לייבעלע, אונז פילן דיין פעין!
--------------------------------------
עס איז פאראן נאך א זאך, וואס ס'רעגט מיך גראדע נישט אויף, אבער ס'מאכט מיך לאכן אבזערווירענדיג וואס טוצעך דא.
זינט איך בין געבוירן געדענק איך מסיבות פאר ארימעלייט, א טיי אווענט דא און דארט, א דינער פאר די מוסדות, א פארטי פאר די צדקניות, וכן הלאה.
איך געדענק נאך די שיינע סיינס פון "ש.מ.ח.ה." האנט געשריבן מיט פארשידענע קאלירן מארקערס, אוי האט עס געהאט א זיסע חן, חבל על דאבדין.
מעשה שטן הצליח און אידן האבן אנגעהויבן איינצעווארפן דעם חומת הלוקסוס, יעדער ערלויבט זיך קארס מיט שיינע הייזער, און מען מאכט פענצי שמחות, בשעת די אינפלאציע טוט זיך דאס איריגע, און די וועידזשעס בלייבן ביים אלטן 10 אויסגעקארגטע דאלער א שעה, און אזוי איז דער דלות געוואקסן, און מסיבות פאר ארימעלייט וועלכע ברעכן אונטער איז געשטיגן מיום ליום, בעסער געזאגט נאכט נאך נאכט, יעדע פאר גאסן האט א באזונדערע, און אזוי אויך יעדע געגענט, עיר ועיר שבט ושבט, און די איינציגע וועלכע פארדינען דערויף זענען די שיינע גראפיקער וועלכע שפראצן ארויף ווי שוואמען נאך א רעגן, און זיי מאכן הערליכע איינלאדונג צעטלען מיט אויג-פארכאפענדע גראפיקס, צו איינפלוסן די פארגאפטע צוקוקער אז צו די מסיבה מוז מען גיין.
האט אנגעהויבן הערן א צעמישעניש. ווי קען א מענטש געדענקען אזויפיל מסיבות? 25 טיי אווענטס אין א נאכט? סיז שווער צו האלטן קאפ!
זענען די חכמים יודעי מדע געפאלן אויף א גאונ'ישע המצאה, ויקרא שמו בישראל, מען האט אנגעהויבן טיילן נעמען פאר יעדע מסיבה, אזוי קען מען גרינגער געדענקען.
אנהויב איז נאך געווען גאנץ נארמאלע נעמען, ווי "מסיבת מתיר אסורים" אדער זוקף כפופים, מסיבת הצלת נפשות, א.א.וו
אזוי אויך האט יעדע מסיבה און כינוס פאר אידישקייט באקומען א צונאמען, "כינוס כלל ישראל", "הצלת הדורות", "הדר קבלוה", "לשמור ולעשות", "על חומותיך", אן דעם דראמאטישן נאמען איז קיין מסיבה ניט.
אבער ווי זר זהב האט שוין געשריבן
אין די "לשמור ולעשות" אשכול, אז ווי לאנג דער סידור לויפט נישט אויס, קען מען טרעפן כסדר נייע נעמען, און אז דער סידור ענדיגט זיך נעמט מען דעם חומש'ל, אדער סתם מען טראכט אויף נעמען.
די לעצטיגע פאר יאר זענען מיר עדות אויף א אויפשטייגן אין כינוסים ומסיבות, און גלייכצייטיג מאדנע נעמען וועלכע ברענגט ארויס א מאדנע שמייכל אויף אלע צוקוקער.
למשל, לעצטע וואך איז אין וומסב"ג געווען א מסיבה "בגפו". איך האב נישט געקענט סטאפן לאכן. א שאד אז איך געדענק שוין נישט אלע קוריאזע און קאמישע נעמען, אבער איך וואלט געעפענט א אשכול צו פאראייביגן די נעמען, און ארויסברענגען א שמייכל אויף די ליינערס ליפן.