די נייע אימעיל "אידיש נייעס"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איילבירט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:43 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

די נייע אימעיל "אידיש נייעס"

שליחה דורך איילבירט »

איז איינער דא סובסקרייבט צו די דעילי אידישע נייעס ריפארטס אויף אימעיל? איז דאס אינטערסאנט?
איז דאס אויך יוסי געשטעטנער?
וויאזוי בכלל קען איך זיך אויפסיינען אויפדעם?
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

איך האב זיך גראדע לעצטענס אויפגעסיינט דארט כמיין סעניש געשטעטנער מען קען זיך איינשרייבן דורך שיקן SUBSCRIBE
צו
LJEWISHNEWS@gmail.com
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

פיינע נייעס! ערשטע אידישע נייעס אפדעיטס וואס איז אקטיוו און די מוצ''ש
לאמיר זעהן ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן:


טעגליכע וועלטליכע נייעס

מוצש''ק בלק


*היינט איז ארעסטירט געווארן אין האנק קאנק די ען. עס. עי. קאנטראקטער עדווארד שנאודען וועלכע האט ארויסגעגעבן די סודות פון די ווערייזן סקאנדאל, ער איז פאר'משפט געווארן צו דרייסיג יאר דינען אין טורמע
==

*אין ניו זילאנד איז היינט פארגעקומען עפעס זייער אומבא'טעמ'ט ווען א פארברעכער האט זיך איינגעבראכן אין א דירה און געפונען דעם 26 יעריגע בעה''ב הענגען פון די דאך, ער האט גערופן פאליציי איינמעלדן, מען האט טאקע פעסטגעשטעלט אז יענער האט זיך אליינס דער'הרג'עט, און מען האט פרייגעלאזט דעם פארברעכער נאכדעם וואס א ריכטער האט געאורטיילט אז צוליב דעם וואס ער האט גערופן פאליציי גייט ער אים נישט שטראפן

==
*די SOUTHWEST עירליינ'ס האט היינט געהאט א גליטש אין זייער קאמפיוטער סיסטעם וואס האט פאראורזאכט אז זעקס און פערציג פלייטס זאלן געקענסלט ווערן און 250 זאלן אפגעשטופט ווערן אויב דארפט איר היינט פליען מיט זיי מאכט זיכער אז אייער פלייט איז נישט אפגעשטופט געווארן

==
*די יאפאנער טאיטע קאר פורמע האט ארויסגעגעבן א קאר וואס מען קען אליין צוזאמשטעלן, די קאר האט אויך א מעלה אז איר קענט אויסלערנען אייער קינד דרייוון דורך לייגן די ברעיק'ס אדער סטערינג וויל ביי אייער זייט אזוי זאל עס זיין סעיף זיך צו לערנען די קאר קען אנציען פיר און פערציג מייל פער שעה.

==
*רעבעלן אין סיריע האבן היינט געשאסן צום טויט א פערצן יעריג אינגל מאהאמאד קאטטא, נעבן זיין ביידע עלטערן פארן מאכן א וויץ וועגן אללה.

==
*פעיסבוק האט היינט פארראכטן א טעות וואס איז שוין אנגעגאנגען איבער א יאר, וואס האט צוגעשטעלט פריוואטע אינפארמאציע פאר פרעמדע באניצער ווי למשל די טעלעפאן נומבער אין אימעיל אדרעסן פון קאסטומערס.

==
*א קונסט עראפלאן האט היינט אויפגעפלאמט בשעת'ן מאכן קונצן ביי פארשטעלונג אין אהייא ווען 70,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן ווי דער פליגער האט אויפגעריסן אין פלאמען אין די לופטן אומברענגענדיג דעם פילאט מיט זיין צוהעלפער.

==
א גוטע וואך! !
++
פאר הערות שיקט צו:
LJEWISHNEWS@GMAIL.COM
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

סנאודען איז נאכנישט ארעסטירט, אבער די נייעס בלעטל האט אים שוין פאר׳משפט צו דרייסיג יאר...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך האב מיך אויפגעסיינט און גארנישט באקומען
עס איז נאך ארויסגעקומען היינט?
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

אין די היינטיגע אמעיל איז דאס געשטאנען:

לשאלת הרבים ווילן מיר קלאר מאכן אז זונטאג געבן מיר נישט ארויס אונזער אויסגאבע נאר אנשטאט געבן מיר ארויס אן אפדעיט מוצש''ק
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

דאס איז פון היינט
ב' פנחס

*געוועזענע סעק. אוו סטעיט, היללערי קלינטאן, האט נעכטן ביי א פריוואטע פארזאמלונג געמאלדן בדרך רמז אז זי טראכט ערנסט פון לויפן פאר פרעזידענט און 2016 איר פונקטליכע ווערטער זענען געווען ''מיין חלום וואלט געווען נאך אין מיין גענעראציע צו זעהן א פרוי זיצן אויפן פרעזידענט בענקל".

*אין די שפעטע נאכט שעות נעכטן, איז פארגעקומען ביים גרענד קעניאן אין קאלעראדא א פארשטעלונג, ווי א מענטש איז אריבער געגאנגען מיט א שטריק העכער א 1,500 פיס לאנגע טייך. די שטריק איז געווען 2.2 אינטשעס ברייט, און צוגאב צו דעם, זאגט דער קריכער מאלינדא, האט די וועטער בכלל נישט מיטגעארבייט מיט מיר, און אזוי אויך זאגט ער גלייך ווען ער האט אנגעפאנגען איז אריין אין זיין אויגן אסאך שטויב וואס האט אים אויך פארשווערט, אבער דאך האט ער עס אריבערגעמאכט.

*ווי געמאלדן און די פרייטאג'דיגע נייעס איז עד. סנאודן געפונען געווארן אין האנג קאנג, און וואזוי עס האט אויסגעקוקט האט ער געדארפט באקומען 30 יאר תפיסה, אבער למעשה האט ער זיך אויף דערווייל ארויסגעדרייט, מיט די הילף פון די 'וויקי ליעקס' אנפירער אנטלאפן קיין רוסלאנד, און פון דארט פלאנט ער ווייטער צו גיין קיין קובא. נעכטן נאכט האט אמעריקא סוספענדירט זיין פאספארט וואס קען אים אויך שווערער מאכן דאס אנטלויפן.

*עס איז לעצטנס אנטדעקט געווארן וועגן א ניינצען יעריג גוי פון ברוקלין וואס איז געבוירן געווארן אין אמעריקא אבער האט נישט פארמאגט קיין געבוירט סערטיפיקעט, סאושעל סעקיוריטי נומבער, וכו', בקיצור ער האט בכלל נישט עקזיסטירט אויף די ביכער. דאס איז געווען די מעשה מיט נאועה באיעס (איך בין זיכער די גוי'אישע צייטונגען מיטשענען זיך אויך ארויסצושרייבן אידישע נעמען...) ער איז נישט געבוירן געווארן אין קיין שפיטאל, אזוי אויך קיינמאל נישט געגאנגען אין קיין שפיטאל, ער האט באקומען די חינוך פון זיין טאטע און געארבעט ביים טאטן אין פעלד אלע יארן, ביז לעצטנס האט מען ארויסגעטראסקעט די באיעס משפחה פון זייער הויז פארן נישט באצאלן שטייערן און מען האט פון יעדעם וואס איז געווען דארט אנוועזנד געבעטן אן איי.די. קארטל, און דאן איז מען געוואר געווארן אז דער פארמאגט נישט קיין שום אידענטיטי.

*עקספערטן האבן געזאגט אז נעכטן איז די לבנה געווען די גרעסטע וואס איז געזען געווארן די לעצטע יאר צייט. אויב האט איר משום איזהו סיבה נישט געהאט קיין שאנס דאס צו באטראכטן זייט נישט צובראכן, די עקספערטן האבן אויך געזאגט אז מן הסתם גייט עס זיין די זעלבע מאס ביז דינסטאג.

*די גיקבענטש טעסטינג פירמע, וואס געט זיך אפ מיטן שאצן עלעקטעראנישע דיווייסעס, האט פעסטגעשטעלט, אז די נייע סאמסאנג גאלעקסי 4 איז באלד דאפלט אזוי שנעל ווי די אייפאון פינעף, און האט געמאכט א ליסטע פון סמארטפאונ'ס וואס זיי האבן אונטערגעזוכט און פעסטגעשטעלט זייער ווערד, די ערשטע איז די גאלעקסי פיר, צווייטע איז htc one , די אייפאון געפונט זיך דארט די זיבעטע אויפן ליסט...

א גוטן טאג!

לשאלת הרבים ווילן מיר קלאר מאכן אז זונטאג קומען מיר נישט ארויס מיט אונזער אויסגאבע אנשטאט דעם געבן מיר א אפדעיט יעדן מוצש''ק

פאר הערות אדער צו איינשרייבן צו באקומען אונזער טעגליכע נייעס באריכט שיקט צו:
LJEWISHNEWS@GMAIL.COM
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

איך וויל זיך דא באדאנקען פאר די ארויסגעבער פון די אימעילס, מיר זענען זיך באמת מחי' פוון די בלויז טעקסט אימעיל וואס איז זייער געשמאק צום ליינען
דא קענט איר זעהן דעם היינטיגן אימעיל:


טעגליכע וועלטליכע נייעס

ג' פנחס צום י''ז תמוז

*מינכין דייטשלאנד- די פאליציי און מינכין האט היינט געכאפט און ארעסטירט 4 טעראריסטן, די פאליציי האט דארט געפונען א קליינע פילאטלאזער פליגער וואס מען קען אנפילן מיט גענוג אויפרייס מאטיריאל אויפצורייסן א גאנצע געביידע .


*פיר און פערציג יעריגע לי גאר פון פלארידע וואס האט געשטאכן צוויי פרויען מיט צוואנציג יאר צוריק, האט נעכטן געדארפט באקומען דעם טויטליכע איינשפריצונג, ער האט שוין אפי' געהאלטן נאך זיין לעצטע סעודה וואס איז באשטאנען פון א געבראטן שטיקל פלייש מיט א פלאש קולא, און איז די לעצטע שעה צוריקגעלייגט געווארן אין תפיסה נאכדעם וואס זיין אדוואקאט האט פארפירט אז ער עס גייסטיש צורודערט און די ריכטער האט מסכים געווען מער צו אויספארשן זיין געזונט צושטאנד


*א זיבן יעריג מיידל פון מעזורי איז טראגיש אומגעקומען נאכדעם וואס זי איז דערטראנקען געווארן און א סווימינג פאל, איינער וואס האט דאס געזען האט גערופן 911 און די דיספעטשער האט בטעות געמאכט א ראנג נאמבער ביים רופן די אמבולאנס וואס האט גענומען פיר מינוט צו פארעכטן און נאך צען מינוט ביז הילף איז אנגעקומען.


*א פרוי וואס האט געדארפט פליען מיט א דעלטא פליגער באזיכן איר קראנקע קינד איז שאקירט געווארן ווען זי האט באקומען א טיקעט אויף א פליגער וואס איז שוין געווען איבער געפילט, ווי עס האט אויסגעקוקט וואלט זי נישט געקענט פליען מיט יענע פלייט, למעשה איז די סי.אי.או. פון דעלטא ריטשערד ענדערסאן וואס איז אויך געווען אויף יענע פליגער זיך אויף געשטעלט און אוועק געגעבן זיין פלאץ פאר די פרוי.

היינט האט דעלטא געמאלדן געווארן אז די פורמע האט אקגעקויפט א האלבע שותפות פון די ווירדשין עטלענטיק עירליינס און ווי עס קוקט אויס גייען זיי בקרוב אפקויפן די גאנצע.


* היינט 6:30 איז פארגעקומען צוויי אויפרייסן און פאקיסטאן איינס און די פאלאץ פון די פאקיסטאנע פרעזידענט און איין פארנט פון די סי.איי.עי. אויפטקווארטיר, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן און די טאליבאן גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר זייער שלימזלנות.


*פרעזידענט אובאמא וועלעכע האלט יעצט אינמיטן א רייזע קיין אייראפע און אפריקע האט געמאלדן אז ער גייט נישט גיין באזוכן זיין פאטער'ס געבורטסלאנד קעניע וויבאלד די שטאט איז נישט גענוג דעמאקראטיש.


א גרינגען תענית! ! א גוטן טאג

To comment or subscribe send your email to:
LJEWISHNEWS@GMAIL.COM
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין, א דאנק

וואס האלט דער עולם, זאל מען דאס אריבעררוקן צו די נייעס אפטיילונג?
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אזוי מיין איך
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

איך גיי איין
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גערוקט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

שמעקעדיג האט געשריבן:גערוקט.

וויאהין?
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

עס איז שוין געשטארבען
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך פסיכאלאג »

טעגליכע וועלטליכע נייעס האט זוך צוריק אויפגעמאכט מען דארף זוך פון פריש איינשרייבן אויף
Ljewishnews@gmail.com
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הייטיגע אימעיל

שליחה דורך פסיכאלאג »

טעגליכע וועלטליכע נייעס
מאנטאג תולדות

1- א גרויסע זוך אקציע קומט יעצט פאר און caddo
county
נאכדעם וואס 4 ארעסטאנטען האבן זיך ארויסגעכאפט פון זייער טורמע צעל, זיי זענען אנטלאפן דורך די אפלויף רערן, אבער זענען דערווייל נישט צום געפונען.


2- פלארידא- א מאן איז ארעסטירט געווארן נאכן פארדעכטיגט ווערן פאר דערמארדן זיין פרוי און קינד, יענעם טאג האט ער געשלאגן זיין פרוי נאכן זעהן טעקסט מעסידשעס אויף זיין פרוי׳ס טעלעפאן וואס האבן אים נישט געשמעקט, שפעטער און טאג איז זיין פרוי און טאכטער געפונען געווארן נישט ביים לעבן ביי אים און שטוב, טאוני טאלעדאו איז וועגן דעם ארעסטירט געווארן, און תפיסה האט ער פראבירט צו באגיין זעלבסטמארד


3- הוסטן טעקסאס- א מאדנע פרוי האט געלאזט מעלדן אויף 5 גרויסע בילבארדס און שטאט א $5000 באלוינונג פאר דער וואס וועט געפונען די שילדיגע און איר מאן׳ס טויט, איר מאן איז געפונען געווארן נישט ביים לעבן פארנט פון זיין הויז מיט אפאר וואכן צוריק


4- LG האט נעכטן אנאנסירט זייער נייע סמארטפאון וואס גייט האבן אסאך מעלות איינער פון די זאכן וואס זיי האבן אויסגערעכנט איז אז די פאון גייט האבן א סיסטעם פון אליין פארעכטן קריצן אויפן סקרין דאס וועט זיין א נייע דורכברוך און די סמארטפאון וועלט ( מיר וועלן האבן בילדער דערפון אויף אונזער twitter page @dailyJpost)


5- די בריטישע צייטונגען האבן היינט געמאלדן מיט צער אז די פרינץ הענרי האט זוך צובראכן דו פיס, זיי האבן צוגעלייגט אז די פראבלעם איז נאך גרעסער יעצט, נאכדעם וואס ער האט זוך געדארפט באטיילוגען און א 16 טאג מאראטאן...


- נאך א טעאריע דאס מאל גאר אינטערסאנט,
דאס מאל איז עס א טעאריע אז היטלער ימ״ש איז אנטלאפן קיין ארגענטינע דארט פארהייראט א פרוי און געהאט דארט צוויי קינדער די טעאריע איז א נייע און זיי האבן אויך באווייזן אויף דעם - אז מען גלייבט נישט איז מען נישט קיין אפיקורס-


א גיטן טאג,
מיר וועלן אפדעידטן אונזער twitter acc. מיט בילדער פון די היינטיגע נייעס בלעטל אונזער account נאמען צו פאלוען איז dailyJpost@
אזוי אויך וועלן מיר זיין גרייט אויף twitter צו הערן פון אייך !
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
פארשפארט