בס"ד
באשמורת הבוקר אור ליום שנכפל בו כי טוב לסדר "ולא יכלו להתמהמה" ד' לחודש ש'מחה (ושמחת אתה וביתיך) ב'רכה (להניח ברכה אל תוך ביתיך) ט'ובה (מצא אשה מצא טוב) שנת "לחיים (ראה חיים עם האשה אשר אהבת) ולברכה (להניח ברכה אל תוך ביתך) ולשלום (וידעת כי שלום אהליך)" (תשע"ג) לפ"ק
שטייענדיג אזוי באשמורת הבוקר זמן תינוק יונק משדי אמו אשה מספרת עם בעלה, אין א מצב וואס איך פיל ממש "ולא יכלו להתמהמה" ווי די אר"י הק' זאגט אז ווען די אידן בלייבן ווען איין רגע אין מצרים וואלטן זיי אריין געפאלן אין די שער הנו"ן של טומאה וואס פון דארט וואלטן זיי קיינמאל נישט געקענט ארויסקומען פון דארט, איך פיל ליידער ממש אז יעדע מינוט לענגער אין די מצב קען איך ליידער אנקומען אהין עס איז שוין לאנג "ולא יכלו להתמהמה", איך קען ליידער נישט שלאפן מחמת המצב, האב איך געטראכט אז די בעסטע עצה וואלט געווען צו שרייבן עפעס וואס זאל ארויסברענגען די געפיהלן פוונעם ליינער און אביסל מיטפילן מיין צער אזוי אז עס זאל "דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים" וואס מאכט די מצב אביסל גרינגער ווי אויך וועלן אפשר זיין ליינער וואס וועלן דורך דעם זיך מיר אריין לייגן צו העלפן מיר אדער אנדערע אין מצב, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם,
האב איך געטראכט וואס קען איך שרייבן אין א צייט וואס די מוח איז נישט אויפן פלאץ ארויסצוברענגען די מצב אויף א שרייבערישן וועג וואס זאל ציעהן די מענטשן אויג, און ארויסברענגען קלאר וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, איז מיר בייגעפאלן אז כ'וועל פשוט אראפ שרייבן מיינע געפיהלן גלייך פון הארץ גראד צו פאפיר, וזה החלי לעשות, יה"ר שחפץ ה' בידי יצליח
מיר שטייעהן שוין חודש שבט תשע"ג דאס מיינט די 5טע חודש פונעם יאר תשע"ג עס כאפט א שרעק ווי די יארן און די חדדשים לויפן, די יאר האט זיך קוים אנגעהויבן און שוין דערנענטערן מיר זיך צו ענדיגן דעם ווינטער בשעת טובה ומוצלחת, שטייענדיג אין חודש שבט איז א מן וואס מ'קען שוין מאכן א שטיקל חשבון פון די קבלות אין די ימים נוראים ווי מ'איז אנגעקומען און ווי האלט מען מיטן חשבון זיך קענען גרייטן נאכאמאל צו ימים נוראים הבעל"ט וואס לויט די שנעלקייט פון די צייט קוקט אויס אז אין עטליכע מינוט טרעפ מיר זיך נאך אמאל ביי ר"ה,
שטייענדיג אין דעם חודש מיינט ביי מיר אז עס ווערט שוין גאנצע 5 יאר זינט דעם שרעקליכן טאג יום חורבן ביתי הראשון בפועל, ווען כ'האב ליידער געדארפט צוקומען צו מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון "וכתב לה ספר כריתות ונתן בידה" וואס ווען איך טראכט צוריק די ביטערקייט און די קאשמארן פון יענע טעג/וואכן/חדשים גלייב איך נישט אז כ'האב עס דורך געלעבט אהן הארץ אטאקעס, בלאט פרעשור, דעפרעישאן, ענקזייעטי, און וואס נישט, ב"ה איך בין געבליבן געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים און מ'האלט שוין לאנג דערנאך,
העבר אין והעתיד עדיין וההוה כהרף עין, איך בין נישט דא געקומען וויינען אויפן עבר, פאר צוויי סיבות:
1)ווייל ס'איז שוין נישט דא, ס'געווען,
2) ווייל דוקא איז דאס א שטארקע טובה, פאר כמה סיבות,
איינס ווי די וועלט זאגט געוועזענע צרות פארקויפט מען נישט פאר קיין געלט, צרות פארן עתיד קויפט מען נישט פאר קיין געלט, פארקערט איך פריי מיר אז איך בין דאס דורך ב"ה, פאר אסאך סיבות, הן פאר יעדע מענטש איז באשערט אפצוקומען אין לעבן, יעדער קומט אפ מיט עפעס אנדערש, איינער גייט ליידער דורך יסורים ומכאובים, איינער מחלות ל"ע, און אז מ'איז שוין יא געזונט, מענטשן וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, מענטשן וואס האבן ליידער נישט קיין שלום בית, מענטשן וואס האבן קראנקע קינדער ל"ע, מענשטן וואס האבן נישט קיין פרנסה און מאכט אהן שווערע פראבלעמען, און נאך אסאך צרות ישראל ליידער, איז נאכן דורך גיין אזא שווערע דורך גאנג, וואס ווייניג מאכן מיט איז דאס זיכער אז מיר איז געווען באשערט דורך צו גיין דאס במקום וואס אנדערע גייען מיט אנדערע זאכן, דאנק איך דעם אייבערשטן אז ער האט מיר דוקא געשיקט די צרה גלייך נאך די חתונה איידער כ'האב עספיעט אנצוהייבן די לעבן, איידער כ'האב עספיעט צו האבן קינדער, נאר דאס דורך צוגיין, וואס ב"ה בין איך נאך גענוג יונג אנצוהייבן א נייע פעידזש אין לעבן און פארגעסן מכל עמלי, וואס וועט האפענטליך געשעהן בקרוב ממש בעז"ה, דאס איז זיכער אז דאס דורך צוגיין איז בעסער ווי זיצן אין תפיסה אדער דורך גיין יענע מחלה ל"ע, בעסער ווי זיך פלאגן מיט שלום בית פראבלעמען רח"ל, בעסער ווי זיך גט'ן אדער נתאלמן ווערן באמצע ימיו ווען מ'האט שוין קינדער אדער נאך שפעטער, פון די אנדערע זייט איז דאס זייער א ביטערע צרה וואס ווייניג מענטשן פארשטייען דאס ב"ה, עס איז א צרה וואס רואינירט דעם גאנצן מענטש, און גענוג ביטער אז דאס זאל זיין במקום אנדערע ביטערע צרות רח"ל
ווי אויך האט דאס מיר געברענגט ב"ה שטארקע עקספיריענס אין לעבן, איך בין געווארן סאך קלוגער און שטערקער גייסטיש נאר דורך דעם דורך גאנג, כמה וכמה פייט'ס און דורך גענג בין איך דורך, כמה הרפתקאי עדו עלי עד שהגעתי עד הלום בסייעתא דשמיא, ווי גלייב מיר באמונה שלימה אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, איז אפילו אויב מ'זעהט עס נישט איז עס זיכער א טובה, נסתרים דרכי ה', אבער מיר זענען מאמינים בני מאמינים, אפילו ווען מ'זעהט נישט, במילא איז וויינען אויפן עבר אינגאנצן איבריג,
ועתה על של עתה באתי, וואס איך בין יא דא איז צו וויינען אויף הוה און דעם עתיד, וואס אויף דעם דארף מען אלץ וויינען אין מתפלל זיין ווי די גמרא זאגט, "מיום שחרב ביהמ"ק ננעלו שערי תפלה שנאמר גם כי אזעק ואשוע שתם תפלתי ואע"פ ששערי תפלה ננעלו שערי דמעה לא ננעלו", וואס הגם דער הוה איז כהרף עין נעמט דאס שוין ליידער גאנצע 5 יאר די מצב איז אומדערטרעגליך, ה' שמעה תפילתי ושועתי אליך תבוא, איך בעט אל תסתר פניך ממני,
דער אייבערשטער האט באשאפן די מענטש מיט א הארץ און אריין געלייגט דערין אהבה און תאוה, און געמאכט אז דער מענטש זאל פילן ווי ער מוז האבן א זוג וואס זיין הארץ זאל ציעהן צו איר און איר הארץ זאל ציעהן צו אים, לקיום המין, כדי צו קענען אויפשטעלן דורות, דאס איז א טבע וואס ער האט שוין אריין געלייגט בשעת הבריאה דעם זעקסטן טאג פון די בריאה בשעת'ן באשאפן די מענטש ווי עס שטייט אין פסוק "ויקרא האדם שמות לכל הבהמה ולעוף השמים וגו' ולאדם לא מצא עזר כנגדו" זאגט דארט רש"י אז בשעת ווען די באשעפער האט געברענגט פאר אדם הראשון אלע בריות זיי צו געבן נעמען האט ער געזאגט די ווערטער "לכולם יש בן זוג ולי אין בן זוג" גלייך דערנאך אזויווי ער האט געזאגט די ווערטער שטייט ווייטער אין פסוק "ויפל ה' אלקים תרדימה על האדם ויישן ויקח אחת מצלעותיו ויסגור בשר תחתינה: ויבן ה' אלקים וגו' ויאמר האדם זאת הפעם עצם מעצמי וגו' על כן יעזב איש וגו' ודבק באשתו והיו לבשר אחד, זאת הפעם. ברענגט רש"י אראפ א חז"ל "מלמד שבא אדם על כל בהמה וחי' ולא נתקררה דעתו עד שבא על חוה, זעה מיר פון די פסוקים אז דער אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די מענטש א טבע אז ער דארף האבן א זיווג מיט וועם צו זיין בשר אחד, אויף אזוי ווייט אז עס איז געווען בא על על כל בהמה וחי' ולא נתקררה דעתו עד שבא על חוה, אדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה האט זיך נישט בארואיגט עד שבא על חוה, ווילאנג ער האט נישט געהאט קיין זיווג במינו ובדומה לו איז געווען לא נתקררה דעתו,
און נאך מער שטייט אין זוה"ק אז אדם הראשון וואלט ווען געדארפט ווארטן ביז ליל שבת קודש ווייל "עונת ת"ח איז מליל שבת לשבת", נאר ער האט זיך נישט געקענט איינגעהאלטן אן נישט געווארט נאר נאך באותו היום איז געווען "והאדם ידע את חוה אשתו" און וועגן דעם האט פאסירט די גאנצע עת הדעת וועגן דעם איז ארויסגעקומען קין און הבל וכו', יא, אדם הראשון די יציר כפיו של הקב"ה איז געווען "לא נתקררה דעתו" ניטאמאל האט ער געקענט צו ווארטן עטליכע שעה ביז ליל שבת קודש, עס איז מבהיל על הרעיון, מיר גלייבן טאקע באמונה שלימה אז דאס זענען העכערע זאכן, און אזוי האט געדארפט זיין, דער קורא הדורות מראש האט דאס אזוי אויסגערעכענט אבער עדיין אין המקרא יוצא מדי פשוטו, וויזוי האט דאס טאקע געקענט זאגן, אלא מאי זעה מיר אז דאס איז די טבע שהטביע הבורא אז א מענטש מוז דאס האבן פונקט ווי ער מוז עסן, פונקט ווי ער מוז שלאפן, אויף אזוי ווייט אז עס איז ניטאמאל געווען מעגליך פאר אדם הראשון צו ווארטן עד ליל שבת, אם בארזים נפלו שלהבת אויב אדם הראשון וואס איז נישט געווען קיין ילוד אשה, געווען די איינציגסטע אויף די וועלט, זיין זיווג איז אים געווען מוכן ומזומן, איז געווען אזוי, אנן מה נענה אבתרי', אונז ילודי אשה, נוצר מטפה סרוחה וואס לעבן אין א פולע וועלט מיט כל מיני תאוות, מיר לעבן אין אמעריקע בארץ אשור (מלשון אושר), בעיקבתא דמשיחא, אין אלף השישי וואס איז קעגן מדת היסוד ווי עס שטייט אין אלע ספרים איז אלף השישי געמאכט צו מתקן זיין מדת היסוד, וועגן דעם פארלייגט זיך די שטן ווי א טאג שפעטער אלץ מער, ווייל ער זעהט ווי די אלף השישי קומט שוין באלד צו א ענדע,
לענינינו, איך שטיי שוין יארן אוי ליידער אין דעם מצב "לכולם נתת בן זוג ולי (עדיין) לא נתת" אויב אדם הראשון האט נישט געקענט ווארן עטליכע שעה מיט א זוג וואס איז געווען מיוחד לו, וואס פארלאנגט מען פון מיר,
יארן מיינט אז עס איז מיר שוין עטליכע מאל אריבער אלע מיני טעג און זמנים אין דעם ביטערן מצב ועדיין לא נושעתי
יעדע יאר אין די יארן האט בערך 300 ימי המעשה וואס יעדן טאג פון די ימי המעשה האט א צייט ווען עס ענדיגן זיך די ביזנעס האוערס און
אנדערע אין מיין יארגאנג האבן ווער עס ווארט זיי אפ, איינער וואס איז אנגעוויזן אין אים, ועיני רואות וכלות, ועדיין לא זכיתי
אנדערע אין מיין יארגאנג קומען אהיים און קינדער שפרינגען ארויף אויפצופיקן די עטאנשאן און די ליבשאפט פון א טאטע, ועדיין לא זכיתי
עס ווערט ביינאכט, עס ווערט מיר טונקל פאר די אויגן נאך א נאכט אין די מצב, נאך א נאכט וואס עס איז ליידער על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי בקשתי ולא מצאתי, נאך א נאכט וואס עס איז ווייטער אם ישכב האחד איך יחם לו, נאך א נאכט אקומה נא בעיר בשוקים וברחובות, און נאך אלץ בקשתי ולא מצאתי, נאך א נאכט וואס עס איז בדמעתי ערשי אמסה, נאך א נאכט ליגן אין בעט מיט נסיונות קשים ומרים טראכטענדיג ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו פת בסלי, נאך א נאכט זיך איבערצודעקן מיט די דאכענע און שופך זיין נחלי דמעות פון א ביטערע לאנלי לעבן, ועדיין לא זכיתי,
אנדערע אין מיין יארגאנג האבן זמנים זיי קומען אהיים און איינער ווארט זיי אפ מיט א בענקשאפט ווי ארויסשרייענדיג "אלי תבוא" גיב מיר ליבשאפט, ווייז ארויס דיין אהבה, ועדיין לא זכיתי
אנדערע אין מיין יארגאנג בשעת די ארבעט אפילו עס גייט אמאל נישט וויזוי מ'וויל קען מען זיך בארואיגן און טראכטן פון "עושה צדקה בכל עת זה המפרנס אשתו ובני ביתו", זה חלקי מכל עמלי, איך קען ארבעטן און טראכטן איך וואלט אזוי געוואלט האבן פאר וועם צו ספענדן די געלט, איך וואלט אזוי געוואלט מקיים זיין די עושה צדקה בכל עת, און ליידער קען איך עס אוועקלייגן (ווען איך מאך ווען געלט), ועדיין לא זכיתי
יעדע נאכט קען מען זיך "ליידער" אריין לייגן אין בעט מיט א רואיגקייט און די איינציגסטע סיבה וואס שטערט איז נאר די מצב, איך וואלט אזוי שטארק געוואלט אז די סיבה פון שלאפלאזע נעכט זאל זיין דעם "והנה הנער בוכה", האבן געזונטע קינדער, הערן די בעבי וויינען ביינאכט, קינדער זאלן קומען צום בעט און זאגן טאטי, דאס טוט מיר וויי אדער טאטי איך דארף דאס אדער דאס, אדער סתם אזוי קומען בעטן א בארואיגינג, ועדיין לא זכיתי
יעדע וואך אין די אלע יארן איז געווען א שבת וואס עונת תלמידי חכמים איז מליל שבת לשבת ועדיין לא זכיתי לאף אחד,
יעדע וואך איז דא א שבת וואס אנדערע אין מיין יארגאנג ווארטן בכליון עינים אז מ'זאל קענען פארברענגען מיט די משפחה, זעהן נחת פון די די קינדער פרי עמלו, ועיני רואות וכלות, מתי יגיע לידי, און עס איז ליידער א תוחלת ממושכה ועדיין לא זכיתי.
פון מיינע ארכיוון - געשריבן געווארן בעת חשכת לילה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
טייערע גרוש,
לב מי לא ימס פון ליינען דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל ליידן און פיין.
אויב מעג 'ך זיך ערלויבן לאמיר דיר אבער געבן אביסל א דרשה.
דו לעבסט טאקע איינזאם אליין, אבער אויב ביסטו שטארק אינטרעסירט נאכאמאל אויפצושטעלן א שטוב 'עסטו מן הסתם דערצו אנקומען. די וויכטיגסטע זאך פאר דיר אין דעם יעצטיגן מצב איז זיך זי האלטן פיזיש און גייסטיש פריש, צו האלטן דיין לעבנסשטייגער סטאביל, און טאקע יעצט ווען דו האסט נישט א שטוב מיט קינדער זאלסטו לייגן די גרונדשטיינער פון א געזונטן שטוב כמאחז"ל תחילה יטע אדם כרם, ואח"כ יבנה בית, ואח"כ ישא אשה - זאלסטו זען צו פארדינען אפאר דאלער יעצט אזש ווען דו דרייסט דיך ארום מיט בחירת לבך זאלסטו שוין האבן היבש אן אפגעשפארטע פיאסטער און טייסטער..
שטארק דיך שטארק דיך ברודערל... ס'וועט נאך גוט זיין!
לב מי לא ימס פון ליינען דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל ליידן און פיין.
אויב מעג 'ך זיך ערלויבן לאמיר דיר אבער געבן אביסל א דרשה.
דו לעבסט טאקע איינזאם אליין, אבער אויב ביסטו שטארק אינטרעסירט נאכאמאל אויפצושטעלן א שטוב 'עסטו מן הסתם דערצו אנקומען. די וויכטיגסטע זאך פאר דיר אין דעם יעצטיגן מצב איז זיך זי האלטן פיזיש און גייסטיש פריש, צו האלטן דיין לעבנסשטייגער סטאביל, און טאקע יעצט ווען דו האסט נישט א שטוב מיט קינדער זאלסטו לייגן די גרונדשטיינער פון א געזונטן שטוב כמאחז"ל תחילה יטע אדם כרם, ואח"כ יבנה בית, ואח"כ ישא אשה - זאלסטו זען צו פארדינען אפאר דאלער יעצט אזש ווען דו דרייסט דיך ארום מיט בחירת לבך זאלסטו שוין האבן היבש אן אפגעשפארטע פיאסטער און טייסטער..
שטארק דיך שטארק דיך ברודערל... ס'וועט נאך גוט זיין!