די נייעס אז מע האלט אין איין אריינשיקן וויירוסעס אין איראן. ווילעך פארשטיין, זיי מוזן זיין connected צו די אינטערנעט? אנישט וואלט מען דאך נישט געקענט אריינשיקען די אלע ווערעמלעך. פארוואס פעלט עס אויס?
ידען האט געשריבן:די נייעס אז מע האלט אין איין אריינשיקן וויירוסעס אין איראן. ווילעך פארשטיין, זיי מוזן זיין connected צו די אינטערנעט? אנישט וואלט מען דאך נישט געקענט אריינשיקען די אלע ווערעמלעך. פארוואס פעלט עס אויס?
איך פארשטיי נישט פונקטליך די קושיא. אבער די וויירעסעס איז נישט נאר פון אינטערנעט. א חלק קומט פון שפיאנען וואס לייגן עס ארויף אויף זייער קאמפיוטערס מיט USB שטיקלעך.
געפילטע פיש האט געשריבן:זייער נוקלעארע סיסטעם איז גענצליך אפגעטיילט פונם אינטערנעט, טאקע פאר דעם סיבה, אז האקערס זאלן נישט קענען ארומשפאצירן, און נישט צו ווערן אינפעקטירט מיט וויירוסעס. אבער פון צייט צי צייט מוז מען דאך צולייגען אינפארמעישען, פיילס, פירמוועיר אפדעיטס, וכדו, דעמאלס האט א וויירוס די געלעגענהייט זיך ארויף צו קאפיען אויפן פלעש דרייוו און אינפעקטירן די סיסטעם.
די מאס חכמה וואס איז אריין אין דעם סטאקסנעט וויירוס איז מורא'דיג, די סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עס צו דיטעקטען איז ווייל ביזווילאנט ער איז נישט אנגעקומען אויפן ריכטיגע פלאץ איז ער געזעצן מיט צאמגעלייגטע הענט און גארנישט געטוהן, נאר ווען ער איז אנגעקומען צו אזא סיעמענס סיסטעם מיט דעם נומבער סענטריפיודשעס, וכו' וכו' האט ער אנגעהויבן צו מאכן טראבל. און זיי טענה'ן אז די לעצטע וויירוס "פלעים" איז 20 מאל אזוי קלוג, העמער ווארטן אויף די פונקטליכע דעטאלן.
יא ס'איז געוואלדיג וואס גייט היינט פאר די ריזיגע טאנקען שיפן קאמפס זשעטס קענען זיך לייגן שלאפן די עכטע וואפן פונעם צוקונפט וועט זיין טעכנאלאגישע. זיצן אפאר קעפ אין תל אביב אין א קעלער און מאכן חרוב אינפראסטרוקטור פון א גאנצן לאנד אן א שאס. די מולאס מיט די טורבאנען קענען הייבן די הענט צו מוכאמעד ואין עונה.
איך וויל וויסן, פארוואס אלץ ווען איך קאל א קאמפאני, למשל ספרינט, בעט די אויטאמאטישע מאשין מיר מיין טעלעפאן נומבער, (in order to look up your account)
אבער ווען איך הייב אן צו רעדן צו א לייוו-רעפרעזענטעטיוו, האט ער נישט קיין השגה ווער איך בין און וואס מיין אקאונט נומבער איז. ער הייבט אן נאכאמאל אלע קשיות פון די אלף.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ריכטיג! און ער זעט אלעס אויפן קאמפיוטער אבער די געזעץ פארלאנגט אז ער מוז קאנפערמירן אז דו ביסט טאקע דער ווער דו זאגסט דו ביסט! און א מענטש מיט 'פארשטאנד' קען לויטן וועג וויאזוי דו ענטפערסט דיינע פריוואטע דעטאלן זען און פונאנדערשיידן צווישן דער אמת'ער מאן און א שווינדלער. משא"כ א מאשין. אבער קען זיין אז א מאשין האט אנדערע וועגן וויזוי זיכער צומאכן אז דו ביסט טאקע דער. אזוי צו אזוי טוט זיי אבער די מאשין פאקטיש איינשפארן אסאך צייט און געלט, און די עיקר איינגעשטעלטע וואס דאס איז א גרויסע עקספענס פאר א ביזנעס
חוץ פון דעם טוט א מאשין מילא נישט אויספירן אזעלכע וויכטיגע פונקציעס, די מאשין קען נעמען געלט און נאכטרעיסן א ארדער, און העכסטנס נאך אפאר שטותים . ברגע דו דארפסט עפעס וויכטיג ווי טוישן דיינע דיטעליס, און הערן עני פריוואטע אינפארמעישן דארפסטו שוין ווידער אנקומען צו א מענטש
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
איך האב אסאך מאל ווען איך רוף, בעטן זיי מיך מיינע אינפארמעישן כדי צו מאכן א סוירטש אזוי אז מיין אקאונט זאל ארויף קומען אויף זייער סיסטעם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.