" האבן די איידעלע עסקנים געוויזן אז היינט האלט מען שוין א שטאפל ווייטער און נישט נאר איז מען צוטיילט און צושפרייט בין העמים נאר אפילו אינעם אייגענעם פאלק, צווישן אייגענע אידן זענען אויך דא וואס רופן זיך אידן און ווילן זיין צוטיילט און צוקריגט, און די גאסן זענען באקלעבט געווארן מיט פלאקאטן מיט דעם שוין באקאנטן מאדנעם איסור קעגן דעם באליבטן און גאר אינהאלטסרייכע מאגאזינען דער שטערן און דער שפאקטיוו.
דא האט אבער פאסירט א אינטערעסאנטע זאך, און געוויזן אז אפילו ווען א פאשקעוויל ווערט אויפגעהאנגען אויף די גאסן לעמפ און די ביימער אין שטאט, בלייבט עס נאך אלס דער זעלבער שמוץ בלעטל און די געטרייע ליינער פונעם שטערן האבן זיך אנגענומען פאר איר כבוד און זיכער געמאכט אז עס זאל נישט בלייבן קיין איין צעטל הענגען אין גאנץ וויליאמסבורג.
איך האב געכאפט א קורצן שפאציר ארום די גאסן פון מיין וואוינונג און נישט געקענט טרעפן קיין איין פלאקאט אדער א זכר דערפון אין גאנצן ארום.
ווי איך פארשטיי גייט דער שטערן און איר צווילינג דער שפאקטיוו נישט ארויסגיין פון די גראסעריס אין ווילי אזוי גרינג און שנעל!
ברוך שנתן עולמו לשומרים.
די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
Re: די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
יאנקל האט געשריבן:האבן די עסקנים אויפגעגעבן אין אנדערע שטעט? וואס איז מיט בארא פארק און מאנסי? דארטן מעג מען יא נכשל ווערן מיטן לייענען די טריפענע מאגאזינען עמי און דער שטערן?
אין בארא פארק איז ב״ה נישט דא אזא mob mentality און groupthink.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
Re: די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
איך האב בכלל נישט געזעהן די צעטלעך אין ווילי. נאר יענע שבת ווען ס'איז ארויסגעקומען איין מאל.