וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פונף אלארעם פייער האט אויסגעבראכן אין א בילדינג אין אליזיבעט ניו גערסי. איינער איז דערהארגעט געווארן און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, צווישן זיי א זעכציג יעריגס וואס איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער. ס'האט געדויערט פיר שעה פאר הונדערט פייערלעשער צו פרובירן, ביז די פייער האט זיך אפגעשטילט ווען די בילדינג איז צוזאמגעפאלן. 'פענסטער-וואשער' זענען ארויסגערופן געווארן צו ראטעווען דעם סיטואציע.
א לאך האט זיך צועפענט אינעם וואנט פון א פייער סטאנציע אין יאנקערס, נאך וואס א קאר איז איינגעפארן מיט א קראפט. דער דרייווער איז דערהארגעט געווארן. קיינער אויסער אים האט זיך נישט געפונען אינעם קאר. שכינים דערנעבן זאגן אז זיי האבן געהערט א שטארקן גרידער, ווען זיי האבן דערנאך געזעהן דעם צוקוועטשטן קאר ביים וואנט. "מ'וועט איינטיילן אלע וויכטיגע לייט אובאכט צו געבן דורכאויס די נאכט" זאגט די פייער טשיף. "איך וועל שוין אויפזיין א גאנצע נאכט" זאגט א וויכטיג מאכער.
פאליציי אין ברוקלין זיכן נאך א פארברעכער וואס האט געשאסן עטליכע געשעפטן אין די בעד-סטיי געגענט דעם וויקענד. די געשעפטן זענען שוין געווען געשפארט אין די צייט ווען ער האט געשאסן אויף די פענסטער אינדרויסן בעפארן אנטלויפן. קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן. די פארברעכער זאגט אז זעענדיג א 'פעינט' שילד העכערן געשעפט, האט ער געמיינט אז דאס איז א פעינט-באלל-שאאטינג ארט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'לי-עוו-פאוטא'. פענסטער-וואשער געזיכט נאך א ביפער שאאטינג, איבערלאזנדיג א וואך_נאכט ארט.

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ראולינג סטאון דזשורנאליסט מייקעל העסטינגס איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט היינט אין LA
http://www.usatoday.com/story/news/nati ... t/2436549/

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ניו יארק סיטי האט ארויסגעשטעלט זייער פארגרעסערטן פארפלייצונג זאנע, אריין נעמענדיג פרישע זעקס-הונדערט-טויזענט איינוואוינער וואס וועלן ברויכן אקוואטירט ווערן אין פאל פון א שטורעם. די סיטי ארבעט שוין זינט סענדי דאס צו פארגרעסערן, צולייגנדיג נאך געגענטער וואס האבן געליטן דאס מאל. אצינד געפונען זיך זיבן-און-דרייסיג פראצענט ניו יארקע. וואס איז דריי-מיליאון הייזער אינעם זאנע. שכינים פרעגן: פארוואס קען מען נישט מאכן דעם זאנע אויף א פלאץ וואו קיינער וואוינט נישט?!
א מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אין טיימס סקווער היינט נאכמיטאג. דורכגייער זאגן אז די צוויי -ביידע אין די פערציגערס- האבן געהאט א ווערטער אויסטויש, בעפאר ער איז געשטאכן געווארן. דער מאן געפינט זיך אין א סטאבעלירטן צושטאנד אין שפיטאל. דער צווייטער האט זיך אויסגעמישט מיט די מאסן בעפאר פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע. אלאמירטע אפיצירן לייגן דאס אן אויפן נייעם סיסטעם.
פייערלעשער אין קווינס האבן געארבעט צוויי אהאלב שעה ארויסצוראטעווען א קאנסטראקציע ארבעטער וואס איז אריינגעפאלן אין זימפ. 'מארקאו קאסטילאו' דרייסיג, איז אראפגעשפרינגען פונעם ערשטן שטאק, ווען די האלץ אונטער אים האט זיך צושפאלטן, אריינשלעפנדיג אים אין א מאראסט ביזן אקסלען. קאסטילאו זאגט אז בעפארן שפרינג איז נאך געווען בעפארן אויסברייטערן דעם פארפלייצונג זאנע...
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בעקיארד סעיל'. קויפט א שיף, און זייט אפגעזונדערט פון אלע זאנע'ס אין פאל פון א שטורעם.
א מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אין טיימס סקווער היינט נאכמיטאג. דורכגייער זאגן אז די צוויי -ביידע אין די פערציגערס- האבן געהאט א ווערטער אויסטויש, בעפאר ער איז געשטאכן געווארן. דער מאן געפינט זיך אין א סטאבעלירטן צושטאנד אין שפיטאל. דער צווייטער האט זיך אויסגעמישט מיט די מאסן בעפאר פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע. אלאמירטע אפיצירן לייגן דאס אן אויפן נייעם סיסטעם.
פייערלעשער אין קווינס האבן געארבעט צוויי אהאלב שעה ארויסצוראטעווען א קאנסטראקציע ארבעטער וואס איז אריינגעפאלן אין זימפ. 'מארקאו קאסטילאו' דרייסיג, איז אראפגעשפרינגען פונעם ערשטן שטאק, ווען די האלץ אונטער אים האט זיך צושפאלטן, אריינשלעפנדיג אים אין א מאראסט ביזן אקסלען. קאסטילאו זאגט אז בעפארן שפרינג איז נאך געווען בעפארן אויסברייטערן דעם פארפלייצונג זאנע...
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בעקיארד סעיל'. קויפט א שיף, און זייט אפגעזונדערט פון אלע זאנע'ס אין פאל פון א שטורעם.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
דער פארשטארבענער געוועזענער ניו יארק מעיאר, עד קאטש, איז פריש ערשינען היינט אין די נייעס.
עס שטעלט זיך ארויס, אז די ענגרעיווער פון זיין מצבה, האט געמאכט א פארדריסליכע טעות, ביים קריצן זיין געבורט-טאג, און אנשטאט די יאר 1924 שטייט איינגעקריצט אויף זיין שטיין 1942.
די גאנצע מצבה מיט איר פולע נוסח וואס איז געשריבן געווארן דורך קאטש זעלבסט, איז שוין געשטאנען במקום קבורתו עטליכע יאר איידער ער איז געשטארבן. עס האט בלויז געפעלט איין שורה, ווי עס האט געזאלט אריינגעקירצט ווערן די דאטוסם פון זיין געבורט און פון זיין יום המיתה.... און דאן איז געשען די פאנטשער.
די קאמפאני האט זיך אנטשולדיגט פאר די טעות, און האט זיך אונטערגענומען עס צו פאררעכטן בקרוב ממש.

שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
אין א צווייטע נייעס פון בית הקברות ארויס, איז א קאר אין בראנקס אריינגעפארן אין א ליידיגע פריש אויפגעגרובענע קבר. די 35'יעריגע פרוי-דרייווער האט פראבירט צו טענה'ן אז זי האט געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינדרייען צו א דרייוו-וועי, האט זי אריינגעפירט די קאר אינעם לאך. מען האט אבער נישט געדארפט זיין צו א גרויסע מומחה צו אנערקענען תיכף, אז די אורזאך פונעם עקסידענט איז פשוט און פראסט, אז זי האט האט געדרייווט די קאר, אונטער א שטארקע אלקאהאל איינפלוס. ארויסקומענדיגע פונעם אויטא האט זי ניטאמאל געקענט שטיין געהעריג אויף די פוס מחמת שיכרות. איר אלקאהאל מאס איז געווען מער ווי דריי מאל אזויפיל ווי דער ערלויבטער מאס.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
אין א פרעצענדענטלאזע פרואוו צו פארמיידן פון ווערן ארעסטירט דורך פאליציי, האט א שווער פארדראגטע פארשוין אין קאליפארניע געמאכט פליטה, און אריינגעלאפן אינעם דערבייאיגן אשען וואסערן.
מיט בלויזע אונטערוועש, האט דער 46 יעריגער מאן פארברענגט זיבן שעה אינעם וואסער, סטראשענדיג די פאליציי און אנדערע הילפס אגענטורן אז ער וועט זיך נעמן דאס לעבן, אויב מען וועט זיך פראבירן צו דערנענטערן צו איהם.
עס האט זיך אנגעהויבן זונטאג פאר 10 אזייגער, און דורכאויס די גאנצע נאכט האט מען געהאלטן א וואכזאם אויג אויף איהם דורך פארשידענע פאליצייאישע אפטיילונגען, קאוסט גארד, נעיווי שאור פאטראל, לייף-גארדס, העליקאפטערס פון דער הייעך, אונטערוואסער שווימער, אד"ג.
ערשט 5:30 פארטאגס האט מען באוויזן איהם צו ארעסטירן און אפפירן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג.
מיט בלויזע אונטערוועש, האט דער 46 יעריגער מאן פארברענגט זיבן שעה אינעם וואסער, סטראשענדיג די פאליציי און אנדערע הילפס אגענטורן אז ער וועט זיך נעמן דאס לעבן, אויב מען וועט זיך פראבירן צו דערנענטערן צו איהם.
עס האט זיך אנגעהויבן זונטאג פאר 10 אזייגער, און דורכאויס די גאנצע נאכט האט מען געהאלטן א וואכזאם אויג אויף איהם דורך פארשידענע פאליצייאישע אפטיילונגען, קאוסט גארד, נעיווי שאור פאטראל, לייף-גארדס, העליקאפטערס פון דער הייעך, אונטערוואסער שווימער, אד"ג.
ערשט 5:30 פארטאגס האט מען באוויזן איהם צו ארעסטירן און אפפירן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one
http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/
http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אטוריטעטן אין לאנג איילענד האבן איבערגעפרישט די זיך אקציע, און ארויסגעלייגט א זיבן-און-צוואנציג טויזענט דאללער באלוינונג פאר דער וואס פירט צום ארעסט פונעם פארשוין וואס האט ארויסגעווארפן א הינטל פונעם פענסטער אויפן שאסיי. פאמיליע מיטגליד פונעם הינטל זאגט: זאל מען זיכן א קאר וואס פארמאגט דעם שטריק פונעם האלז. אבער פאליציי זאגט: העט ער ווען געווען צוגעבינדן, וואלט ער געבליבן הענגן אינדרויסן פונעם קאר.
א אכצן יעריגער אין לאנג איילענד האט זיך דערקלערט שולדיג אין קלאגעס מיטן וועלן ארויסהעלפן על-קאידא. ער איז געבינדן און ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד, גרייטנדיג זיך צו פארן אויספירן זיינע פלענער. זיינע לויערס זאגן אז ער האט זיך שוין דערקלערט שולדיג אום פעברואר, ס'איז נאר היינט ארויסגעגעבן געווארן. על-קאידא וואונדערט זיך וואס ער האט געזיכט אויפן פליגער. זייער באזע איז סטאנצירט אין וואסער.
די עלטער באבע פונעם פיר יעריג קינד וואס איז אומגעקומען אין א עקסידענט, איז היינט ארויסגעקומען פון שפיטאל. די עקסידענט איז נאך אין די טינט פון די צייטונגען, זייענדיג אין צייט וואס ס'האט געדויערט אכט מינוט ביז די ערשטע הילף איז אנגעקומען. די פאמיליע קלאגט די סיטי מיט צוואנציג מיליאון טאללער, זאגנדיג אז ס'קינד וואלט דאס איבערגעלעבט אויב מ'לאזט נישט ווארטן אזוי לאנג. די עלטער באבע איז רואיג אז ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט פארקערט. העט זי ווען סיי נישט געלעבט און סיי נישט געמאכט די געלט. אזוי מאכט זי נאר נישט די געלט..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דפוס הספר'. מיט שטריק בינדט מען ספרים. מיט שטריק ארעסטירט מען. מיט שטריק שלעפט מען הינטלעך. און מיט שטריק הענגט מען סיינס.

- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
זר זהב האט געשריבן:In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one
http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/
שוין דא אן אשכול פאר דעם.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
"טשיקאווע נייעס"...
א וואנזיניגער מאן פון ניו יארק איז געווען אויסגעהונגערט פאר א ציגארעטל, און דאס איז געווען בשעת'ן פליען אויף א עראפלאן פון לאס וועגאס צו טשערלאט. ער האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן, נאר האט ארויסגענומען זיין לייטער (Lighter) און פרובירט אנצינדן א ציגאר. און נישט נאר דאס, נאר ער האט פרובירט צו עפענען די טיר פונעם פליגער אינמיטן פליען! און דער עראפלאן איז געווען געצווינגען צו מאכן אן עמערזשענסי לאנדינג.
שפעטער איז דער צערידערטער ווידעראמאל געפלויגן אויף א צווייטן פליגער קיין שיקאגא, און געטוהן דאס זעלביגע נאכאמאל... און דער עראפלאן האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדינג אין קענסעס סיטי...
http://now.msn.com/unruly-airplane-pass ... d=ansnow11

וירח ה' את ריח הניחוח
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א קאנסטראקציע ארבעטער איז אנגעקלאגט געווארן נאך וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין א אויפרייס וואס האט פארוואונדעט זיבן, אין נייעק ניו יארק. די אויפרייס איז אנהייב אנגעגעבן געווארן אלס א גאז ליניע אויפרייס אונטער די ערד. אבער נאך אינוועסטאגאציעס איז דער פיר-און-פערציג יעריגער ארבעטער געפונען געווארן אלס דער שולדיגער. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער פייער-קרעקער אויפרייס.
פאליציי אין נין גערסי האבן ארויסגעגעבן א ארעסט ווארענונג און אנקלאגעס אויף פיר פארברעכער וואס האבן דורכגעפירט א רויבעריי אין א סופערמארקעט, און געשאסן דעם געשעפטס אייגנטומער. צוויי דערפון זענען ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי די גע'גנב'טע קאר וואס זיי האבן גענוצט צו אנטלויפן. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעם-טעם קרעקער רויבעריי.
א סיטי באס דרייווער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן צוגראזשעט און צושניטן ווערן זיין רעכטע האנט מיט פארשידענע שארפע מאטריאל, אין בראנקס. ס'איז אומקלאר די אורזאך אדער מאטיוו פונעם שטעכער. פאליציי זיכן נאך באווייזן וואס וועט פירן צום ארעסט. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעגליכע ערשיינונג..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'ניו יארק מעיאר'. ווארפט נאר געזונטע דייעט קרעקערס. אנדערע רופן דאס אן: בלומבערג אין די נייעס, א בלויזער טעגליכע ערשיינונג.
פאליציי אין נין גערסי האבן ארויסגעגעבן א ארעסט ווארענונג און אנקלאגעס אויף פיר פארברעכער וואס האבן דורכגעפירט א רויבעריי אין א סופערמארקעט, און געשאסן דעם געשעפטס אייגנטומער. צוויי דערפון זענען ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי די גע'גנב'טע קאר וואס זיי האבן גענוצט צו אנטלויפן. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעם-טעם קרעקער רויבעריי.
א סיטי באס דרייווער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן צוגראזשעט און צושניטן ווערן זיין רעכטע האנט מיט פארשידענע שארפע מאטריאל, אין בראנקס. ס'איז אומקלאר די אורזאך אדער מאטיוו פונעם שטעכער. פאליציי זיכן נאך באווייזן וואס וועט פירן צום ארעסט. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעגליכע ערשיינונג..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'ניו יארק מעיאר'. ווארפט נאר געזונטע דייעט קרעקערס. אנדערע רופן דאס אן: בלומבערג אין די נייעס, א בלויזער טעגליכע ערשיינונג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אינעם באן נומער זעקס. דער סוספעקט איז אויך אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אונטער פאליציישע באגלייטונג. דער סוספעקט איז אראפגעהאלטן געווארן דורך פאסאנזשירן מיט די הילף פון די סטאנציע קלינער, ביז דער נייער אמערזשענסי סיסטעם האט אפראווד דעם רוף, און געמאלדן די פאליציי איבער דעם סצענע.
א מאן אין די דרייסיגערס איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אטאקירט א פופציג יעריגע פרוי אין די צייט וואס זי האט גענומען בילדער אין א פארק אין אינוואד געגענט. די פרוי פונעם שפיטאל בעטל זאגט אז די בילדער איז נישט געווען זיינע, און זי האט דאס געמעגט נעמען. אבער דער שלעגער זאגט אז די בילדער האט זי נישט גענומען, נאר ליבערשט געכאפט אין די צייט וואס ס'איז געווען געניג פאר יעדעם.
די 'סי' סובוועי איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס די שינעס איז צובראכן געווארן אין ברוקלין ביים פולטאן עוועניו סטאנציע. די סי באן וואס איז די לאקאלע באן אין די געגענט, האט געברויכט פארטיילן זיינע לאקאלע פאסאנזשירן פאר אנדערע באנען וואס פארן דורך דעם ריכטונג. די סטאנציע קלינער זאגן אז ס'שטעלט זיך איצט ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז די סטאנציעס פארבלייבן שמוציג, טראץ מענטשן דרייען זיך נישט דארט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'רעבעצינס טשיס קעיק'. איצט אין די ניין טעג שטעלט זיך ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז מענטשן וועלן דאס אלץ כאפן, טראץ ס'איז דא געניג פאר יעדעם.
א מאן אין די דרייסיגערס איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אטאקירט א פופציג יעריגע פרוי אין די צייט וואס זי האט גענומען בילדער אין א פארק אין אינוואד געגענט. די פרוי פונעם שפיטאל בעטל זאגט אז די בילדער איז נישט געווען זיינע, און זי האט דאס געמעגט נעמען. אבער דער שלעגער זאגט אז די בילדער האט זי נישט גענומען, נאר ליבערשט געכאפט אין די צייט וואס ס'איז געווען געניג פאר יעדעם.
די 'סי' סובוועי איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס די שינעס איז צובראכן געווארן אין ברוקלין ביים פולטאן עוועניו סטאנציע. די סי באן וואס איז די לאקאלע באן אין די געגענט, האט געברויכט פארטיילן זיינע לאקאלע פאסאנזשירן פאר אנדערע באנען וואס פארן דורך דעם ריכטונג. די סטאנציע קלינער זאגן אז ס'שטעלט זיך איצט ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז די סטאנציעס פארבלייבן שמוציג, טראץ מענטשן דרייען זיך נישט דארט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'רעבעצינס טשיס קעיק'. איצט אין די ניין טעג שטעלט זיך ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז מענטשן וועלן דאס אלץ כאפן, טראץ ס'איז דא געניג פאר יעדעם.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פאטאלער עקסידענט האט איבערגעלאזט א צוואנציג יעריגן ניקולעס פיעלעט טויט, נאך וואס א קאר איז ארויס פון קאנטראל אין סאפולק קאונטי. די קאר איז ווייטער געפארן מיט א שנעלקייט ביזן אריינהאקן אין א בוים, זיך אפשטעלנדיג דארט איבערגעדרייטערהייט. לויט ווי אטוריטעטן זאגן, איז דאס די לעצט פארבליבענע בוים אנצוהאלטן דעם נעט פארן וואלי שפיל.
רייאטן האט אויסגעבראכן נאך וואס א ווייסע קאר האט אראפגעקלאפט און דערהארגעט א ניין-און-זיבעציג יעריגע פרוי אין ברוקלין. די פרוי האט פרובירט צו קראסן דעם גאס בעפארן אראפגעקלאפט ווערן. די שווארצע קארס האבן זיך פאראייניגט און פאררופן מאסן רייאטן נאך וואס 'פארד' האט ערקלערט די ווייסע קאר אלס 'נישט שולדיג'.
א דריי-און-פערציג יעריגער מאן איז געפונען געווארן טויט נאכן ארויסגעשלעפט ווערן פונעם האדסאן וועלי וואסער. דער מאן איז אריינפאלן בשעת'ן פארברענגען און כאפן פיש ביים ברעג. זיין זוהן האט אים ארויסגעשלעפט און אפגעפירט אין שפיטאל, אבער נאר צו באשטעטיגן זיין טויט. אדוואקאטן פון די פיש פאראיין זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אויפוואכונג פאר די אלע וואס זיכן אזיל רעכטן אינעם וואסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וויינגארטנס פיש'. בעפאר די פיש אין וואסער ציטערן. זייט נישט דער איינציגסטער ביים וואלי נעט. ליבערשט זיכט אזיל רעכטן ביים אנדערן קאלעני.
רייאטן האט אויסגעבראכן נאך וואס א ווייסע קאר האט אראפגעקלאפט און דערהארגעט א ניין-און-זיבעציג יעריגע פרוי אין ברוקלין. די פרוי האט פרובירט צו קראסן דעם גאס בעפארן אראפגעקלאפט ווערן. די שווארצע קארס האבן זיך פאראייניגט און פאררופן מאסן רייאטן נאך וואס 'פארד' האט ערקלערט די ווייסע קאר אלס 'נישט שולדיג'.
א דריי-און-פערציג יעריגער מאן איז געפונען געווארן טויט נאכן ארויסגעשלעפט ווערן פונעם האדסאן וועלי וואסער. דער מאן איז אריינפאלן בשעת'ן פארברענגען און כאפן פיש ביים ברעג. זיין זוהן האט אים ארויסגעשלעפט און אפגעפירט אין שפיטאל, אבער נאר צו באשטעטיגן זיין טויט. אדוואקאטן פון די פיש פאראיין זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אויפוואכונג פאר די אלע וואס זיכן אזיל רעכטן אינעם וואסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וויינגארטנס פיש'. בעפאר די פיש אין וואסער ציטערן. זייט נישט דער איינציגסטער ביים וואלי נעט. ליבערשט זיכט אזיל רעכטן ביים אנדערן קאלעני.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
למדן האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
ברענט שוין ווייטער דארט
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל