קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

קינות טייערע.
איך פארשטיי נישט דיין ווייטאג.פינטל
קיינער וואס איז נישט און דיין מצב פארשטייט נישט און וועט קיינמאל נישט פארשטיין דיין ווייטאג.פינטל
אפי׳ ווער עס איז יא בערך און אזא מצב ווי די קען זיך אבער און ״דיינע״ שיך נישט אריינלייגן ווייל יעדער מענטש און יעדעם׳ס געפילען זענען אנדערש.פינטל

אבער ליבער ברודער נישט פארשטייענדיג פיל איך מיט, מיט דיר, איך פראביר מיך אויסצומשל׳ן די געפיעל פון א טאטע נאך א לאנגען אויסגעמאטערטען טאג ארבייט קומט ער אהיים און גארט צו הערן א פרייליכער געלעכטער פון זיינס א יונגעלע אדער מיידעלע אבער דאס הויז איז ארומגענומען מיט א שטילקייט וואס שרייט קולות!

איך פראביר זיך פארצושטעלן וויאזוי א טאטע שפירט ווען נאך צוויי וואכן נישט זעהנדיג זיין ליב קינד און עס קומט שוין ענדליך די צייט פון זיין אפגעשמועסטע בארעכטיגטע וויזעטעישן דעי און דעם טאטענ׳ס הארץ וואקסט מיט ערווארטונג און פרייד, און פלוצלינג קליגט דער טעלעפאון און מיט א שטימע קאלט ווי אייז זאגט זיין געוועזענע ״איים סארי אבער דודי, שלוימי, רחי, שרי, ווילן נישט גיין היינט״ (ווען די קינדערלעך גארען שוין אזוי צו זעהן זייער טאטע)

איך פראביר מיך פארצושטעלן ווי אזוי מען קען אריינשטופן צוויי וואכן פון דאס לעבן פון א קינד דאס טאטענ׳ס בלוט און פלייש און א באזוך פון קוים צוויי שעה ווען רוב פון די באזוך דארף מען זיך עסן דאס הארץ ווי דאס אומשילדיג נשמה׳לע וויינט זיך נעבעך אויס אויף זיינע מיטמאכעניש און חדר/סקול.

איך פראביר מיך פארצושטעלן די פארטרערטע בליק פון א טאטע נאך די צוויי שעה ווען זיין קינד פארט אוועק און ווייזט ביי ביי פון די פענסטער פון די פארעדיגע קאר און די טאטע ווייסט אז ער איז יעצט אפגעריסן פון זיין שווארץ אפעל פאר נאך צוויי גאנצע טרויעריגע איינזאמע עלענדע וואכן און שטייט נאך געפרוירן מיט צער אויף די זעלבע פלאטץ לאנגע מינוטן נאכדעם וואס די קאר איז שוין לאנג אפגעפארן.

איך פראביר, טרערן פון מיינע אויגן רינען, אבער איך פארשטיי נישט, ווייל קיינער קען זיך און אייערע שיך נישט אריינלייגן.

איין זאך, עס איז נאך פאר קיינעם נישט געבליבן שלעכט אייביק, אונזער הייליגער באשעפער הערט יעדע קרעכטץ וואס איר געט, יעדע טרער וואס איר פארגיסט, יעדע שטיין וואס איר כאפט, און איין טאג וועט די צער זיין א פארגאנגענהייט.

נ״ב איר וועט אינז מוזן איינלאדענען אויף אייער חתונה בקרוב!!! חזק ואמץ טייערע ברודערל איר זענט נישט אליין!!!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בדחן האט געשריבן:געווענליך ווען קיינמאל נישט העלפן אז עלטערן זאלען אליינס פראבירען צו סאלווען פראבלעמן אין חדר,

עס איז אייביג דא א מנהל צו וועם צו רעדן, מען הייבט אויף טעלפאון און מען רעדט צום מנהל, און אז עס האט נישט געהאלפן איינמאל זאל מען פראבירען נאכאמאל,

גערעכט אז די מלמד\מנהל איז דארט באותו מקום באותו זמן, און ס'איז בידו עס צו פאררעכטן, אבער דא זאגט ער דאך אז רעדן צו מלמד האט נישט געהאלפן. אבער וואס מיינט אז "געווענליך וועט קיינמאל" נישט העלפן די השפעה פון עלטערן? ווער דען איז מנחיל צו קינדער די אלע אומגעזאגטע רול'ס, ווי אזוי זיך אויפצופירן מענטשליך מיט אנדערע?
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

שכוח חברים ענקערע ווערטער מיינען זייער אסאך
איך האב גערעדט צום מנהל ער זעהט אויס צו זיין זייער פארשטענדליך, איך האב יעצט א שטאקע טראסט אין עם ( בעיסד וויאזוי ער האט ריספאנדעט צו מיך)
לעמי טעל יא סאיז א צודרייטע וועלט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

Wow what a master job
עמעזינג
האסט א הארץ ווי א איד
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

טייערע קינות'ל:

האב נישט קיין איבל אויף מיר וואס איך האב מיך ערשט יעצט גענומען צו שרייבן ווייל פון ווען איך האב דאס ערשטע מאל געזעהן וואס דו מאכסט מיט האב איך מיך נישט געקענט בארוהיגן, איך עס נישט קיין סטעיק אז איך זאל אויפהערן אינדערמיט, נאר סתם אין די טעגליכע הלוך ילך איז אפאר מאל א טאג וואס איך טראכט פון וואס דו מאכסט נעבעך מיט, אבער איך האב נישט געהאט די ווערטער מיט וואס איך קען צו דיר שרייבן, ביז עס איז געקומען די שלוח ציבור "איש צדיק תמים" און האט ארויסגעברענגט וואס ליגט אונז אויפ׳ן הארץ, אבער איך האב געוואלט עפעס אנדערש און פון א אנדערע זייט זיך דורכרעדן מיט דיר, נאר עס איז נישט געווען דאס צייט ביז יעצט ווען איך האב געזעהן אז עס גייט ב״ה זיין פרייליכע נייעס בקרוב ממש ובניקל אי"ה.

איז אזוי, איך קוק זיך ארום און ליידער אין די לעצטע יארן איז נתרבה געווארן די ענין פון גירושין אויף א גרויסע פארנעם, און נעבעך אזויפיל שטיבער ווערן צוריסן און צושפלידערט און מ'עסט זיך אויף די אייגענע לעבן, און די מערסטע וואס ליידען איז די קינדער וואס זיי בלייבען נעבעך לעבעדיגע יתומים, צוריסן צווישן די טאטע און די מאמע, דער בארעדט יענעם און די זעלבע פארקערט, און דאס קינד וואס האט די מצוה פון כבוד אב ואם, ווייסט נעבעך נישט פאר וועם דארף ער געבן גערעכט, און זיי ווערן נעבעך די שטעקן וואס יעדער שלאגט דעם צווייטען מיט דעם (וואס איך זעה ביי דיר איז דאס נישט אזוי), און צום סוף ווערט אפגעסטעמפעלט אויף דעם קינד אז ער איז א נעבעך קינד, סיי אין חדר ווי מ'טשעפעט אים, און דערנאך ווערט ער די מאנסטער פון חדר ווייל ער מוז נעבעך אויסגעבן די ענגער וואס איז אנגעזאמעלט אין אים, און וועגן דעם האט ער נעבעך נישט קיין חברים, און אויך דאס לערנען גייט אים שווער, ווייל זיין קאפ איז אים נישט אויפן פלאץ, און אלע רבי'ס און מגידי שיעורים האבן צוטוהן מיט אים, און דערנאך ווען עס קומט די צייט פון שידוכים האט ער א פראבלעם, אפילו ער איז נישט געווען קיין פראבלעמאטישע בחור, און זיך זייער שיין משלים געווען, אבער ער קומט פון א צובראכענע שטוב, און אזוי ווייטער און ווייטער, וואס צוליב דעם מוז ער טוהן א שוואכען שידוך, און זיין לעבן איז אפגע'הרג'עט, וויאזוי געבט מען זיך אן עצה צו דעם?

האב איך זיך אביסל ארום געקוקט, ווייל די ענין פון גירושין איז נישט קיין 2000 זאך און אויך נישט פון די 1990'ס אפשר נישט מיט אזא פארנעם וואס איז דא היינט, האב איך געזעהן א אינטרעסאנטע זאך, אז די אלע וואס האבן אנגענומען די ענין פון די גט אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אז והיה אם לא תמצא חן בעיניו ושלחה מביתו, און נישט מכח דעם אפגעטייטשט אז זי איז דיין שונא נאמבער 1 און ווער עס טראגט דעם נאמען טאר מען מיט יענעם נישט האבן קיין שייכות אפילו א שני בשלישי אדער נאך ווייטער, און אפילו מיט די פרוי אליינס, סוכ"ס איז זי די מאמע פון דיין קינד, און זי נעמט קעיר פון דיין קינד, די בעסטע וואס איינער אין די וועלט וואלט נאך געטוהן פאר דיין קינד, שטעל דיך פאר ווען עס איז דא איד אין ביהמ"ד וואס האט דיך בא'עול'ט אויף א מורא׳דיגע פארנעם, און דער איד איז א מלמד אין חדר און ער איז די בעסטע מלמד אין אלע ענינים, ער געבט זיך אפ מיט יעדן קינד ווי אן אייגן קינד, און ער לייגט אריין יראת שמים אין די קינדער, און די קינדער פון זיין קלאס קומען ארויס די מצויינים, אנגעפאקט מיט ידיעות און נאך אסאך פרטים וואס איז נישט וויכטיג אויסצורעכענען - ויהי היום, עס קומט אויס אז דיין קינד דארף אריין גיין צו דעם מלמד, היעלה על הדעת אז וועגן א סכסוך וואס דו האסט געהאט מיט אים אין שוהל, אפילו דו ביזט טויזענט פראצענט גערעכט, וועסטו גיין צום מנהל זאגן אז דו ווילסט נישט דיין קינד זאל לערנען ביי אים? דער מנהל וועט דיך אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן, מ'רייסט דאך אריין צו גיין צו דעם מלמד, נאר וואס דען וועסט אוועקלייגען אלע חשבונות, סוכ"ס איז דאס א מורא'דיגע טובה פאר דיין קינד. אויפן זעלבען אופן דארף מען דאס אנקוקן, איך ווייס דאס איז פון די שווערסטע זאכן ווייל סוכ"ס האט זי דיך מורא'דיג בא'עול'ט און ועוד ידה נטויה, אבער דאס איז וואס וועט מורא'דיג ארויסהעלפן פאר דיין קינד, לאמיר דאס אביסל צונעמען:

איך האב לעצטענס בייגעוואוינט א מעשה פון א פארפאלק וואס האבן זיך גע'גט מיט אפאר קינדער, און עס איז געווען איינגעטיילט שבת של מי, איז דער אינגערמאן א בן תורה (אזוי ווי די גמרא זאגט אויף אבנר בן נר) האט יעדן שבת ווען די קינדער זענען געקומען צו אים, אריינגעפרעדיגט אין די קינדער אז אפילו די טאטע און די מאמע זענען זיך נישט אויסגעקומען און זיך געמוזט גט'ן, אבער די מצוה פון כבוד אם גייט אלץ אהן אויפן שטערקסטען פארנעם און זיי זאלן מכבד זיין זייער מאמע, און צוהערן וואס די מאמע הייסט, און כלפי זיי זאל זיין כאילו עס איז בכלל נישט געווען קיין גט, - וואס איז געווען ווייטער, די קינדער פלעגן אהיים קומען צו די מאמע, און אזוי ווי געווענליך וויל דאך די מאמע וויסן וואס דער טאטע האט שוין אנגערעדט אויף איר, און זי האט אויסגעפרעגט די קינדער, און די קינדער האבן איבערגעזאגט דברים כהווייתן. וואס טראכט די מאמע אזא צייט? אויף דעם מענטש זאל איך גיין אנרעדן צו די קינדער דאס פארקערטע? אדער ווען די טאטע וויל האבן אביסל מער די קינדער זאל איך נישט געבן? נאר וואס דען, זי האט געזאגט די זעלבע ווערטער נאר אויפן טאטן, און די קינדער האבן געהאט א זיסן לעבן, און זיי האבן נישט מיטגעמאכט דאס אויבנדערמאנטע - ביז די קינדער זענען אויפגעוואקסן און זיי האבן געטוהן לכתחלה'דיגע שידוכים, זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין נאמען ווי קינדער פון א צובראכענע שטוב אד"ג, ווער עס האט זיי נישט געקענט פון די גאר נאנט האט נישט געקענט גלייבען אז זייערע עלטערען וואוינען נישט צוזאמען. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז ביי די חתונה האבן ביידע משפחות הערליך שיין מיטגעהאלטן, און דער אבי החתן האט געטאנצן צוזאמען מיט זיין אמאליגע שווער (נישט פאר די פיקטשערס, ווייל עס איז נישט געווען קיין רבי'שע חתונה ווי עס וועט ווערן פאבליצירט), און נאך די חתונה לעבט דאס פארפאלק מיט א שמחה אהן קיין פרעשור וואו מ'דארף גיין אויף שבת, נאר זיי טיילן זיך איין, און גייען מיט א שמחה, - ע"כ המעשה, און דאס איז א אמת'ע מעשה וואס איך קען יענעם פון דער נאנט. און גראדע קען איך אויסרעכענען א פאהר ענליכע מעשיות, און מיין נישט דאס איז אנגעקומען גרינג, אסאך האט מען געמוזט מוותר זיין און שלינגען אז דאס זאל ווערן, און פארשטייט זיך ביידע האבן פיין חתונה געהאט און פירן שיינע שטובער, און איינער האט נישט בארעדט דעם צווייטען ביי שידוכים, נאר פשוט און גראד, מ'איז זיך נישט דורכגעקומען, און נאך פארקערט פארציילט ווי שיין מ'פירט זיך אויף נאכן גט.

כלפי מה הדברים אמורים, איך קוק אדורך די לעצטע פאר בלעטער, און איך זעה נעבעך וויפיל דו מאכסט מיט, און וויפיל די פרוי פייניגט דיך און רעדט אפ שידוכים, און באגרעניצט צו רעדן מיט די קינדער (ווען דו ביזט צוריקגעקומען פון א"י), און נעבעך וויפיל די קינדער מאכן מיט, און ליינענדיג די אלע תגובות פון די חברים וואס פילן מיט מיט דיר, וואס בעצם פון אויבן אויף איז דאס די גרינגסטע מיטל זיך צו בארוהיגן, אז מען שימפט אויף יענעם, זי איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]! זי גייט א שפיצל! ועוד ועוד, אבער דאס איז אזוי ווי איינער האט א מחלה און דאס ברענגט אים יסורים, און אנשטאט אויסהיילן און אזוי ארום וועט אוועקגיין די יסורים, נעמט ער א גאנצע צייט נאר בארוהינגס מיטלען, ווי טיילענויל וכדו', איז ער נישט קיין טיפש?

טייערע קינות'ל, מיט די אלע זאכן וועט דיין פיין נישט אוועקגיין, נאר מער און מער אריינקריכען אין דעם פראבלעם, נאר אפשר דארף מען אנהייבען דעם אנדערען מיטל, און אוודאי וועט דאס נישט גיין גרינג, און בפרט ווען יענער שטייט און שפייט אין פנים אריין, ווי קען מען אויף יענעם זאגן א גוט ווארט, אבער נעם דיר אין קאפ אריין אז דאס איז אזוי ווי יענער מלמד, אזוי ווי פריער געשמועסט סוכ"ס איז זי די מאמע פון דיינע קינדער, און דו וועסט נישט טרעפן אין די וועלט איינער וואס וועט זיך אזוי אפגעבן מיט זיי, און טראכט אויך וויפיל וועט דאס ארויסהעלפן פאר דיין קינד, און נאך אסאך גוטע פרעוויליגיעס וואס וועט ארויסקומען, און טאקע נישט גלייך נאר שפעטער, אבער דאס איז די שטערקסטע אינוועסטמענט מיט זיכערע ריווח, (און די גמרא זאגט דאך בכלל אז אויף א גע'גט'ע פרוי גייט אהן דאס מערסטע מבשרך אל תתעלם, ווי די גמרא ברענגט אפילו א מעשה אויף דעם).

טייערע קינות'ל, איך גלייב אז דו האסט שוין זיכער געהערט די אלע זאכן און איך בין דיר גארנישט מחדש, און נאך בפרט נאך אזויפיל מיטמאכן איז אין חכם כבעל נסיון, אבער פונדעסטוועגן ווען מען הערט עס פון א גוטע חבר וואס טרינקט מיט דיר קאווע צוזאמען, אמאל הערט זיך עס אנדערש, ווי איינער וואס דו צאלסט אפאר הונדערט דאלער א שעה ווייל ער איז עדווערטייזט אז ער פארשטייט צו שלום בית - און איך האף אז איך האב דיר נישט וויי געטוהן, איך האב זיך נאר געוואלט דורך רעדן מיט דיר אז דו זאלסט הערן אמאל די אנדערע מהלך, און איך האף אז מ'זאל שוין בקרוב קענען זינגען די שירת נשואין אנשטאט די קינות גירושין, און זאלסט זיין פרייליך א גאנץ לעבן, און קענען פרייליך מאכן אנדערע.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

סאיז נישט משיג צו זיין וואספארא רשעים די פארשאלטענע רבנים קענען זיין
אוי באשעפער ברענג א מגיפה און שעכט אויס די אלע רבנים וואס נוצען זייער כח וויי צו טון אידען
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

@קינות, דיין מהלך איז אביסעלע צו שארף און קאנטער פראדוקטיוו

@בדחן, איך אין דיינע שיך וואלט געווען שטיל. קענסט נאך אנוואוירן א חתונה!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

איך האב עס אויסגעמעקט, ווייל נאך אלעם איז דא די גמרא פון אל תדון את חברך... ואין אדם נתפס..
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

די ווייטאג פון א טאטע נישט צו קענען זעהן זיין אייגענע קינד איז נישט משיג צו זיין ,
ווען נאך דערצו אז זי האט קיינמאל נישט גקלעמט אז איך טו עפעס ראנג צו די קינדער,
פלעין סאיז אין אירע הענד צו טון וואס זי וויל אין איך האלט מיך איין יעדע טאג פון גיין אין קארט
אוי ווי רשעותדיג א פרוי קען זיין  
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אמת. אבער שטעל דיר פאר ס'קומט א מגיפה און שעכט אויס רבנים, ס'וועלן זיין 100טער יתומים און אלמנה'ס אן א טאטע און אן א פאלאפעל געבער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בדחן האט געשריבן:..

העי! וואס איז געווען די דזאוק?
Under influence
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קינות גירושין האט געשריבן:די ווייטאג פון א טאטע נישט צו קענען זעהן זיין אייגענע קינד איז נישט משיג צו זיין ,
ווען נאך דערצו אז זי האט קיינמאל נישט גקלעמט אז איך טו עפעס ראנג צו די קינדער,
פלעין סאיז אין אירע הענד צו טון וואס זי וויל אין איך האלט מיך איין יעדע טאג פון גיין אין קארט
אוי ווי רשעותדיג א פרוי קען זיין  


וואס האלט דיר אפ פון גיין אין קארט? גיי יא...
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך טראכט יעצט פון מיר,
זר איך בעט דיך צו נישט די שטריק יעצט ווייל באלד שרייב איך דא די נאמען פון די פארשאלטענע רב
און נאכדעם וועל איך זיין נאכמער אין טראבעל
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיר גייט נישט אן. ווייל כ'ווייס קלאר אז ס'נישט מיין רב דער זאלביטובער.

פאר די אנדערע רבנים איי קודענט קער לעסס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

ח״ו מיינע קינדער וועלען צוגרינד גיין ,ווען די קארט גייט זיי הייסען זאגען וואס זיי ווילען באמת, זיי וועלען אנקומען אין פתח תקוה, איך וועל סוכ״ס ליידען
אביסעל שכל האב איך נאך
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

זר זהב האט געשריבן:אמת. אבער שטעל דיר פאר ס'קומט א מגיפה און שעכט אויס רבנים, ס'וועלן זיין 100טער יתומים און אלמנה'ס אן א טאטע און אן א פאלאפעל געבער

רק בדם תהיה לנו ישרות(קרעדיט: רבינו זי״ע בשם הערצל)
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

וואס איז געשעהן?
רעדט דיך אויס, אפשר קענען מיר דיך העלפן.
אויך וואס זענען די ערליכע רבנים שולדיג? און אויך ווער זאגט אז א רב איז שולדיג, אפשר ניצט נאר די צד שכנגד דעם רב פאר א שטעקן?
לאמיר הערן, אונז זענען מיר אלע איינגעשפאנט דיר ארויס צו העלפן.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אין מיין קעיס ליגט די כח אין די רבס הענד ער קען טון וואס ער וויל ער ווערט אבער זייער איבער גענומען פון אירע טרערען, אין איך בין געמאכט פון מענערישע מאטריאל וואס וויינט נישט אויף דעם אויפען מיינט ער אז מיין בלוט איז נישט רויט,
כקען נישט רעדן קיין פרטים מארגען איז די מעשה אויף גאס אין מיינע קינדער וועלען נאכמער ליידען.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

קינות׳ל: איך האב איין עצה פאר דיר, איך וועל עס מקדים זיין מיט א מעשה (שלא) היה.
אמאל האט א איד געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער און מ׳האט עם גערעדט א בחור, אזוי ווי ער איז געווען א גרויסע מן הארץ, האט ער אים געטראגען צום רב פארהערן, דער בחור איז געווען א גרויסע שטריק און פארשטייט זיך לערנען האט ער געקענט א מכה, עכ״פ ווען ער איז געגאנגען צום רב פארהערן צוזאמען מיט׳ן נייע מחותן, און ווען ס׳איז געקומען צום פארהערן איז די מחותן ארויס געגאנגען, איז דער בחור צו געגאנגען צום רב און ער האט אים אנגעכאפט ביים קארג און אים געזאגט: וועסטו זאגן גוט אויף מיר הרי טוב, און טאמער נישט, - האט ער אים דערלאנגט א קאפע - זאלסטו וויסן דאס איז נאר א התחלה.
ווען דער מחותן איז צוריק אריינגעקומען האט אים דער רב געזאגט אזוי:
דער בחור זיין בקיאות האב איך נישט געקענט זעהן אין אזא קורצע צייט, אבער א ״תפיסה״ האט ער א גוטע, און א ״קאפ(ע)״ אן אייזענע...
לעניינינו זאלסטו אריין גיין צום רב ביחידות און טוהן כנ״ל און נאר דאס וועט העלפן, קיין אנדערע עצה האב איך נישט ביזדערווייל...
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

העלאאאא אונז זענען נישט אין אונגערען 1924, וואס מקען שלאגען מענטשען, אז איך ריר אן דעם רב בין איך און תפיסה יענע נאכט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זיך צוקוקען זיך אזוי פון די זייט... איך פראביר זיך נישט צו האלטן אין די זייט, נאר אינמיטן, בדרך הממוצע.. קלער איך אזוי מיט וואונדער.. אינטערסאנט אז די הנהלה האט אנגענומען דיין ניק אן פעסטשטעלן אז איר האט אמאל געגעבן א גט... מילא בדחן, זעהן מיר דאך קלאר אז ער האלט אונטער דעם עולם, אבער קינות גירושין?!
שוין, האסט געשמייכלט? דאס איז דער עיקר, יעצט סיין דיך ארויס און גיי מאך א פאר $$$$
Under influence
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

דער אמת איז, אז מיין עקס האט נאך נישט באקומען א מעשה בי״ד פון דעם רב, סאיז יעצט בידי דורך א מאפינערישע וועג אויסצומעקן די עידותשאפט, פון ווי סאיז פארשריבען, ווען סוועט קומען למעשה ביי איר חופה מוועט איר בעטן א פראוו וועט זי נישט קענען ברענגן, און די רב וועט האבען א ערענסטע פראבלעם איר דאס צו געבן...
זאל איך דאס טון ??????????????
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
פארשפארט