א וויליאמסבורגער חסידישע אינגערמאן, א רעדדיטאר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:אה דאס איז גוט. אבער שרייבן עפעס וואס פעהלט נישט אויס צו די ציהל, און נאך דערצו ווען ס'ליגענט און קען ברענגען אנטיסעמיטיזם (דאס אז א איד וועט נישט ראטעווען א גוי) איז א פארברעך צו טון!

גערעכט, דא איז מיין איך די איינציגסטע פלאץ ווי ס'האט עכט נישט אויסגעפעלט. א היימישע איד וועט עניטיים ארויסהעלפן א גוי אין א דיטש אויפן סעווענטין, אפשר נאך ענדישער ווי א צווייטע גוי זאל עם העלפן. לגבי שערן קען זיין ער ווייסט פשוט נישט, ער זאגט ער איז נאך א בחור (מיט א גירל פרענד טענה'ט ער).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאס שרייבן אז א איד וואלט נישט געראטעוועט א גוי איז א שקר און ס'איז אן אומפאראנטווארטליכקייט דאס צו שרייבן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

נולד מאוחר האט געשריבן:מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.

נולד, איך זאג דאס אויך (זאל זיין א כפרה) ווען איך הער אז עפעס איז געשעהן, בפרט ווען מען ווייסט אז יענער האט נישט ספעציעל ליב געהאט אידן. אבער פון דעם ביז זאגן מען וואלט נישט געראטעוועט א גוי וואס שטארבט אין א דיטש, איז פאלג מיך א גאנג, עס איז פלעין נישט אמת. איך אליינס האב שוין מער ווי איינמאל אויסגעשרטעקט מיין הילף צו גוים.

און איך האב טאקע דאס געוואלט שרייבן. איך האב געספענדט צווישן היינט און נעכטן מן הסתם איבער א שעה ליינענדיג דארט דעם גרויסן חכם דשו פעק, און איך מוז זאגן איז איך בין לגמרי נישט אימפרעסט. א טיפיקל 22 יעריגער אויפגעקלערטער האלב-אףף-די-דרך בחור. זיינע תירוצים זענען זייער פלאטשיק אן קיין שום טיעפקייט אדער מחשבה צו זיי, זיין שרייבן פ---ינג יעדע דריטע שורה ווייזט אויך נישט אויף קיין גרויסע חכמה. כ'מיין, ווי קלוג דארף מען זיין צו געבן א נארמאלע ענטפער פארוואס חסיד'ישע אידן האבן מורא פאר דאגיס...

בקיצור, גארנישט מיט גארנישט. כ'מיין רוב היימישע אינגעלייט וואלטן געקענט מאכן א דשאב פונקט אזוי גוט און אפשר בעסער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נא, לאמיר מאכן א קאווע שטיבל AMA, איך מיין אבער אז די טיפיקעל אינגערמאן וואלט געווען צו אפאלאגעטיק, וואס וואלט אוועקגענומען פון די ארגינעלקייט. למשל זיין ענטפער אויף פארוואס חסידים גייען מוצ"ש קיין האום דיפא(ט) איז מיר זייער געפאלן, "to buy stuff?". און איך וואלט שוין געהאלטן אינמיטן א דרשה אז א גאנצע וואך ארבעט מען, און מוצאי שבת איז דא צייט וכו'.

דאס אז מיר וואקסן נישט אויף מיט זיי איז נישט קיין הסבר פאר די אבסורדע פאביע פון אריין לויפן אין גאס ווען א הינטל קומט אקעגן.

לגבי חכמה מחשבה, די טיפיקעל רעדיטאר זוכט דאס נישט, קיינער איז נישט דארט פאר פיליזאפישע דעבאטעס.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאפס הדד, געטראכט די זעלבע. דאכט זיך מיר אז ער איז בכלל נישט קיין צד אונז צו פארענפערן ער איז נישט קיין אונזערער (און איך מיין נישט ווייסן זאקן) פארוואס יעדער מאהל א חכם גייט ארויס צום דרויסענדער וועלט דארף דאס אויסקוקען האלב otd׳איש?
איך טשאלאנדש דעם עולם צו מאכן אן אייגענער שאלות ותשובת סעסיע. מיט שכל און טעם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נולד מאוחר האט געשריבן:מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.

איינער פון אונז האט שוין אמאל געהערט וואס די גויים זאגן ווען ס'קומט צו ראטעווען אידן? וואס איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה???!
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

וויפיל היימישע יודן קענען מיר וואס וועלן נישט אפן האלטן די טיר פאר'ן גוי וואס איז אונטער דיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און פאר א יוד וועלן זיי יא אפן האלטן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב א שטארקע חשד אז דער שרייבער איז א וויזניצער בחור ג. ג. וואס האט זייער ליעב צו כאפן בילדער און דרייט זיך ביי די יאפיס. (זוך אויף אינסטעגרעם)

ער גייט קרייזעלטע פיאות מיט קאלירטע העמעדער און לערנט זיך פסיכאלאגיע.

איך האלט ער טוט אן הערליכען ארבעט צו מסיר זיין די חרון אף פון די גוים.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאר כ'האב מורא אז ס'עט גאנץ קנאפ העלפן ביום עברה, ח"ו היל"ת. ווי זאגט מען באן אונז. "הי איז גאוינג טו סטענד אין ליין וויטה דע רעסט אוו אס".
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

הדד בן בדד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.

נולד, איך זאג דאס אויך (זאל זיין א כפרה) ווען איך הער אז עפעס איז געשעהן, בפרט ווען מען ווייסט אז יענער האט נישט ספעציעל ליב געהאט אידן. אבער פון דעם ביז זאגן מען וואלט נישט געראטעוועט א גוי וואס שטארבט אין א דיטש, איז פאלג מיך א גאנג, עס איז פלעין נישט אמת. איך אליינס האב שוין מער ווי איינמאל אויסגעשרטעקט מיין הילף צו גוים.

און איך האב טאקע דאס געוואלט שרייבן. איך האב געספענדט צווישן היינט און נעכטן מן הסתם איבער א שעה ליינענדיג דארט דעם גרויסן חכם דשו פעק, און איך מוז זאגן איז איך בין לגמרי נישט אימפרעסט. א טיפיקל 22 יעריגער אויפגעקלערטער האלב-אףף-די-דרך בחור. זיינע תירוצים זענען זייער פלאטשיק אן קיין שום טיעפקייט אדער מחשבה צו זיי, זיין שרייבן פ---ינג יעדע דריטע שורה ווייזט אויך נישט אויף קיין גרויסע חכמה. כ'מיין, ווי קלוג דארף מען זיין צו געבן א נארמאלע ענטפער פארוואס חסיד'ישע אידן האבן מורא פאר דאגיס...

בקיצור, גארנישט מיט גארנישט. כ'מיין רוב היימישע אינגעלייט וואלטן געקענט מאכן א דשאב פונקט אזוי גוט און אפשר בעסער.

ווען מיר טוען שוין עפעס א חסד מיטן גוי איז דאס ''וואו סאיז אזא קידוש השם וואס כהאב געטון'' סאיז בכלל נישט ''וואו כהאב געהאלפן א מענטש''
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

berlbalaguleh האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.

איינער פון אונז האט שוין אמאל געהערט וואס די גויים זאגן ווען ס'קומט צו ראטעווען אידן? וואס איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה???!

איך בין נישט קאנווינסד אז זיי זענען בעסער. די חילוק איז נאר ביי זיי ווייזט מען מען אז רעסיזעם איז א אן עולה סאיז א ניסון, ביי אונדז איז דאס א לכתחילה, א חלק פונעם חינוך. פוי קוק נישט אויף די גוי.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

נולד מאוחר האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מקען אסאך הערן ביי אונדז ''נא א גוי זאל זיין א כפרה איין גוי ווייניגער''. וויפיל וואלט זיך אזא איינער אנגעשטרענגט צי ראטווען א גוי?
איך ווייס נאר נישט ווי גרויס די פראצענט איז.

נולד, איך זאג דאס אויך (זאל זיין א כפרה) ווען איך הער אז עפעס איז געשעהן, בפרט ווען מען ווייסט אז יענער האט נישט ספעציעל ליב געהאט אידן. אבער פון דעם ביז זאגן מען וואלט נישט געראטעוועט א גוי וואס שטארבט אין א דיטש, איז פאלג מיך א גאנג, עס איז פלעין נישט אמת. איך אליינס האב שוין מער ווי איינמאל אויסגעשרטעקט מיין הילף צו גוים.
בקיצור, גארנישט מיט גארנישט. כ'מיין רוב היימישע אינגעלייט וואלטן געקענט מאכן א דשאב פונקט אזוי גוט און אפשר בעסער.

ווען מיר טוען שוין עפעס א חסד מיטן גוי איז דאס ''וואו סאיז אזא קידוש השם וואס כהאב געטון'' סאיז בכלל נישט ''וואו כהאב געהאלפן א מענטש''

speak for yourself.. די מערהייט פון צווישן אונז איז העפי און פילט זיך גוט ווען מען העלפט ארויס איינעם, אפילו א גוי.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

בדחן האט געשריבן:

:like :like :like
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
דאס אז מיר וואקסן נישט אויף מיט זיי איז נישט קיין הסבר פאר די אבסורדע פאביע פון אריין לויפן אין גאס ווען א הינטל קומט אקעגן.

פארוואס למשל נישט? דאס איז דאך דער אמת'ער סיבה. ווען איך בין געווען אינג, און אפילו שוין נישט אזוי אינג, האב איך פלעין געציטערט פון א הונט, כ'מיין, א הונט בייסט, נישט אזוי? אין מיין ערשטע דשאב נאך מיין חתונה האב איך אמאל געדארפט דונגען א באס ביי א גוי'אישע קאמפאני, און איך בין דארט געווען האב איך געפרעגט צו איך קען זעהן דעם באס, האבן זיי מיר געווארנט איך זאל נישט אריינגיין אין דעם גאראדש ווייל דער הינט דארט וועט מיך בייסן. דאס האט נאכאמאל פארשטארקט ביי מיר דעם מיינונג אז א הונט בייסט יעדן וועמען ער קען נישט, (אדער לפחות יעדן וואס ווייסט נישט ווי אים צו באהאנדלען, און איך ווייס דאס זיכער נישט), און מיך קען ער דאך נישט, וועט ער דאך מיך בייסן.

עס האט מיר גענומען נאך אפאר יאר צו פארשטיין אז דאס איז נישט אזוי.

און איך בין אמאל געווען מיט מיינע קינדער ביי א פארם, אריינקומענדיג אין דעם שטאל, זענען געווען דארט אפשר צוואנציג קעץ, מיינע קינדער זענען זיך צולאפן און מורא געהאט אריינצוקומען. איך בין צוגעגאנגען און אויפגעהויבן א קעצל און צוגעטראגן צו מיינע קינדער און גענומען זייערע הענטעלעך און צוגעלייגט צום קעצל... אין ווייניגער פון פינף מינוט האבן אלע מיינע חברה זיך ארום געדרייט מיט קעצלעך אין די הענט. אבער ווילאנג מען לערנט דאס נישט אויס האט מען מורא, און פון הונט ספעציעל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן: למשל זיין ענטפער אויף פארוואס חסידים גייען מוצ"ש קיין האום דיפא(ט) איז מיר זייער געפאלן, "to buy stuff?". און איך וואלט שוין געהאלטן אינמיטן א דרשה אז א גאנצע וואך ארבעט מען, און מוצאי שבת איז דא צייט וכו'.

אבער עס איז אויך זייער אויבער חכם'דיג. דיין ענטפער איז דער אמת'ער ענטפער, ווייל דאס האט יענער געמיינט. ער ווייסט אויך אז זיי קומען נישט קיין האום דיפאו צו ליינען די מגילה...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כ'הער, אבער כ'מיין אז די טאקע די פלאטשיקייט האט appealed צום רעדיט עולם. און ס'נישט אויבער חכמ'דיג, נאר געזאגט אז זיי קומען קויפן פונקט ווי דיר, ווייל ער איז א האסיד מיינט נישט אז ער דארף א ספעציעלע אידישע סיבה צו קומען קיין האום דיפאו.

(די עצם שמועסן און דן זיין וואס געפעלט פאר רעדיטארס איז שוין א מדרגה, כאפסט?)
פארשפארט