געפילטע פיש האט געשריבן:
דאס אז מיר וואקסן נישט אויף מיט זיי איז נישט קיין הסבר פאר די אבסורדע פאביע פון אריין לויפן אין גאס ווען א הינטל קומט אקעגן.
פארוואס למשל נישט? דאס איז דאך דער אמת'ער סיבה. ווען איך בין געווען אינג, און אפילו שוין נישט אזוי אינג, האב איך פלעין געציטערט פון א הונט, כ'מיין, א הונט בייסט, נישט אזוי? אין מיין ערשטע דשאב נאך מיין חתונה האב איך אמאל געדארפט דונגען א באס ביי א גוי'אישע קאמפאני, און איך בין דארט געווען האב איך געפרעגט צו איך קען זעהן דעם באס, האבן זיי מיר געווארנט איך זאל נישט אריינגיין אין דעם גאראדש ווייל דער הינט דארט וועט מיך בייסן. דאס האט נאכאמאל פארשטארקט ביי מיר דעם מיינונג אז א הונט בייסט יעדן וועמען ער קען נישט, (אדער לפחות יעדן וואס ווייסט נישט ווי אים צו באהאנדלען, און איך ווייס דאס זיכער נישט), און מיך קען ער דאך נישט, וועט ער דאך מיך בייסן.
עס האט מיר גענומען נאך אפאר יאר צו פארשטיין אז דאס איז נישט אזוי.
און איך בין אמאל געווען מיט מיינע קינדער ביי א פארם, אריינקומענדיג אין דעם שטאל, זענען געווען דארט אפשר צוואנציג קעץ, מיינע קינדער זענען זיך צולאפן און מורא געהאט אריינצוקומען. איך בין צוגעגאנגען און אויפגעהויבן א קעצל און צוגעטראגן צו מיינע קינדער און גענומען זייערע הענטעלעך און צוגעלייגט צום קעצל... אין ווייניגער פון פינף מינוט האבן אלע מיינע חברה זיך ארום געדרייט מיט קעצלעך אין די הענט. אבער ווילאנג מען לערנט דאס נישט אויס האט מען מורא, און פון הונט ספעציעל.