טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

שמואל הלוי האט געשריבן:Current Bid: $81.00

CURRENT BID:$122.00

Venue State/Province:NY
Venue City: Flushing
Number of Tickets: 2
Event Date: 20120520
Event Time: 7:00PM

This auction is for two tickets to the 'sold out" INTERNET asifa at citi field I would like to explain more about the asifa or if its really sold out but to be honest I really dont know.

here are some questions about the asifa you might have before bidding.

1) what is the asifa about? well it seems to be a gathering of orthodox jews to help us conquer the negative parts of the internet. although there are rumors that the asifa is now being called a " yom tefilla"

2) are tickets really sold out? well like I said IDK however they were being sold at half price ($5) in Lakewood and other areas. also rumor is over 5 thousand tickets were dumped in satmar in willy yesterday

3) who is behind the event? well there are some great rabbis who are endorsing this not sure if its also only endorsed by yeshiva net

4) will the kosher stand be open? doubt it, as snacks will be handed out

5) will there be tailgating? who knows

6) what is the dress code? well I assume most will be in black and white ( like the new Brooklyn nets colors) but some will want to stick out in blue yellow or even pink shirts

7) what type of people are invited? all are welcomed but the event is catered to the orthodox Jewish community

8) who will throw out the first pitch/ I mean computer? maybe Ike Davis?

9)will this be the only sell out at citi field this year?/ more than likely

10) will gedolim from eretz yisroel come?? not sure maybe a surprise vip list

good luck!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך gehlungen »

דולה ומשקה האט געשריבן:

I. I don't understand question # 5 :דיסלייק:
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

אוי טאטי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ידען, איך פארשטיי אז דו נעמסט דיינע צוויי אויבערשטע תגובות פון דבר יום ביומו.

מיין שאלה איז - וואס האט פאסירט אז דבר יום ביומו האט פלוצלינג אנגענומען אן אנטי-כינסו טאן, נאכן העפטיג פאפמען די כינוס זייט מהרז"ל האט גע'חתמ'ט?

פשוט ווייל דבר יום ביומן איז א ביזנעס, און ער לייגט אריין אלעס אויב מען צאלט!

והא ראיה! היינט זענען זיי צירוק פאלי פארן כינוס!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4734 מאל

שליחה דורך יידל »

אוי טאטי האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ידען, איך פארשטיי אז דו נעמסט דיינע צוויי אויבערשטע תגובות פון דבר יום ביומו.

מיין שאלה איז - וואס האט פאסירט אז דבר יום ביומו האט פלוצלינג אנגענומען אן אנטי-כינסו טאן, נאכן העפטיג פאפמען די כינוס זייט מהרז"ל האט גע'חתמ'ט?

פשוט ווייל דבר יום ביומן איז א ביזנעס, און ער לייגט אריין אלעס אויב מען צאלט!

והא ראיה! היינט זענען זיי צירוק פאלי פארן כינוס!

איך זע אז די בני יואל אליינס זענען צעמישט. פון איין זייט זענען זיי מפרסם דעת תורה פון שפאראנער רב, פון צווייטען זייט האבן זיי אפגעדרוקט הרב שמילאוויטש'ס תשובה אין א שיינעם קונטרס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בשם די עסקנים
בייגעלייגטע פיילס
Kinus klal yisroel.jpg
Kinus klal yisroel.jpg (28.01 KiB) געזען געווארן 2250 מאל
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

יאנקל

באקומסט free advertising?...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

ידען האט געשריבן:יאנקל

באקומסט free advertising?...

ס׳האט גארנישט מיט מיר...
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

אויף אייוועלט ווערט באריכטעט אז מ'האלט ביים באקומען די פערמיט פאר נאך א סטעדיום
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

chasid האט געשריבן:אויף אייוועלט ווערט באריכטעט אז מ'האלט ביים באקומען די פערמיט פאר נאך א סטעדיום

ווי גייען די מנהיגי העדה זיצען?

ראזינקעס:
א) געהערט אז די עקספא גייט נישט זיין צוליעב דער ר' נחמי' גאטליעב פון לעקוואד וואס האט פיטער אוין קאפ.
ב) סקווירא רבי מתיר פאר הבחור שפיצער אז ער דארף זיך נישט באטיייליגען
ג) אדמורי"ם ורבנים ווילען נישט זיצען נעבען וויזניצער רבי, ווייל ער לאזט זיך נישט פאטאגראפירען, האבן זיי מורא זיי גייען ארויס פאלען פון די בילדער
ד) רבי מאיר פאטרגאל איז געווארען אויף גענומען אלץ אבד"ק כליל תפארת ד'סקולען (זע קול קורא), ער האט שוין אריין געקעשט אויפן חשבון פון 'הצלת הדורות', זיך האט ער זיכער געראטעוועט און זיך שוין אויך פארזיכערט לדורות...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך גדעון »

chasid האט געשריבן:אויף אייוועלט ווערט באריכטעט אז מ'האלט ביים באקומען די פערמיט פאר נאך א סטעדיום

שמועות לויטן אז מהאט אפגעדינגען די arthur ashe stadium וואס איז 2 מינוט אוועק פון סיטי פיעלד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

גדעון האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:אויף אייוועלט ווערט באריכטעט אז מ'האלט ביים באקומען די פערמיט פאר נאך א סטעדיום

שמועות לויטן אז מהאט אפגעדינגען די arthur ashe stadium וואס איז 2 מינוט אוועק פון סיטי פיעלד

בילד
Arthur Ashe Stadium
פארמאגט 22,547 זיץ-ערטער
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

נייע תפלה

שליחה דורך משכיל »

בימי מתתיהו .... כשעמדה .....
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שרגא האט געשריבן:הדד בן הדד,
אזוי ווי דו האסט דיך גענומען די מי צו ענטפערן אזעלכע שיינע זאכליכע תגובות, וועל איך רעאגירן, אפילו די באן איז שוין ווייטער געפארן. בעצם זאגסטו זייער גוט, אין יעדע תגובה באזונדער, און איך קען זיך נישט באציען צו יעדע איינע, אבער לאמיך דיר נאך איין מאל זאגן אין גאר קורצן מיין בליק דערויף.

קיינער זאגט נישט אז דער אינטערנעט איז די "איינציגסטע" פראבלעם וואס איז דא היינט. יעדער ווייסט פון די אלע אנדערע פראבלעמען. אבער עס איז קלאר אז אינטערנעט איז "אויך" א שטארקע פראבלעם. און איך וואלט ארגומענטירט אז עס איז יא די גרעסטע פראבלעם פאר'ן היימישן ציבור, אבער אפילו נישט איז דער פונקט דער זעלבער אז עס איז ווייניגסטנס "א זייער ערנסטע" פראבלעם .

קיינער זאגט נישט אז דאס איז די "איינציגע" זאך וואס מען דארף טון, און קיינער זאגט אויך נישט אז מיט דעם האט מען יעצט יוצא געווען אלעס וואס דארף געטאן ווערן ביים היימישן עולם, נאר טאקע אין אזא וועלט ווי רוב עסקנים זענען ביזי מיט שטותים והבלים ווי פאליטיק, עירוב און שפאקטיוו, איז געווען אנגענעם צו זען פאר א טויש איין וויכטיגע מערכה וואס איז ארויף אויפ'ן טיש. און מענטשן ווייסן עס, און פאר דעם זענען זיי ווארעם דערצו. און פאר דעם האט עס שוין אפילו נאך פאר'ן כינוס אביסל אויפגעטאן.

שרגא, שקויעח פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן. און אזוי ווי קארל האב איך ארויסגעשניטן רוב פון דיין ענטפער פשוט צו סעיוון פלאץ.

שרגא, איך זעה אז דו האסט נאך אלץ נישט געכאפט וואס איך זאג, קארל ווידער האט עס יא פארשטאנען.

איך זעה אז דעם משל פון דעם מיליטער האסטו נישט געכאפט, וועלל איך געבן א פשוט'ערע משל.

יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.

וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.

דער פוינט וואס איך און קארל טרייען דיר מסביר צו זיין איז, אז אינטערנעט איז נישט קיין זעלבסטשטענדיגע פראבלעם. עס איז נישט אז אינטערנעט איז איין פראבלעם, און עס זענען דא נאך פראבלעמען, ווי בחורים אן ישיבות וכדו'. דער אינטערנעט פראבלעם איז נאר א תוצאה פון די אנדערע פראבלעמען. און צו פייטן דעם פראבלעם און זיך במכוון נישט וואוסנדיג מאכן פון די אנדערע איז א עוולה און א פשע נורא ואיום.

און איך וועל איבער'חזר'ן. אז בחורים דרייען זיך אן ישיבות איז א ערגערע פראבלעם ווי אינטערנעט. און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. וואס רוב בחורים וועלכע דרייען זיך אן ישיבות, זענען נישט בחורים וואס זענען טראבל מעיקערס און מאכן חרוב א ישיבה, זיי זענען פלעינע עוורידש בחורים, וועלכע די ישיבה גייט נישט באקומען א מעכטיגן נאמען מיט זיי ארייננעמען, ממילא דרייען זיך די בחורים אין די גאסן (ווי זיי ווערן עקספאוזד צו...). דאס איז די ישיבות נעמען נישט אריין אזעלכע בחורים, דאס ווייזט ווי מען שטייט. ווען זיי וואלטן אינזין געהאט דעם אויבערשטן מיט זיינע קינדער, און וואלטן מחנך געווען די בחורים צו אידישקייט, וואלטן זיי אנגענומען יעדען איינציגסטן בחור וואס איז נאר נישט קיין אויסווארף. נאר וואס דען, עס אינטערעסירט זיי נישט, זיי האבן גאר אן אנדערן ציהל ווי מחנך זיין בחורים צום אויבערשטנס וועגן. זייער ציהל איז להגדיל הטראסק, זיך גרויס צו מאכן, יעדער זאל רעדן וואסערע גוטע ישיבה דאס איז, און ממילא פאר די בחורים וואס זענען יא דארט לערנט ער אויך נישט אויס קיין אידישקייט. און א בחור אן אידישקייט ווערט נאכדעם א אינגערמאן אן אידישקייט, און דערנאך א בעה"ב, א טאטע און א זיידע אן אידישקייט, און דערנאך ווען אזא איינער טרעפט זיך אן מיטן אינטערנעט איז צרות צרורות.

איך האב געשריבן דא אין איינע פון מיינע תגובות, אז ביודעי ומכירי קאמינא, אז רוב רובם פון די וואס זענען אנגעקומען צו שמוץ אויפן אינטערנעט זענען נישט אנגעקומען אהין אומשולדיג, זיי זענען געגאנגען זוכן. און זוכן זוכט מען נאר ווען מען דארף עפעס אנפולן. אין היצר הרע שורה אלא בלב פנוי מן החכמה. דאס טריי איך און אנדערע אריינצורעדן אין דיר, און אין די עסקנים פון דעם כינוס. ווען א אינגערמאן איז באקוועם אין זיין אידישקייט ווערט ער נישט אינגאנצן צושאקלט פון א ווארט כפירה אויפן נעט אפילו ווען ער זעהט עס.

בקיצור, דער פראבלעם פון דעם אינטערנעט איז נאר א תוצאה פון אנדערע פראבלעמען. ווען די אנדערע זאכן וואלטן געווען קעיר גענומען, אדער ווען מען זאל זיך שוין נעמען, מיט דראסטישע שריט, צו קעיר נעמען פון זיי, דאן וועלן די פראבלעמען פון דעם אינטערנעט ממילא איינשרינקען און עס וועט זיין טויזענטער מאל גרינגער זיי צו באקעמפפן. דערווייל איז מען ביזי מיט זייטיגע נגיעות (האלא, איך קען די אנפירער און אנדרייער שוין יארן, איך קען זיי פערזענליך און איך ווייס וואס זיי ליגט אין קאפ) און מען איז לגמרי נישט אינטערעסירט עפעס צו טאהן וועגן דעם אמת'דיגן פראבלעם.

דאס באדערט מיך און קארל (אזוי גלייב איך) און נאך אסאאאך אנדערע ערליכע אידן. אריינגערעכענט גאר אסאך רביס און רבנים, טייל וועלכע האבן אפילו גע'חתמ'ט די קול קורא'ס פארן כינוס, ווייל זיי האבן נישט קיין כח צו קיין פרעשור.

אויב עפעס איז נאך שווער, פרעג, רעד, איך וועל דיר בלי"נ ענטפערן.

נ.ב. שקויעח קארל פארן מיך מקדים זיין און מסביר זיין דעם פראבלעם. איך מיין איך האב עס נאר שטערקער ארויסגעברענגט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שרגא האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שרגא,

דערלויב מיך צו שפילן "טייוול'ס אדוואקאט". קארל און אנדערע זענען סקעפטיש צו דער אסיפה ווייל זיי האלטן אז דער פועל יוצא וועט זיין 1. א ריי גזירות, וואס 2. וועלן במילא נישט ברענגען קיין רעזולטאטן.

איך (דהיינו, נישט-טייוול, נישט-אדוואקאט) זאג עס נישט; איך האף אז די וואס שטייען אונטער דער אסיפה זענען מענטשן וואס צילן צו תכלית. איך טראכט נאר אז דאס איז די סיבה צו דער צינישער רעאקציע ביי א סך מענטשן - אריינגערעכנט ערנסטע יונגעלייט, וואס וואלטן זייער שטארק יא געוואלט זען עפעס א תיקון.

זייער שיין סאמערייזט.
יעצט איך האלט אז מען דארף זיי געבן א שאנס. לאמיר זיי נישט גלייך אויסלעשן דעם מייק נאך איידער די דרשה, נאר לאמיר זיי לאזן קומען צום ווארטן און זען וואס זיי גייען פרובירן טאן.
אויך, וויבאלד עס רעדט זיך פון אזא ערנסטע זאך וואס קען ממש אפעקטירן דעם גאנצן צוקונפטיגן דור, ווייל רעאליסטיש גערעדט וועלן אין עטליכע יאר רוב בחורימלעך קענען האבן אומזיסט א סמארט-פאון אין טאש, סאו אויב איינער האט אביסל ערנסטקייט און וויל אז די צוקונפטיגע דורות זאלן זיך האלטן, נישט דוקא צום ויואל משה נאר צום שו"ע, וואלט נישט געדארפט אוועקמאכן אזא מערכה מיט א ביטול, אפגעזען אלע שיינע תירוצים פארוואס מען האט נישט ליב "וויאזוי" מען מאכט די מערכה. איך פריי מיך אז עס איז דא איינער וואס פרובירט כאטש עפעס טאן.

שרגא, ווידער כאפסטו אן דעם נאגל ביים קאפ, אבער דערנאך פארקריכסטו. טאקע דערפאר ווייל אין אפאר יאר ארום וועט לכאורה יעדער בחור'ל האבן א מאשינדל מיט בחינם'דיגע ווייפיי אין טאש, און עס איז בדרך הטבע כמעט נישט מעגליך צו פילטערן יעדעס איינע, און אוודאי נישט נאכצוגיין יעדעס איינע צו עס איז געפילטערט צו נישט, טאקע דערפאר, טאקע משום הא, איז פילטער נישט קיין לייזונג, און דער לייזונג ליגט נאר אין דעם אז מען זאל אריינלייגן כוחות צו מחנך זיין די קומענדיגע דורות (און אויך די יעצטיגע) הצלת הדורות, זיי מחנך זיין אז "זיי זאלן אליינס וועלן זיין געפילטערט" נאר אזוי וועסטו מצליח זיין מיט עפעס.

און איך זאג דיר נאכאמאל, איך ווייס פון עטליכע רביס און רבנים וועלכע האבן דאס געזאגט פאר די עסקנים און מאכערס. עס אינטערעסירט זיי נישט. זיי האבן יעצט אין טאש אזעלכע קאנאנען ווי סקולענער רבי (וואס יעדער קינד און גבאי דארט האט זיך זיינע חשבונות) און ר' מתתיהו סאלאמאן, זיי נוצן דאס גוט אויס פאר זייערע אינטערעסן. עס איז נישט מעגליך צו רעדן מיט זיי עפעס צו דער זאך. ועל דא קא בכינא. אז מיט די כוחות וואס זיי האבן און אינוועסטירן אין דעם נארישן מלחמה וואס גייט גארנישט אויפטאן (און אפשר גאר גייט עס שאדן טוהן) וואלטן זיי געקענט אויפטוהן א וועלט, ווען זיי מיינען נאר לשם שמים.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

שליחה דורך א איד »

די פראבלעם פון ישיבות האט מען שוין כמה פעמים געשריבן דא (און ס'איז אמת) אז עס איז שוין היינט געלעיזט

ווי אויך האב איך געהערט אז די ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א לאזט נישט עפענען ר"ח אלול קיין שום מוסד ווי לאנג א יעדער איינער איז מסודר אין א מוסד, סאו ער מעג יא רודערן וועגן די אינטערנעט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ר' איד, דער פראבלעם איז ווייט פון מסודר. הונדערטער עלטערן וועלכע האבן א קינד וואס איז נישט קיין מצויין שטויסט זיך אין דעם פראבלעם. ער קען נישט אריינשטעלן זיין קינד אין מעינסטריעם מוסד, ער מוז טרעפן א מוסד וואס הייסט שוין שוואכער. פיין סוכ"ס ווערן זיי מסודר, אבער דעם יסוד האט מען נישט פאראכטן. די ישיבות ווילן האבן גוטע נעמען, עס אינטערעסירט זיי נישט מחנך זיין קינדער צו דינען דעם אויבערשטן, זיי זענען אין ביזנעס און פאר זייער ביזנעס דארפן זיי הייסן בעסער ווי דער קאמפאטישן.

נישט מיט אזא מיינדסעט גייט מען צו צו חינוך צום אויבערשטנס שעפעלעך.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אויסער דעם ר' איד, מיין טענה איז נישט צו ר' מתתיהו סאלאמאן, ער האט סייווי א רעכט צו שרייען, אזוי אויך סקולענער רבי, מיין טענה איז צו די עסקנים, און צו די קינדער פון סקולענער רבי, צו די מענטשן וועלכע וואלטן יא געדארפט פארשטיין. אידן וועלכע זיצן אין די ד' אמות של הלכה און פארשטייען נישט די היינטיגע וועלט האב איך נישט קיין טענות, איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר זיי. אויף זיי שטייט די וועלט. אבער זיי זענען לאו דוקא די מנהיגי הדור. א ריכטיגער מנהיג פארשטייט יא דעם מצב פון דור און ער זעהט ווי זיי שטייען און ער זעהט זייערע פראבלעמען און פארשטייט דערצו.

און ווי איך האב שוין געזאגט פריער, אז כמה רביס און רבנים האבן ארויסגעברענגט די אלע טענות צו די עסקנים און ארגאניזירער. עס אינטערעסירט זיי נישט.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די פראבלעם מיט די ישיבות וכו' איז אז מען האט זיך גענומען א וועג וואס איז נאך כמעט נישט געווען זייט בריאת העולם, אמאל ווען מען האט געפירט א קהלה אדער א ישיבה האט מען געפירט אויף בעסיק אידישקייט, ישיבות זיינען געווען געמאכט צו לערנען ווער עס האט נישט געהאלטען ביים לערנען איז על פי רוב געגאנגען ארבעטן . היינט אין חסידישע ישיבות איז די גאול צו האדעווען עובדי ה' וואס מען רופט עס חסידיש'ע בחורים, און דאס איז נישט ריאליסטיש, ווייל די שטובן זיינען היפש מגושם , סא דער בחור איז א טייל א מלאך און א טייל א גלח, עס איז געווארן און די חסידישע קרייזן א סארט געפיל פון פארליידן סתירות מען טוט א טייל זאכן וואס פאסט פאר בני עלייה, און א טייל זאכען ווי די פארגעבטע שיכטן, אויף ענגליש זאג איך א quote: why are people frum because it tastes good, the problem is that sometimes the potato kugel tastes even better,

ווען מען זאל רידאצירן דאס אידישקייט מיט 50% למשל ווי ביי א קאפיוטר ווען מען מאכט ריסאטר צו א פריערדיגן דאטום וואלטן אוועק געפאלן א סאך פראבלעמען

מען דארף זיין בעיקר אמת'דיק און ערענסט, נישט פאלש און ציניש,
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?

ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.

יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.

1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.

איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..

צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.

רואיק, איך האב נישט גרייט קיין פעך און שוועבל אויף דיר איך וועל דיר נאר ענטפערן אין געציילטע ווערטער.

1. עס איז טויזענטער מייל אפגעריקט די סארט בילדער און ידיעות פון וואס דו רעדסט ביז פארנאגראפיע. די לעצטע איז געמאכט געווארן ספעציעל צו ציען און אנרייצן דעם מענטש, און דער פאקט איז אז עס שלעפט אריין און עס שלעפט אראפ און מאכט חרוב און לייגט צוגרינד מענטשן אין די צענדליגער טויזענטער, אידן ווי להבדיל גוים, אינג און אלט, מענער און פרויען. עס מאכט נישט קיין חילוק, קיינער טאר זיך נישט אריינלייגן אין א נסיון צו דעם, און מען דארף טאקע האבן ערנסטער גדרים אויף דעם. און

2. ליידער א פיל גרעסערע פראצענט ווי די חלומ'ס פלאגט זיך מיט אזעלכע אדיקשאנס, אויף איין לעוועל אדער אן אנדערער. אויף דעם וואלט טאקע אויך נישט געשאדט ווען די רבנים און רביס זאלן קונה זיין אביסל פארשטאנד אין די עניינים און פארשטיין אז עס זענען דא וועגן ווי דאס צו באהאנדלען, טאקע דורך ספעציאליסטן וכדו'. עס וואלט ארויסגעקומען דערפון א גרויסע טובה.

3. במחילת כבוד תורתך הרמה, דו פארשטייסט אינגאנצן נישט דעם חז"ל, ווער עס וויל פארשטיין זאל זיך זעצן לערנען אביסל.

4. ביסט גערעכט, דאס איז טאקע דער פראבלעם, אז ווען מען האט נישט קיין השגה וואס אידיקייט איז, דאן ווען מען ווערט געטשאלענדשט קען מען עס נישט הענדלען און מען פאלט רח"ל. און דערפאר טאקע שרייען אזוי פיל אז מען זאל נישט ביזי זיין מיט אסר'ן אדער פילטערן אינטערנעט נאר אנשטאט זאל מען מחנך זיין דעם עולם ווי מען דארף.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די אסיפה איז וועגן קדושת יוסף הצדיק? אדער וועגן בחורים וואס גייען אראפ
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:צו זאגן אז בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבות איז א גרעסערע פראבלעם ווי אינטערנעט, איז לדעתי א היפשער נארישקייט. בשעת די פראבלעם אפעקטירט לכאורה נישט מער ווי 10 פראצענט, און נאר בחורים, טוט דער אינטערנעט אפעקטירן קליין און גרויס, בחורים און יונגעלייט, טאטעס און זיידעס (יא, זיידעס...), פרויען און מענער. דאס הייסט עס איז א פראבלעם אפי' פאר די איבריגע 90 פראצענט וואס גייען יא אין ישיבה, אז אין ישיבה אדער שוין אלס יונגערמאן וועט ער האבן דעם אינטערנעט און עס וועט אים מעגליך אריינשלעפן אין אן אנדערע וועלט

מעגליך, אבער נישט א גרעסערע פראצענט פון די וואס ווערן קאליע אדער אפגעשוואכט פון אינטערנעט.

הדד בן בדד האט געשריבן:יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.

וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.

נישט הפקרדיגע מעסערס איז די פראבלעם, ווייל אפילו אויב דו שפארסט צו די מעסערס וועט דאס קינד טרעפן א וועג צו זיי אדער זיך שאפן אייגענע מעסערס, ענגערש וואלט איך אויסגעלערענט דאס קינד פון קליינווייז אן אז א מעסער איז א מסוכנ'דיגע זאך פאר איינער וואס ווייסט נאך נישט גענוי ווי אזוי עס צו ניצן, דערנאך הייבט מען אן עם צו טראסטען מיט א פלעסטיק מעסער נאר ווען ס'איז גדול עומד על גביו, דערנאך קען ער שוין האבן א פלעינע מעסער אבער א שארפע זעג נישט אא"וו צוביסלעך ביז ער איז שוין גענוג באהאווענט צו וויסען וואס און ווי אזוי צו האנדלען דערמיט. די זעלבע זאך גייט אן מיט א בייק, (Tweeler בלע"ז) א קאר, געלט, און אינטערנעט.
באניצער אוואטאר
in-Kolel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך in-Kolel »

צ"ל two-wheeler
כשמי כן אני-א כולל אינגערמאן
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:צו זאגן אז בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבות איז א גרעסערע פראבלעם ווי אינטערנעט, איז לדעתי א היפשער נארישקייט. בשעת די פראבלעם אפעקטירט לכאורה נישט מער ווי 10 פראצענט, און נאר בחורים, טוט דער אינטערנעט אפעקטירן קליין און גרויס, בחורים און יונגעלייט, טאטעס און זיידעס (יא, זיידעס...), פרויען און מענער. דאס הייסט עס איז א פראבלעם אפי' פאר די איבריגע 90 פראצענט וואס גייען יא אין ישיבה, אז אין ישיבה אדער שוין אלס יונגערמאן וועט ער האבן דעם אינטערנעט און עס וועט אים מעגליך אריינשלעפן אין אן אנדערע וועלט

מעגליך, אבער נישט א גרעסערע פראצענט פון די וואס ווערן קאליע אדער אפגעשוואכט פון אינטערנעט.

הדד בן בדד האט געשריבן:יעדער איינער פארשטייט אז ווען קליינע קינדער שפילן זיך מיט מעסערס, ווערן זיי צושניטן, און דאס איז א גרויסע סכנה. איז געווען א איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים פילע שארפע מעסערס, אפענערהייט, און די קינדער פלעגן זיך שטענדיג שפילן מיט דעם און זיך צושניידן. איז געקומען א חכם, און געמאכט א גרויס עצרת ווי ער האט אויסגעלערנט אלע אנדערע איינוואוינער פון דעם הויז, און אלע שכנים וויאזוי שנעל און גוט צו פארבאנדאזשירן גרויסע שניטן.

וועט יעדער פארשטיין אז דער איד א שוטה משוטה, אנשטאט זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם פון די הפקר'דיגע מעסערס, גייט מען אויסלערנען וויאזוי עס צו באנדאזשירן. פארשטייסט.

נישט הפקרדיגע מעסערס איז די פראבלעם, ווייל אפילו אויב דו שפארסט צו די מעסערס וועט דאס קינד טרעפן א וועג צו זיי אדער זיך שאפן אייגענע מעסערס, ענגערש וואלט איך אויסגעלערענט דאס קינד פון קליינווייז אן אז א מעסער איז א מסוכנ'דיגע זאך פאר איינער וואס ווייסט נאך נישט גענוי ווי אזוי עס צו ניצן, דערנאך הייבט מען אן עם צו טראסטען מיט א פלעסטיק מעסער נאר ווען ס'איז גדול עומד על גביו, דערנאך קען ער שוין האבן א פלעינע מעסער אבער א שארפע זעג נישט אא"וו צוביסלעך ביז ער איז שוין גענוג באהאווענט צו וויסען וואס און ווי אזוי צו האנדלען דערמיט. די זעלבע זאך גייט אן מיט א בייק, (Tweeler בלע"ז) א קאר, געלט, און אינטערנעט.

געפילטע, פיין געזאגט. דאס האב איך דאך געמיינט. בפרט ווען דער רעדע איז אינטערנעט וואס עס איז כמעט נישט מעגליך צו פילטערן. דאס שרייב איך דאך אין מיינע אלע תגובות דא. שקויעח פאר קלאר מאכן.
רעאגיר