ראיות אסורות? א זאך פון די פארגאנגענהייט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

ראיות אסורות? א זאך פון די פארגאנגענהייט!

שליחה דורך משה געציל »

שוין יארן לאנג וואס א אפט באניצטע פראזע שטערט מיר נישט פארשטייענדיג פשוט פשט.

גרויסע העדליינס ליינען זיך אין די חרדי'שע צייטונגען; "שווערע גזירת גיוס בני הישיבה הויערט אויף די אידנטום אין ארץ ישראל היל"ת".

איז אזוי; "שווערע גזירה וכו"? אדער יא אדער ניין, דאס לאז איך איבער פאר בענדזשעמין מחליט צו זיין. "הויערט", ברויך איך אייך נישט מסביר זיין אז עס הויערט נישט ווי אליעזר עבד אברהמ'ס אייזלען האבן געהויערט העכער דעם באר אין ארם נהרים. עס איז פשוט א אידיש-געווארענע שפריכווארט זיך אויסצודריקן אויף א זאך וואס שטייט אט אט צו באטרעפן און פארלענדן דעם חרדי'שן אידנטום.

ביז אהער איז אלעס בסדר. אבער דא פאנג איך אן זיך צו פארפלאנטערן אן א געהעריגע וועג ארויס: "היל"ת" לכאורה שטיין די ר"ת פאר "היה לא תהיה"... "לא תהיה", שטימט מער ווייניגער - על אף מען קען זיך דינגען אויפן נביאות אז עס וועט נישט געשעהן, מאן יימר. באדייט דאס מער צו דעמאנסטרירן די גרייטקייט און דרייסטקייט פון די חרדים וואס זענען גרייט צו גיין שמאכטן אבי נישט צו דארפן גיין דינען אין מיליטער.

אבער די ערשטע האלב; "היה" וואס פאר א גוט קרעפל האט גע'היה'ט? איז שוין געווען אמאל א גזירת גיוס? האט מען אמאל געשלעפט אלע חרדי'שע בחורים אין בני הכולל אין מיליטער? באזירט אויף מיין היסטאריע ביכלעך איז נאך אזאנס נישט פארגעקומען אין די מדינה זייט איר קיום. דאס איינציגסטע מאל וואס כ'דענק מען האט גענומען חרדים אין מיליטער איז געווען "לצבא צבא" און אויך נישט מיט קיין געוואלדעס.

א אנדערע קעפל ליינט זיך: "א גרופע פערמאנענטע אדוואקטן האבן אונטערגענומען א קאמפיין אינעם העכערן געריכט צו צושטערן די שרעקליכע גזירת מציצה בפה וואס מעיאר בלומבערג האט אונטערגענומען אנטקעגן די חרד'ישע ציבור אין ניו יארק היל"ת".

מציצה בפה איז טאקע זייער וויכטיג, אבער וואס איז דער "היה" גא-ט אין הימל?! אינפארסירט מען שוין דען דעם געזעץ? איך לעב אין איזאלוציע? פעלט מיר עפעס וויכטיגע אינפארמאציע דא?

איז עס גאר בלשון בתמיה "היה"? לא תהיה! כלומר, וועט ווען אמאל זיין א טאג וואס מען וועט זאגן דערויף אז דער געזעץ איז ליידער אריין אין פולן קראפט און עס האט באדויערט טויזענטער אידן? אוודאי אז נישט! "לא תהיה"! מיר רופן אויס מיט א שטארקקייט: ניין מר. בלומבערג! חלום נישט אז עס וועט נאך אמאל קומען אזא טאג! מיר האבן א הבטחה פון וכו' וכו'!

דאס איז פשט? יתכן, אבער עס לייגט זיך נישט אזוי אויפן שכל צו זאגן אז עס גייט בלשון בתמיה. קודם כל ווייל עס וואלט ווען זיך נישט געליינט אין ר"ת. ועוד, מר. קול מבשר זאגט אלעס בלשון ניחותא אין איין שאס, און אז ער זאגט ווייסט ער דאך אוודאי וואס ער רעדט! אסאך מער קאמפליצירטערע ענינים - ווי אז טרעטישקאן האט זיך משדך געווען מיט באראד-שעניעוויץ - האט ער ארויס מיט א מורא'דיגע קלארקייט. איז פונקט דא זאל ער אזוי פארפארן?

אלא מאי עכ"ח וועל איך בלית ברירה מוזן מודה זיין אז עפעס אינפארמאציע פעלט מיר דא. חרדים ווערן געשלעפט אין מיליטער מאסנווייז. מציצה בפה איז לא יזכר ולא יפקד עכ"פ להלכה ולא למעשה. א"כ וועל איך נוצן דעם פראזע אויף וואס שמעקט מיר.

איך האב א שכינה זז"ג וואס ווען נישט די פאקט אז זי האט א מאן, וואלט איך איר רעזעווירט א זיץ אין ביהמ"ד הגדול אין די ימים נוראים. קולה כקול מי נפישותא... סארי, כקול גברא... (גבר/גברא טובא במשמע כקול תרי גברים, עד כדי כך שע"פ רוב אין קולה משתמעי בבחינת תרי קולי לא משתמעי...) גרביים שלה שחורים ועבים... ופניה טוחות בטיט... זכר לחורבן... שיך איז נאר פון די SAS פירמע... וכו' וכו'... איך מיין אז איך קום אריין גענוג קלאר, אויב איינער פארשטייט נישט זאל ער זיך נאכפרעגן ביי זיינע באקאנטע.

די וואך דינסטאג אזוי כחום היום מיט א שמיץ אריבער, האב איך איר געזען זיך ארומדרייען מיט א רעשוואלקע אין מיטן העלן טאג! די שכינה פילט נישט גוט פרעג איך מיין ווייב? זי פילט יא גוט. איז וואס איז פשט פון דעם רעשוואלקע סטייל מאנטל אין אזעלעכע ברענעדיגע היצן? אה, עס איז פארגעקומען א סעיל פאר פרויען ווי דער מוכר האט פארקויפט "צניעות מאנטלען" פאר פרויען אין די זומערדיגע טעג... דער מוכר האט געהאט א פלאקאט וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד: "אכטונג פרויען און מיידלעך, זייט נישט מער מכשיל די מענער מיט הארבע איסורים ווען איר גייט אויפן גאס! האנדעלט אייך איין דעם ספעציעלן דינעם זומערדיג'ן מאנטל וואס וועט זיין די בעסטע שמירה דורכאויס די זומער טעג"!

איר הערט וואס גייט דא פאר?! דער חתנ'טע דינן פלעגט נעבעך ל"ע טאג טעגליך מכשיל זיין הונדערטער בחורים מיט אינגעלייט מיט ראיות אסורות ר"ל! יאפס! "היה" עס איז נעבעך געווען!... וואס קען מען טאן???... דאס הארץ בלוטיגט טאקע... אבער הערט אייך איין טייערע אידן; פון היינט און ווייטער "לא תהיה"! וועט דאס מער נישט געשעהן! מארק מיי ווארד!

איך בין קלאר אז ווען בלעם בענטשט ווען כלל ישראל אין יארע צוויי טויזענט און דרייצן, וואלט ווען די פתחיהם שאינם מכוונים נישט פארנומען א ארט. נישט נאר די טירן זענען איינס אנטקעגן די צווייטע נאר אפילו מיין טעלער זופ וואס איך עס פאר וועטשערע האט מערערע משגיחים און משגיחות. ער וואלט ליבערשט געבענטשט כלל ישראל "שנשיהם מעילים תלבשיהם".
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר