דא איז די קליפ.
די שיינקייט וואס איך זעה איז אז א מענטש וואס איז געבוירען און אויפגעצויגען געווארן אין בארא פארק אדער גאר וויליאמסבורג האט זיך גאר שיין מסדר געווען אן אנדערע לעבנסשטייגער. ער איז דוקא נישט ארויס פון אידישקייט, ער איז גאר א דענקער, אזש אז ער האט זיך גאר געדרייט ביי דוד הרטמן.
ער איז נישט קיין drop out, ער איז א drop up. יא, איך ווייס אז מען dropped נישט up, עס איז עטוואס א contradiction in terms, אבער דאס פונקטליך איז ער טאקע. כלומר, געוויסע וועלן זאגען אז ער איז אראפ פון וועג, אבער אנדערע זעהן גאר אז ער איז ארויף אויפן וועג.
אינטערסאנט אז ער רעדט וועגן דוד הרטמן, אבער עס ברענגט זיך ארויס זיין אייגענארטיגקייט פונקט אזוי.
למעשה דארף איך צולייגען אז חוץ פון דעם קליפ ווייס איך גאר וויינוג פון דעם מענטש. עס איז באמת אביסל נאריש אז איך זאל בכלל רעדן וועגן זיין פערזענליכקייט לכאן או לכאן.
וואס מען קען יא טוהן איז רעדן פון זיין אינטערוויא אויפ'ן קליפ.
ער ברענגט ארויס אז די אייגנארטיקייט פון דוד הרטמן איז אז ער האט צוזאמגעברענגט ביידע וועלטן דער מאדערענער און אויך דער ישיבישער. מיין שאלה אויף דעם איז צו איז עס באמת אזוי נישט מצוי? איז נישט דא גענוג מאדערענע תלמידי חכמים? אפשר אפי' דא אין שטיבל
די אינטערוויאער פרעגט אים איבער זיין לעצטע ביכל, ווי דוד שטעלט זיך אוועק אלץ קרטיקירער פון ארטאדקסי. ר' כ"ץ'ס תירוץ איז א masterpiece. די שפראך וואס ער ניצט איז אויך זיס. ער גייט טוהן א הרטמן אויף הרטמן, שיין. ער פארענטפערט הרטמן מיט דעם זעלבן נקודה וואס ער האט פריער ארויסגעברענגט אלץ הרטמן'ס עיקר פוינט. הרטמן האט נישט געגלייכט קיין פיינאליטי אין מחשבה. ער האט ליב געהאט דוקא דעם שקלא וטריא, דעם רצוא ושוב וואס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ. דעריבער זאגט כ"ץ אז דאס וואס הרטמן האט זיך אפגעשטעלט ביי דעם בוך פשוט מכח זיין שטארבן, מיינט נישט אז דארט בלייבט עס שטיין, עס מיינט נישט אז דארט איז ער געבליבן שטיין. עס איז אלעס א חלק פון דעם אהין און צוריק וואס בלייבט אלץ אפען.
איך האב נישט געהעריג דורכגעליינט דעם ביכל זיינער, נאר געבלעטערט אמאל. מען דארף וויסן צו ער רעדט נישט דארט בלשון של מסקנה, פיינאליטי. וויאזוי עס זאל נאר זיין האט ר' כ"ץ זייער שיין פארענטפערט, אדער כלשונו, גע salvaged.
דערנאך ווען ער איז
מסביר וואס די הרטמן אינסטיטוט איז, קוקט עס מיר עפעס אויס זייער ענדליך צו שטיבל דא. ער זאגט אז מען קען רעדן פון שפינאזע מצד אחד, מיסטיזים מצד שני, און אלעס אינדערמיט.