טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

פארשפארט
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

די פראבלעם פון ישיבות האט מען שוין כמה פעמים געשריבן דא (און ס'איז אמת) אז עס איז שוין היינט געלעיזט

ווי אויך האב איך געהערט אז די ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א לאזט נישט עפענען ר"ח אלול קיין שום מוסד ווי לאנג א יעדער איינער איז מסודר אין א מוסד, סאו ער מעג יא רודערן וועגן די אינטערנעט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ר' איד, דער פראבלעם איז ווייט פון מסודר. הונדערטער עלטערן וועלכע האבן א קינד וואס איז נישט קיין מצויין שטויסט זיך אין דעם פראבלעם. ער קען נישט אריינשטעלן זיין קינד אין מעינסטריעם מוסד, ער מוז טרעפן א מוסד וואס הייסט שוין שוואכער. פיין סוכ"ס ווערן זיי מסודר, אבער דעם יסוד האט מען נישט פאראכטן. די ישיבות ווילן האבן גוטע נעמען, עס אינטערעסירט זיי נישט מחנך זיין קינדער צו דינען דעם אויבערשטן, זיי זענען אין ביזנעס און פאר זייער ביזנעס דארפן זיי הייסן בעסער ווי דער קאמפאטישן.

נישט מיט אזא מיינדסעט גייט מען צו צו חינוך צום אויבערשטנס שעפעלעך.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אויסער דעם ר' איד, מיין טענה איז נישט צו ר' מתתיהו סאלאמאן, ער האט סייווי א רעכט צו שרייען, אזוי אויך סקולענער רבי, מיין טענה איז צו די עסקנים, און צו די קינדער פון סקולענער רבי, צו די מענטשן וועלכע וואלטן יא געדארפט פארשטיין. אידן וועלכע זיצן אין די ד' אמות של הלכה און פארשטייען נישט די היינטיגע וועלט האב איך נישט קיין טענות, איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר זיי. אויף זיי שטייט די וועלט. אבער זיי זענען לאו דוקא די מנהיגי הדור. א ריכטיגער מנהיג פארשטייט יא דעם מצב פון דור און ער זעהט ווי זיי שטייען און ער זעהט זייערע פראבלעמען און פארשטייט דערצו.

און ווי איך האב שוין געזאגט פריער, אז כמה רביס און רבנים האבן ארויסגעברענגט די אלע טענות צו די עסקנים און ארגאניזירער. עס אינטערעסירט זיי נישט.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די פראבלעם מיט די ישיבות וכו' איז אז מען האט זיך גענומען א וועג וואס איז נאך כמעט נישט געווען זייט בריאת העולם, אמאל ווען מען האט געפירט א קהלה אדער א ישיבה האט מען געפירט אויף בעסיק אידישקייט, ישיבות זיינען געווען געמאכט צו לערנען ווער עס האט נישט געהאלטען ביים לערנען איז על פי רוב געגאנגען ארבעטן . היינט אין חסידישע ישיבות איז די גאול צו האדעווען עובדי ה' וואס מען רופט עס חסידיש'ע בחורים, און דאס איז נישט ריאליסטיש, ווייל די שטובן זיינען היפש מגושם , סא דער בחור איז א טייל א מלאך און א טייל א גלח, עס איז געווארן און די חסידישע קרייזן א סארט געפיל פון פארליידן סתירות מען טוט א טייל זאכן וואס פאסט פאר בני עלייה, און א טייל זאכען ווי די פארגעבטע שיכטן, אויף ענגליש זאג איך א quote: why are people frum because it tastes good, the problem is that sometimes the potato kugel tastes even better,

ווען מען זאל רידאצירן דאס אידישקייט מיט 50% למשל ווי ביי א קאפיוטר ווען מען מאכט ריסאטר צו א פריערדיגן דאטום וואלטן אוועק געפאלן א סאך פראבלעמען

מען דארף זיין בעיקר אמת'דיק און ערענסט, נישט פאלש און ציניש,
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?


ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.

יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.

1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.

איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..



צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.


רואיק, איך האב נישט גרייט קיין פעך און שוועבל אויף דיר איך וועל דיר נאר ענטפערן אין געציילטע ווערטער.

1. עס איז טויזענטער מייל אפגעריקט די סארט בילדער און ידיעות פון וואס דו רעדסט ביז פארנאגראפיע. די לעצטע איז געמאכט געווארן ספעציעל צו ציען און אנרייצן דעם מענטש, און דער פאקט איז אז עס שלעפט אריין און עס שלעפט אראפ און מאכט חרוב און לייגט צוגרינד מענטשן אין די צענדליגער טויזענטער, אידן ווי להבדיל גוים, אינג און אלט, מענער און פרויען. עס מאכט נישט קיין חילוק, קיינער טאר זיך נישט אריינלייגן אין א נסיון צו דעם, און מען דארף טאקע האבן ערנסטער גדרים אויף דעם. און

2. ליידער א פיל גרעסערע פראצענט ווי די חלומ'ס פלאגט זיך מיט אזעלכע אדיקשאנס, אויף איין לעוועל אדער אן אנדערער. אויף דעם וואלט טאקע אויך נישט געשאדט ווען די רבנים און רביס זאלן קונה זיין אביסל פארשטאנד אין די עניינים און פארשטיין אז עס זענען דא וועגן ווי דאס צו באהאנדלען, טאקע דורך ספעציאליסטן וכדו'. עס וואלט ארויסגעקומען דערפון א גרויסע טובה.

3. במחילת כבוד תורתך הרמה, דו פארשטייסט אינגאנצן נישט דעם חז"ל, ווער עס וויל פארשטיין זאל זיך זעצן לערנען אביסל.

4. ביסט גערעכט, דאס איז טאקע דער פראבלעם, אז ווען מען האט נישט קיין השגה וואס אידיקייט איז, דאן ווען מען ווערט געטשאלענדשט קען מען עס נישט הענדלען און מען פאלט רח"ל. און דערפאר טאקע שרייען אזוי פיל אז מען זאל נישט ביזי זיין מיט אסר'ן אדער פילטערן אינטערנעט נאר אנשטאט זאל מען מחנך זיין דעם עולם ווי מען דארף.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די אסיפה איז וועגן קדושת יוסף הצדיק? אדער וועגן בחורים וואס גייען אראפ
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:צו זאגן אז בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבות איז א גרעסערע פראבלעם ווי אינטערנעט, איז לדעתי א היפשער נארישקייט. בשעת די פראבלעם אפעקטירט לכאורה נישט מער ווי 10 פראצענט, און נאר בחורים, טוט דער אינטערנעט אפעקטירן קליין און גרויס, בחורים און יונגעלייט, טאטעס און זיידעס (יא, זיידעס...), פרויען און מענער. דאס הייסט עס איז א פראבלעם אפי' פאר די איבריגע 90 פראצענט וואס גייען יא אין ישיבה, אז אין ישיבה אדער שוין אלס יונגערמאן וועט ער האבן דעם אינטערנעט און עס וועט אים מעגליך אריינשלעפן אין אן אנדערע וועלט

מעגליך, אבער נישט א גרעסערע פראצענט פון די וואס ווערן קאליע אדער אפגעשוואכט פון אינטערנעט.

הדד בן בדד האט געשריבן:יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.

וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.

נישט הפקרדיגע מעסערס איז די פראבלעם, ווייל אפילו אויב דו שפארסט צו די מעסערס וועט דאס קינד טרעפן א וועג צו זיי אדער זיך שאפן אייגענע מעסערס, ענגערש וואלט איך אויסגעלערענט דאס קינד פון קליינווייז אן אז א מעסער איז א מסוכנ'דיגע זאך פאר איינער וואס ווייסט נאך נישט גענוי ווי אזוי עס צו ניצן, דערנאך הייבט מען אן עם צו טראסטען מיט א פלעסטיק מעסער נאר ווען ס'איז גדול עומד על גביו, דערנאך קען ער שוין האבן א פלעינע מעסער אבער א שארפע זעג נישט אא"וו צוביסלעך ביז ער איז שוין גענוג באהאווענט צו וויסען וואס און ווי אזוי צו האנדלען דערמיט. די זעלבע זאך גייט אן מיט א בייק, (Tweeler בלע"ז) א קאר, געלט, און אינטערנעט.
באניצער אוואטאר
in-Kolel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך in-Kolel »

צ"ל two-wheeler
כשמי כן אני-א כולל אינגערמאן
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:צו זאגן אז בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבות איז א גרעסערע פראבלעם ווי אינטערנעט, איז לדעתי א היפשער נארישקייט. בשעת די פראבלעם אפעקטירט לכאורה נישט מער ווי 10 פראצענט, און נאר בחורים, טוט דער אינטערנעט אפעקטירן קליין און גרויס, בחורים און יונגעלייט, טאטעס און זיידעס (יא, זיידעס...), פרויען און מענער. דאס הייסט עס איז א פראבלעם אפי' פאר די איבריגע 90 פראצענט וואס גייען יא אין ישיבה, אז אין ישיבה אדער שוין אלס יונגערמאן וועט ער האבן דעם אינטערנעט און עס וועט אים מעגליך אריינשלעפן אין אן אנדערע וועלט

מעגליך, אבער נישט א גרעסערע פראצענט פון די וואס ווערן קאליע אדער אפגעשוואכט פון אינטערנעט.

הדד בן בדד האט געשריבן:יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.

וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.

נישט הפקרדיגע מעסערס איז די פראבלעם, ווייל אפילו אויב דו שפארסט צו די מעסערס וועט דאס קינד טרעפן א וועג צו זיי אדער זיך שאפן אייגענע מעסערס, ענגערש וואלט איך אויסגעלערענט דאס קינד פון קליינווייז אן אז א מעסער איז א מסוכנ'דיגע זאך פאר איינער וואס ווייסט נאך נישט גענוי ווי אזוי עס צו ניצן, דערנאך הייבט מען אן עם צו טראסטען מיט א פלעסטיק מעסער נאר ווען ס'איז גדול עומד על גביו, דערנאך קען ער שוין האבן א פלעינע מעסער אבער א שארפע זעג נישט אא"וו צוביסלעך ביז ער איז שוין גענוג באהאווענט צו וויסען וואס און ווי אזוי צו האנדלען דערמיט. די זעלבע זאך גייט אן מיט א בייק, (Tweeler בלע"ז) א קאר, געלט, און אינטערנעט.


געפילטע, פיין געזאגט. דאס האב איך דאך געמיינט. בפרט ווען דער רעדע איז אינטערנעט וואס עס איז כמעט נישט מעגליך צו פילטערן. דאס שרייב איך דאך אין מיינע אלע תגובות דא. שקויעח פאר קלאר מאכן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

in-Kolel האט געשריבן:צ"ל two-wheeler


כולל אינגערמאן, זעהט אויס דער אינטערנעט האט דיר שוין פארשאדט...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

רואיק האט געשריבן:ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.

יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.

1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.

איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..

1. אונזער אלערגי צו אזוינע ענינים איז א נייע ערשיינונג וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער (בורקעס וכדו'). אין תנ"ך, אין משניות און גמרא, זעהט מען פיל מאמרים וואס היינט וואלט מען געשריגן "פוי שייגעץ ארויס". מען האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז קינדער פארשטייען דברים בן איש לאשתו. ווען די משנה זאגט בן חמש למקרה שטייט נישט אז מ'זאל אויסלאזן "והאדם ידע את חוה". אין די צייטן פון חזקיהו המלך שטייט בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת איש ואשה שלא היו בקיאין בהלכות טומאה וטהרה. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע חלקים פון הלכות טומאה וטהרה? ווען מ'דערציילט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט ד' חלקי ש"ע ביי די בר מצוה, ווילסטו זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע סימנים יו"ד ח"ב?

בנוגע נאקעטע בילדער... פון די כרובים ביז שער בלעטער, נישט נאר האבן מיר נישט געמאכט אן עסק פון נאקעטקייט און ראמאנטישע אילוסטראציעס, מיר האבן גאר דוקא גענוצט אזעליכע געשטאלטן, און אין די הייליגסטע מקומות ביי אונז.

עס זענען דא וואס ווילן מסביר זיין אז אונזער היינטיגע עקסרעמקייט אין די ענינים איז א תוצאה פון די לאנגע גלות וואס מיר האבן געשמאכט אין קריסליכע לענדער. ביי די קריסטן טאר דער גלח נישט חתונה האבן ווייל איינער וואס איז נאנט צו גאט טאר נישט עוסק זיין אין אזעליכע נידעריגע אקטיוועטעטן שבן איש לאשתו. ווי אויך איז סעקסועלע באציאונגען ביי זיי אפיציעל ערלויבט נאר בהכרח און אויך נאר כדי צו האבן קינדער (נוסח גור). פארשטייט זיך אז אויב אידן האבן געוואלט אז דער אנשטענדיגער גוי זאל זיי רעספעקטירן האבן זיי געמוזט מיטהאלטן מיט אזעליכע שטימונגען. און אזוי האבן אזעליכע ווינטן אנגעהויבן בלאזן ביי אונז ביז היינט...

היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst.

2. אזעליכע וואס האבן אדיקטיוו טענדענסיז זענען טאקע פונקט ווי קינדער ווען עס קומט צו די אינטערנעט, אלקאהאל, און פעין קילערס וכדו'. זיי דארפן טאקע אן אנדערען צוגאנג צו אזעליכע זאכן. זיי זאלן זיך דורכדעדן מיט א דאקטער און אן אדיקשען ספעציאליסט.

3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.

4. אויב ווילסטו בויען אזא אידישקייט וואס קען זיך נאר האלטן אויב דער עולם ווערט געהאלטן סטופיד און פארשפארט אין א קלאזעט גוד לאק טו יו.

צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.



זייער פיין רואיק.

איך וואלט נאר צוגעלייגט אז א גרויס חלק פונעם פראבלעם פון פארנאגראפיע ביי אונז שטעקט אין דעם אז ס׳פעלט היינט אינעם ״פת בסלו״ וד״ל (איך האב געווענליך פיינט דער איבערנוץ פונעם ״וד״ל״ אבער דא איז עס אין פלאץ.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

in-Kolel האט געשריבן:צ"ל two-wheeler

צ"ל duh!?!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

John Doe האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:איך וואלט נאר צוגעלייגט אז א גרויס חלק פונעם פראבלעם פון פארנאגראפיע ביי אונז שטעקט אין דעם אז ס׳פעלט היינט אינעם ״פת בסלו״ וד״ל (איך האב געווענליך פיינט דער איבערנוץ פונעם ״וד״ל״ אבער דא איז עס אין פלאץ.

מיט דעם ביסטו כשר גערעכט, האפענטליך אינעם פריוואטען פארום וועט מען דאס קענען ברייטער אויסשמיעסן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

אויב עפעס איז נאך שווער, פרעג, רעד, איך וועל דיר בלי"נ ענטפערן.


הדד, איך זע באמת נישט וועלכע חלק עס איז דא צו כאפן. צום צענטן מאל פארשטיי איך אז עס איז דא א הינטערליגנדע סיבה פארוואס דער אינטערנעט איז א שטארקע פראבלעם פאר אונזער עולם און צום צענטן מאל האב איך שוין געשריבן אז איך בין מסכים דערמיט, אבער צום צענטן מאל טענה איך אז פאקטיש איז דערווייל נישטא ווער ס'זאל פאקטיש טון צו דער זאך אין דעם ענין, קיינער האלט נישט ביים טון עפעס אין ריכטונג פון טוישן אונזער וועג פון חינוך, סאו צום צענטן מאל בלייבט ווייטער דער נאקטער פאקט אז: אינטערנעט איז ווייטער א פראבלעם. און דאס ווילן היימישע עסקנים פרובירן העלפן מענטשן קאנטראלירן און מינימיזירן די געפאר.

יעצט די חילוק צווישן מיר און דיר איז: דו, הדד, שרייסט אז מען האט בכלל נישט וואס צו אפילו פרובירן באקעמפן דעם אינטערנעט ווייל די גאנצע פראבלעם איז נישט דא אינטערנעט נאר גאר עפעס אנדערש וואס יענץ איז דער גורם אז אינטערנעט זאל אונז זיין א פראבלעם. בקיצור, מ'קען גארנישט אויפטון ווי לאנג מען נעמט זיך נישט צום שורש פונעם פראבלעם.

ווידער איך, שרגא'לע, שריי חי וקים, אז אפילו אויב למעשה נעמט מען זיך נישט צום שורש - לדעתך - פונעם פראבלעם, וואס דאס איז פאקטיש דער מציאות, פונדעסטוועגן דארף מען נאך אלץ יא פרובירן באקעמפן דעם אינטערנעט. ווייל למעשה קען עס זיין א שטארקע פראבלעם פאר'ן אידישן עתיד. איך טענה אז וואס דו זאגסט איז בלויז איין שורש פונעם פראבלעם, אפי' טאקע א שטארקע שורש, אבער דאך איז קלאר אז אפילו א טרענירטער סאלדאט איז אויך אין ערנסטן געפאר ווען עס רעדט זיך פון א גראבן הויכן שונא מיט א מעכטיגן געווער. דער אינטערנעט איז בעיני א מעכטיגער געווער וואס קען אריינכאפן מסלתה ומשמנה אויכעט. און יא, איך קען דיר זאגן אויך ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען נישט איינעם און נישט צוויי וואס זענען יא געווען פעלזן פעסט, מיט א גוטן חינוך, און זיי זענען אוועקגעפאלן וועגן דעם אינטערנעט. און דער סטאטיסטיק אליין איז דיין גרעסטער קטיגור, ווייל לויט דיר וואלט געדארפט זיין דער מציאות אז ביי געוויסע קרייזן אדער קולטורן וואלט דער אינטערנעט נישט געדארפט בכלל האבן קיין אפעקט, אבער דער מציאות איז קלאר נישט אזוי.

אויב קען איך דיר אנווייזן אויף א גרייז-גרויען מענטש וואס האט געציטערט פון אן עבירה ביז די פופציג, וואס איך האף וועסט מיר מודה זיין אז אמאל וואלט ער קיינמאל נישט אנגעקומען צו א מצב אדער אפי' נסיון צו אנהייבן זינדיגן ביי אזא הויכן עלטער, אבער דער אינטערנעט האט אים גענצליך געטוישט. און עס איז דא מער ווי איינער און מער ווי צוויי, און סיי ע"ז (היינטיגע סארט) און סיי ג"ע.

בקיצור, אינטערנעט אפעקטירט אויך ליטווישע און מאדערן-ארטאדאקס, סאו אפשר איז ביי אונז "גרעסער" די סכנה, אבער קלאר אז אפילו מיט דעם בעסטן חינוך פעלט זיך נאך אלץ אויס א מערכה וועגן דעם שעדליכן אינטערנעט. אפילו איך קום ווידער צוריק אז עס איז קלאר אז א גוטער חינוך איז קריטיש וויכטיג.

יעצט פליז כאפ וואס איך מיין צו זאגן ווייל איך וויל נישט דארפן איבערזאגן נאכאמאל די זעלבע זאכן נאר מיט א פיפטן לשון און עס וועט זיך דיר אויספעלן נאך משלים און דאן פון מיר נאך פירכות און דיסקלעימערס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שרגא. איך בין מסכים מיט דיר אז דער אינטערנעט איז דער וואגן וועלכען מען נוצט אויף צו ווערן אפגעפארן. אבער אפילו דאס איז נישט קיין נייער פענאמען. יוחנן כהן גדול האט אויך געהאט א גוטן חינוך און איז אפגעפארן, און נישט צוליב דעם אינטערנעט. אמת, דער אינטערנעט ברענגט עס נאנטער, און מאכט עס גרינגער, אבער ווידער, צו זאגן אז דאס איז דער פראבלעם, איז נישט אמת.

יא, מען קען נישט "אלע" פראבלעמען סאלווען מיט א גוטן חינוך. עס וועלן אלעמאל זיין דראפ אוטס, און עס איז אלעמאל געווען. אבער כהיום איז רוב ציבור אין א סכנה פון אינטערגאנג (דאס האב איך געהערט שטילערהייט פון כמה מנהלים פון חדרים און ישיבות, עס איז נישט מיין חידוש) אין פעיס פון א שווערער נסיון, אפילו א פרטיות'דיגע, אבער שוין אפגערעדט פון א כלליות'דיגער, וועט אבער מיט א גוטן חינוך דאס זיין נאר א מיעוט. חוץ מזה, ביי גאר א גרויסן פראצענט פון דעם עלטערן עולם קומט דער מורא פאר אן עבירה נישט פון איבערצייגטקייט, וואס זיי פארשטייען אידישקייט (איך רעד נישט דא פון פילאזאפישער חקירה), נאר פון דעם געוואוינהייט פון דעם חינוך וואס מען האט אין זיי אריינגעלייגט.

יעדער פארשטייט אז מען קען נישט היינט נוצן אין א מלחמה די געווער וואס מען האט גענוצט קעגן די דייטשן ביים צווייטן וועלט קריג, און אפילו נישט ביים ערשטן גאלף קריג, ווייל אין די צוואנציג יאר זייט דעמאלס איז שוין דא אסאך בעסערע געווער ביים שונא. דאס זעלבע איז דא. מען קען נישט נוצן די אלטע געווער קעגן א נייעם שונא מיט נייער געווער (לייען: אינטערנעט).

יעצט קומט ר' שרגא און זאגט, יענער וויל טון אויף זיין אופן, גיב אים א טשאנס. זאגט הדד, איך גיב נישט, ווייל ער האט זיין טשאנס שוין לאנג אויסגענוצט. עס איז נישט קיין סוד וואס ער גייט דא מחדש זיין, און ער טרייט דאס שוין פאר אסאך יארן, אבער אן ערפאלג, ס"ה גייט ער יעצט פארשטעלן די זעלבע כלה נאר אנדערש געשלייערט. בו בזמן ווען ערנסטע מענטשן, רביס רבנים און עסקנים בעטן זיך צו אים, טוה צו דער זאך, מען גיט אים עצות, מען איז גרייט אים צו העלפן, אבער עס אינטערעסירט אים נישט. נאר ער מעג טאן, און נאר אזוי ווי ער וויל און פארשטייט, ווייל ער האט א גרויסן אינטערעס, און עס איז אים געלונגען מיט צושלעפן אפאר גרויסע מענטשן מיט זיך.

איך הער וואס דו זאגסט, און איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און דו מוזט מיר טאקע נישט העלפן שרייען קעגן יענעם, אבער פארשטיי דיך מיך אויך (דו מוזט נישט, איך שלאג עס נאר פאר, ווייל איך וועל סייווי ווייטער טוהן וואס איך האלט איז ריכטיג, אנלעסס דו איבערצייגסט מיך אנדערש) אז איך בין נישט גרייט צוצוקוקן ווי געציילטע מענטשן מיט פערזענליכע אינטערעסן פירן אזויפיל אידן אין באד אריין, און שלעפן מיט רביס און רבנים, און שאנטאזשירן די וועלכע ווילן נישט מיטהאלטן, פאטשקען אויס מיליאנען אידישע דאלארן אויף גארנישט מיט נישט, בשעת מארגן גייט דער וואגן פארן ווייטער מיטן זעלבן טעמפא און דעם זעלבן אימפעט, און ער וועט ווייטער שרייען מען זאל אים פאלגן גייט מען ראטעווען כלל ישראל מיט אלע דורות העתידים.

איך בין נישט גרייט מיט צו האלטן מיט דעם, און אזוי ווי איך בין נישט קיין גרויסער עסקן וועלכער האט גענוג געלט צו קענען ליידיג גיין בקביעות און זיך פארנעמען מיט ארום לויפן צו גדולי ישראל זיי פארדרייען דעם קאפ, און מיין איינציגסטער שופר איז א קיבארד וועלכע איז קאנעקטעד צו עפעס א ווירטואלער קאווע שטיבל (טאקע אויפן טריפה'נעם אינטערנעט) ממילא נוץ איך דעם שופר מיינעם און איך זאג וואס איך האב צו זאגן, ווילסט, זיי עס מקבל, ווילסט נישט, איז נישט. איך בין נישט דירנפעלד און נישט גאטליב, איך לאז אנדערע האלטן אנדערש פון מיר. ווייל דער אמת בלייבט דער אמת אפילו קיינער טוט נישט סובסקרייבן צו איר.

עס טוט מיר נאר וויי ווייל איך ווייס אז אין אפאר חדשים ארום וועל איך ווידער זיין דא און שרייבן (אדער זאגן אין בית מדרש פאר מיינע חברים) אז איך האב געזאגט עס וועט אזוי זיין. גלייב מיר, עס טוט מיר באמת וויי. עס טוט מיר וויי ווען מען בלאזט מיטן מויל אויף א גרויסן ברויזנדן פייער ווען אין די זיין שטייט א ריזן פאס וואסער מיט גרויסע פייפס, נאר קיינער ברענגט עס נישט ווייל מען דארף צו שווער ארבעטן צו שלעפן דעם פאס צו דעם פייער.

איר ווילט בלאזן אויפן פייער? בלאזט, לאמיר זעהן ווי עס וועט אייך פירן.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

איז אפשר דא א מעגליכקייט צו אפשטופן דעם כינוס מיט עטליכע וואכן? אזויפיל געשמאקע ארטיקלען אין טענה'רייען, א זאך וואס וועט זיך לכאורה ענדיגן קימענדיגן זינטאג
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

הדד, איך פארשטיי וואס דו זאגסט. נאר אגב, כ'האף פארשטייסט אז יוחנן כהן גדול איז טאקע א יחיד פון אזא מעשה. היינט איז עס א גאנגבארע זאך פון אלע יארגענג, אפילו אפט נאר אינערליך, (עכ"פ יעצט אין דעם ערשטן טייל פון דער רעוואלוציע).

יעצט נאכ'ן אויסקלארן איז מיין שאלה צו דיר: וואס דו האלטסט מען דארף טון, טוט מען דאך נישט, סאו וואס האלטסטו דארף מען יעצט טון? אויב איז יא דא איינער וואס וויל אביסל פרובירן קעיר נעמען פון איין, לאמיר אפילו זאגן לשיטתך זייטיגע, פראבלעם, זאל מען ענדערש פראטעסטירן קעגן יענעם? אפשר מאכן א קאנטער ראלי? ביסט דאך אויך מודה אז א שטיקל פראבלעם און נסיון קען עס זיין פאר יעדן, סאו פארוואס זאל מען וועלן שטערן יענעם עפעס אויפטון?

אוודאי וועסטו קענען א יאר ארום קענען שרייען די זעלבע. אפילו אויב לאמיר זאגן בדרך נס וואלט זיך היפש געטוישט די אינערליכע חלק פונעם ציבור לטובה, איז דען דא א וועג וויאזוי דו וועסט דאס קענען אבזערווירן אדער מעסטן? זיכער וועט מען א יאר ארום נישט קענען זאגן: רבותי, אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדן. היסטאריע ווייזט אז די גרעסטע רעוואלוציעס האבן זיך געקענט אנהייבן מיט איינציגע איווענטס, צומאל מינדערוויכטיגע, וואס קיינער אין יענעם טאג וואלט נישט געקענט חלומען איבער זיינע ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן (א היינטיגער משל איז דער וואס האט זיך אנגעצינדן אין טוניזיע). נאר אזוי גייט עס, מענטשן טוען או ןפרובירן און מען ווייסט נישט ווען עס כאפט זיך אן דער פונק און עפעס הייבט זיך אן רירן. אפשר איז דער כינוס נאר א פארשפיל צו ווייזן אז כלל ישראל קען זיך נאך פאראייניגן און טאן עפעס זאכליכס ווען עס איז קריטיש וויכטיג, וואס וועט אנגרייטן דעם באדן פאר די אנדערע ערנסטע פראבלעמען. אבער שב ואל תעשה לא עדיף. זיצן מיט פארלייגטע הענט און קריטיקירן יעדן וואס וויל עפעס טון, דאס האט נאך קיינמאל קיין סאך פאזיטיווס נישט אויפגעטאן.

און אויב פון די 50-טויזנט-קעפיגע כינוס (אגב, יאנקל, זעסטו ווי די חסידישע אידן האבן געהאט א גוטן שמעק איבער דעם ריכטיגן צאל, און נאך אפשר אפי' אונטערגעשאצט...) וועט ארויסקומען נאר אז אפילו בלויז טויזנט מענטשן וועלן לייגן א גוטן פילטער וואס וואלטן עס ביז יעצט נישט געטון, און אויב וועלן נאר פינף הונדערט ארויסווארפן זייער קאמפיוטער פון שטוב, און אויב וועלן נאר נאך פינף הונדערט נישט קויפן קיין סמארט פאון אין דעם קומענדיגן יאר, און אלעס וועגן דעם אסיפה, וועסטו ווייטער שרייען אז "מען האט גארנישט אויפגעטון". און אפילו אויב פינף טויזנט מענטשן וועט דער כינוס העלפן צו מעורר זיין און למעשה מינימיזירן אויף סיי וועלכן אופן זייער פרייען אינטערנעט, ווועסטו מסתמא ווייטער זאגן "וואס האט מען דען אויפגעטון?" אבער אני הקטן וועט זאגן, "אה, ב"ה, אבי כאטש עפעס האט מען אויפגעטון. זיכער בעסער ווי גארנישט." האפנטליך וועט עס ווייזן אז דער אידישער פונק איז נאכנישט פארלאשן און מענטשן זענען נאך גרייט אפילו היינט צו טון וואס זיי פארשטייען איז וויכטיג פאר'ן אידישן עתיד.

אבער אויב דו וועסט דא האמערן און שופר'ן און פרובירן שטופן דעם דעת הקהל אז מען זאל אויך פרובירן טון די אנדערע אזוי וויכטיגע זאך פאר אונזער דור פון אהערשטעלן א בעסערן מער אינהאלטפולן חינוך, אויב דו קלערסט נאר איין פראצענט אז עס וועט אפשר אויפטון, אוודאי גיי אן מיט'ן גאנצן ברען. איך וועל דיר אפי' העלפן. אבער עס נעמט נישט אוועק פון דעם יעצטיגן כינוס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

יעצט אז מ'האט שוין נאך א סטעדיום, קען מען אהינלייגן אלע סאטמארע אידן וואס האבן א פראבלעם מיט התבדלות, און אפשר גאר אפילו אייגענע רעדנערס.
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

מען דארף ווען אפדינגען נאך א שטיבל ביי די זייט פאר שאפראן און נאך א מאטארסייקל פאר טשאטע
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

שמואל הלוי האט געשריבן:יעצט אז מ'האט שוין נאך א סטעדיום, קען מען אהינלייגן אלע סאטמארע אידן וואס האבן א פראבלעם מיט התבדלות, און אפשר גאר אפילו אייגענע רעדנערס.

Is it true that Skvere Rebbe is bringing his own KEESEH MALCHEESOY. To the ahsife ? :דיסלייק:
בן תימא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:29 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך בן תימא »

gehlungen האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:יעצט אז מ'האט שוין נאך א סטעדיום, קען מען אהינלייגן אלע סאטמארע אידן וואס האבן א פראבלעם מיט התבדלות, און אפשר גאר אפילו אייגענע רעדנערס.

Is it true that Skvere Rebbe is bringing his own KEESEH MALCHEESOY. To the ahsife ? :דיסלייק:


געהערט אז יא..... :roll:
פארשפארט