חזקיהו'ס אשכול, געדאנקען, ועוד.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

חזקיהו'ס אשכול, געדאנקען, ועוד.

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[center]{א}[/center]
- ווען ס'קומט די צייט פאר דעם עושי עוול צי פאלען, קען גאר זיין אז אין דעם ענין וואס ער איז געפאלען איז ער גאר גערעכט געווען, דאך וועט ער פאלען, די וואס זענען בעוול'ט געווארען פין אים זענען אויך געווען גערעכט .....,

ווען איינער בעוול'ט א צווייטען זאל ער וויסען אז ס'וועט אנקומען די צייט פין באצאלונג, אמאל קומט עס יארען שפעטער, נאך וואס ער האט זיך שוין לאנג מוחל געווען ..... אבער אין הימל געדענקט מען,

אין די זעלבע זאך ביי גוטס, ווען די טוסט ארויסהעלפען א צווייטען, אפילו טאמער פין יענעם וועסטע באקומען א שטויס, אבער טאמער האסטע עס געטוהן אויפריכטיג, וועט עס צים סוף צירוק קומען צי דיר, אין אמאל יארען שפעטער, אזוי ווי דוד המלך זאגט אין תהילים, "אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה'",
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מער קורץ ווי שארף
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[center]{ב}[/center]

רוב מחלוקת קומט פין דמיונות, יענער האט געמיינט אז יענער קוקט קרים אויף אים...... אין ער האט עם פונקט נעכטען געזעהן רעדען מיט געצל אין מסתם האט געצל אים בארעדט אין פארדעם קוקט ער אזוי , דערווייל האט יענער געהאט א שווערע טאג אין ער האט פונקט געקלאצט אויף אים......., אין ער האט פונקט געפרעגט געצל ווי למך מאכט די שלום זכר.......

אין אזוי ווייטער, פארדעם דארף מען דן זיין יענעם לכף זכות, קוקען אויף מענטשען מיט א גוט אויס אין זיי געבען די בענעפיט אףף דע דאוט, וועלען מענטשען צירוק קוקען אויף דיר אזוי, כמים הפנים לפנים כן לב האדם,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[center]{ג}[/center]

ווען דער יצר הרע זעהט אז איינער פרובירט צי זיין ערליך אין גוט, אין ס'וועט זיין שווער אים צי שלעפען אויף לינקס, דאן פרובירט ער אים צי שלעפען נאך מער רעכטס, אז ער זאל ווערען מער פרום מער ווי די שביל הזהב די דרך התורה, אין אזוי פרובירט ער אים צי אראפברענגען אויף דעם וועג,

ווייל דער בעל דבר ווייסט אז ווען איינער גייט צי שטארק רעכטס וואס דאס אליינס איז נישט גוט, וועט צים סוף ער אדער עכ"פ זיינע קינדער גייט שטארק לינקס, אין אזוי וועט ער געווינען אויף ביידע זייטען,

פארדעם זאגט דער חכם מכל האדם: "אל תהי צדיק הרבה..... למה תשומם"
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך אני מת לחיות »

דאס לעצטע איז ווערי גוד
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

גוט געזאגט!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

חזקיהו המלך האט געשריבן:[center]{א}[/center]


ווען איינער בעוול'ט א צווייטען זאל ער וויסען אז ס'וועט אנקומען די צייט פין באצאלונג, אמאל קומט עס יארען שפעטער, נאך וואס ער האט זיך שוין לאנג מוחל געווען ..... אבער אין הימל געדענקט מען,
[/b]",



טאטאלי ראנג, טאמער די באטרעפענדע האט מוחל געוועהן דעמאלס וועט אים גארנישט געשעהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ער באציעט זיך צום ב'עוולה'ער, יענער האט זיך אליינס מוחל געווען זיינע עבירות
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מענין לענין.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זר זהב האט געשריבן:ער באציעט זיך צום ב'עוולה'ער, יענער האט זיך אליינס מוחל געווען זיינע עבירות

ווי דער קאצק'ער רבי האט געזאגט: שלשה אני שונאן, איינער וואס לערנט גמ' בשטחיות, איינער וואס האט זיך אליין מוחל געווען די עבירות און איינער וואס דאווענט היינט ווייל ער האט געדאווענט נעכטן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געווענליך דאווען איך ווייל איך האב נישט געדאווענט נעכטן

שש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

און דו האסט דיך נישט מוחל געווען די עבירה, און דו ביסט א למדן אז דאס נישט האבן געדאווענט איז א מציאות'דיגער חלות אזא וואס קען זיך ציעהן פון נעכטן אויף היינט...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

:lol: :like
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[center]{ד}[/center]

אפילו א קליינע צרה קען זיין א טראגעדיע ווען דער מענטש איז נישט ציגעבינדען צי גאט ברוך הוא,
אין ווען מען איז געבינדען צי גאט ברוך הוא דאן מאכט עס גרינגער די שווערסטע צרות,

אין אויף דעם זאגט דוד המלך "גם כי אלך בגי צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי",

ווייל די גרעסטע צרה איז ווען ס'געלונגט פאר דעם ס"מ צי אפטיילען דעם מענטש פין גאט ברוך הוא, דאן פארלירט דער מענטש די ריכטיגע חיות אין לעכטיגקייט אין ער קען פאלען פין די קלענסטע קלאפ,

ממילא דארף מען אכטונג געבען אז די צרות זאלען ברענגען דען מענטש נענטער צי גאט אין נישט אים דערווייטערען פין גאט,

דער קשר פין דעם מענטש צי גאט קען זיין א קוואל פין דערלייכטערונג אין די שווערסטע צייטען,
"קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'"
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

אינטערעסאנטע קליפ ווי זשארזש וואשינגטאן נעמט קעיר פין טיראנען,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pXjCGx7tWsk[/youtube]
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[center]{ה}[/center]

די שפיץ פין שלעכטס אין די שפיץ פין גוט'ס קוקען אויס די זעלבע אויפען ערשטען בליק,

א רשע וואס קוקט אויס ווי א רשע האט נאך אין זיך אביסעל אמת, (דהיינו זיין חצוניות שפיגלט אפ זיין פנימיות),

ווען די שפיץ פין שלעכטס טוט שלעכטס פארקויפט ער עס אינטער א מאנטעל פין צדקות ווייל ער וויל אז דער המון זאל עס אראפשלונגען מיט אפעטיט, נישט וויסענדיג וואס עס ווערט געטוהן צי זיי,

דאס איז די סיבה פארוואס וואקסינס ווערט פארקויפט אז דאס ראטעוועט גאר די מענטשהייט, ווען ס'וואלט געווען אמת איז עס דאך גוט'ס, שטעלט זיך ארויס אז ס'איז גאר די פארקערטע, א פארברעך קעגען די מענטשהייט, אין די סאמע שפיץ פין שלעכטס,

אבער רוב המון וויל עס נישט פארשטיין, ווייל רוב המון איז "אינאסענט מיינדעד", זיי חאפען נישט אז ס'דא אויף די וועלט שלעכטס אסאך אסאך מער אין טיפער ווי זיי קענען זיך פארשטעלען אין דעם שווארצסטען חלום,

כ'זיץ אין ס'קומט מיר כמעט טרערען, פארוואס ווערען אזוי פיהל מענטשען איבערגעגעבען אין די הענט פין א באנדע רשעים ארורים, אין זיי ווייסען גארנישט וואס מען טוט מיט זיי, אין זיי ווילען גארנישט וויסען, כ'ווייס אז "קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא" , ס'זיכער דא א חשבון אויף אלעם, אבער אונזער פליכט איז צי ראטעווען וויפעל מען קען ראטעווען,

ס'נאך קיינמאל נישט געווען א צייט ווי די שלעכטס איז געווען אזוי ציווילדעוועט ווי היינט, די טעכנעלאגיע האט אהערגעשטעלט די מיטלען צי קענען טוהן אסאך מער שלעכטס אין אסאך ווייניגער צייט, די וועלט איז פיהל מיט זנות ווי קיינמאל בעפאר, אפילו ביים דור המבול איז נישט געוון די מיטלען ווי היינט ס'נישט געווען קיין אינטערנעט (כ'גיי נישט דא אריין איבער איסורים אויף אינטערנעט פארשטייט זיך ס'קען אין ווערט געניצט אויף גוטס אויך כ'רעד נאר פין די מציאות אז ס'ווערט אויך געניצט פאר שלעכטס), אין טעלעוויזיע אין אנדערע מיטלען וואס ווערען געניצט צי פארשפרייטען זנות אין אנדערע עבירות חמורות,

כ'האב פונקט היינט געהערט א מעשה אז דער ישמח משה וואס ווי באקאנט האט ער אלץ שטארק געהאפט אויף די גאולה שלימה, האט ער זיך אין זיינער צייט געווינדערט פארוואס קומט נאך נישט די גאולה שלימה, רוב כלל איז נאך דאן געוון ערליך אין ער האט זיך געווינדערט, האט ער געזאגט אז ער האט חוקר געווען אין איז געוואר געווארען אז די סיבה איז וועגען די עוון פין ז"ל,

נו אויב אזוי, וואס זאלען מיר זאגען היינט, רוב כלל ישראל האט ליידער אפגעלאזט תורת משה, מדעת צי שלא מדעת, אבער ליידער איז געבליבען א הייפעלע ערליכע אידען, אין די הייפעלע ברויכען זיך אויך אנהאלטען מיט ציין אין נעגעל צי די אמונה, נסיונות ברוני וגשמי איז אזוי שווער, ס'כמעט נישטא א הויזגעזינד וואס האט נישט עפעס טראגיש, צי ברוחני צי בגשמי, קוים וואס מען האלט זיך,

אין ווער רעדט נאך ביי די אומות איז די מאראלישע מצב שרעקליך געפאלען, זיי זענען אריינגעפאלען אין א גיהנום פין כל מיני עבירות חמורות (וואס איז אסור פאר בני נח) אין אוממאראלישע פיהרונגען עכ"פ זיי זענען געפאלען פין א נידריגע פלאץ צי תהום אריין,

עכ"פ טאמער משיח איז נישט געקומען דעמאלץ וועגען דעם עוון ז"ל, וואס ברויכען מיר צי טראכטען היינט ?!, גייט משיח קומען צי א וועלט וואס ברענט מיט אלע עבירות ?!, צי א וועלט וואס איז אזוי נידריג ווי קיינמאל בעפאר,

(באמת בין איך נישט ראוי צי שרייבען איבער אזאלכע ענינים, אבער כ'שרייב בדרך דרוש, אין כ'האף כ'בין זיך נישט טועה )

נאר מיז מען זיך פארלאזען אויפען מאמר חז"ל אז משיח וועט קומען אדער בדור שכולו זכאי אדער בדור שכולו חייב,

נו כולו זכאי...... אבער כולו חייב קען זיין אז ס'איז שוין עכ"פ רובו ככולו, רבותי אבער פאר א דור שכולו חייב וועט דער באשעפער קודם אפווישען די שלעכטס,

דער באשעפער וועט אפווישען אלע שלעכטס, דאס מיינט אלע וואס טוען שלעכטס, אין צוויי דריטעל פין די מענטשהייט וועט ווערען אפגעווישט,

דער פסוק זאגט אין זכריה: וְהָיָה בְכָל הָאָרֶץ נְאֻם יְהוָה פִּי שְׁנַיִם בָּהּ יִכָּרְתוּ יִגְוָעוּ וְהַשְּׁלִשִׁית יִוָּתֶר בָּהּ.

טאמער דאס איז די פשט (חאטשיג דער רמב"ם שרייבט אז קיינער ווייסט נישט וואס ס'וועט זיין ביז ס'וועט זיין) מיינט עס אז צוויי דריטעל וועלט וועט אפגעווישט ווערען,

אין אויף די דריטע דריטעל זאגט דער פסוק: והֵבֵאתִי אֶת הַשְּׁלִשִׁית בָּאֵשׁ וּצְרַפְתִּים כִּצְרֹף אֶת הַכֶּסֶף וּבְחַנְתִּים כִּבְחֹן אֶת הַזָּהָב הוּא יִקְרָא בִשְׁמִי וַאֲנִי אֶעֱנֶה אֹתוֹ אָמַרְתִּי עַמִּי הוּא וְהוּא יֹאמַר יְהוָה אֱלֹהָי.

עכ"פ ס'איז קלאר אז די אומאראלישקייט וואס די וועלט גייט אדורעך איז שוין א חלק פין די שטראף פאר די אומות, זיי זענען אויפען וועג אראפ, אין צים סוף וועלען זיי ווערען אפגעווישט,

אבער צי אייך מיינע פריינד בני אברהם יצחק ויעקב, צי אייך וויין איך אין איך בעט ענק, לערענטס ענק נישט אפ פין די פארדארבענע וועגען פין די אומות, די רוח הזמן פארמישט די מוחות, ס'שווער צי זעהן די ריכטיגע וועג, אפילו אין אונדזערע קרייזען הערשט א צימישעניש אז ס'שווער צי זעהן וואס איז גוט אין וואס איז שלעכט, ס'דא ווייסע בעקעשעס וואס דינען דדי אינטערעסען פין די זייט פין שלעכטס, אין ס'דא א ארבעטער מיט א בלויע העמד אין קורצע ערמעל, אין אין זיין הארץ ברענט די פונק פין די לויטערע אמונה,

די צימישעניש איז זייער גרויס, אין מען דארף גרויס רחמים צי גייט אויפען גלייכען וועג, די וועג איז באוואקסען מיט דערנען אין גראזען, ס'שווער צי וויסען ווי מען גייט, מען דארף כסדר וויינען אין בעטען פינעם באשעפער אז מען זאל אליינס קענען גיין גלייך, אין אז די קינדער זאלען גיין ריכטיג, דארף מען אויסווייקען דאס תהילים'ל מיט הייסע טרערען, רבותי ס'איז א צייט פין מלחמה, די וועלט איז אין א מצב פין תהו ובהו, לאמיר זיך אנחאפען אינעם הייליגען באשעפער אין אין זיין הייליגע תורה ווייל דאס וועט אונז האלטען אין באלייכטען די וועג אין דעם פינסטערניש,

ואין לנו אל מי להישען אלא על אבינו שבשמים, אין לאמיר בעטען גאט אז ער זאל שוין שיקען משיח צדקינו ברחמים גמורים, אמן,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

מיין הערצעלע ציטערט, די געדאנקען פארטראכט,

די וועלט גליטשט זיך מער אין מער צי טיראניע, פונקט ווי א מענטש אזוי אויך די וועלט קען נישט זיין קיין עומד, אדער ווערט מען בעסער אדער ווערט מען ערגער,

די וועלט גליטשט אראפ אין ס'ווערט ערגער, ס'גליטשט אין גליטשט, אוי וויי, ס'גליטשט אויף אזוי פיהל פראנטען,

ווען ס'האט אויסגעבראכען די צווייטע וועלט חורבן, איז די וועלט געשטאנען אסאך אסאך בעסער ווי היינט, די מערב וועלט האט נאך געהאט א שיינע פראצענט נארמאלע פאמיליע לעבענס, די עסען איז נאך געווען אסאך געזונטער, די מענטשען געזונטער פיזיש אין גייסטיש, אין די מאראלען אין די דעמאקראטישע לענדער איז געשטאנען אויף א העכערע שטאפעל, צ.ב.ש. די פרויען האבען נישט ארום געהויקערט נאקעט אין בארוועס ווי געמיינע זונות, אין בכלל איז נאך געווען מער זעלבס ווירדע אין מענטשליכקייט,

ווען ס'געקומען א מלאך המות אזוי ווי היטלער ימ"ש אין געוואלט ציקוועטשען די פרייע וועלט אין עס אראפנידערען צי שקלאפעריי, צי דערשטיקען פרייהייט אין אינדיווידואלע טראכטען אין וואקסען, האט די פרייע וועלט געשטעלט א ווידערשטאנד, אין צים סוף האט דאס פרייהייט געווינען איבער שקלאפעריי,

היינט ווען די וועלט איז אזוי שרעקליך געפאלען, די ווירדען זענען נישט צים דערקענען, שקלאפעריי קען מען טרעפען אפילו אין די "פרייע אמעריקע", די נארמאלע פאמיליע לעבען אין די מערב וועלט איז געפאלען צי קליינע פראצענטען, די מענטשען זענען אפגעשוואכט פיזיש אין גייסטיש, אסאך פין די עסען איז ווייט ווייט ווייניגער קרעפטיג ווי אמאל, אין אפט איז עס גאר זייער שעדליך, די מאראלען זענען געפאלען אין תהום אריין, די פרויען זענען גלייך צי די נקבה פינעם ס"מ, אין די מענטשליכע זעלבסווירדע איז נישט צים דערקענען צי וואס עס איז אמאל געוועזען,

ווען ס'שטייט ווען אויף נאכאמאל א דעספאט, א דיקטאטאר אזוי ווי היטלער, ווען ס'קומט ווען נאכאמאל אזא שווארצע פינסטערניש אין דראט צי דערטרונקען די וועלט אין א ים פין רציחה, אין א ים פין פיין אין שקלאפעריי, ווי וועט זיין היינט א "פרייע וועלט" צי ציברעכען דאס שלעכטס ?!

פין ווי וועט קומען די מאראלישע שטארקייט צי נישט אינטער ברעכן אפילו אינטער שאטען פין אומגלויבליכע פיין אין פינסטערניש ?!

פין ווי וועט קומען די שטארקע גייסט פין פרייהייט וואס וועט זיך קענען פארמעסטען מיט דאס שלעכטס ?!

ברידערלעך טייערע, קוקט מיט וואכע בליקען, דאס מיינט עקבתא דמשיחא, די שלעכטס זיכט זיך צי צישפרייטען אין פארקויפט זיך גאר אז ער איז דאס גוטס, יעדער פאר זיך דארף זיך שלאגען מיט דעם שלעכטס אין אלע אירע פארעמען,אין פארשפרייטען דאס גוטס, די מלחמה איז אינווייניג אין די הערצער, אין אינדרויסען אין די גאס אין אין די הייזער,

קודם דארף מען פארשטיין וואס איז גוטס אין וואס איז שלעכטס, אין נאכדעם דארף מען זיך שלאגען מיט דעם שלעכטס אין איינזייען קערענדלעך פין גוטס,

ברודערליך טייערע אויף אונז ליגט די אחריות צי ראטעווען די וועלט, בית ישראל דארף זיין ווי א לייכט טורעם פאר די פעלקער, אידען זענען געבענטשט מיט א כח זיך צי האלטען אין זיך שלאגען אין די שווערסטע אומשטענדען, מיר דארפען עס נאר ניצען אויף די ריכטיגע וועג אין פרובירען צי ראטעווען ווי מער מען קען,

דער עיקר איז צי האבען גאט אין הארצען, דער גאט וואס האט אונז ארויס גענומען פין די מצרישע שקלאפעריי, דער גאט וואס האט אונז אריבער געפירט דעם רויטען ים, דער גאט איז ווייטער גרייט אונז צי באלייכטען אבער מיר מיזען זיך ווענדען צי אים, מיר מיזען עס פארלאנגען, מיר מיזען אים אריינברענגען אין אונזערע הערצער, אין דאן וועלען מיר קענען ארויס ווארפען דאס שלעכטס פין אונדזערע הערצער,

גאט אין הארצען איז זיס, גאט אין הארצען איז לעכטיג, אבער מען דארף אים אריינברענגען אין הארצען, די אמונה דארף זיין קלאר אין מסודר, נישט פארדרייט אויף לינקס אין אויך נישט אויף רעכטס,

אין א תפילה דארף אלעמאל זיין אויף די לעפצען אז מען זאל גיין אויפען גלייכען וועג,

מען דארף גלוסטען אין זיך בענקען צי גאט, אין אזוי קען מען ציביסלעך מער אין מער אויפלייכטען די הארץ מיט די לעכטיגקייט פין גאט, אמאל דארף מען דארעכשניידען בערג פין פינסטערניש, אבער נאכדעם ווערט לעכטיג,

לויפט אוועק פין דאס וואס גאט האט פיינט, אין דאס איז זנות, די וועלט איז היינט א שטיק זנות, א שטיק פארשטינקענע זנות, אלע גאסען זענען בתי זונות,אין נאך ערגער זענען די משכבי זכרים'ניקעס אין זייערע קאלעגען די משכבי נקבה'ניקעס, זיי פאראדירען אויף אלע גאסען, זיי ווילען אז ס'זאל זיין נארמאל, אזא סארט צאמשטעל פין גאווה אין זנות אין חולה רוח'שאפט, די האלבע וועלט איז משוגע אין די אנדערע האלב איז קראנק, אין די פאר נארמאלע וועט מען נאך אריינפיהרען אין די משוגעים הייזער,

מען דארף ציברעכען די זנות טאמער מען וויל ראטעווען די וועלט, די נארמאלע פאמיליע לעבען דאס זעטיגט די גייסט אין די מאראל, אבער די היינטיגע זנות קולטור דאס הארגעט ביידע, ס'ברענט א פייער פין זנות, אין איינע פין די וועגען עס צי פייטען איז צי וויסען אין פארשטיין אז דאס איז פין די נידריגסטע מאראלען אין אומגעזונטע פירונג, ס'פירט צי א חורבען אין דעם גייסט אין אין דעם פיזישען לעבען,

די הנאה דערפין איז די הנאה פין טויט, אין די סוף דערפין איז ביטער ווי גאל, מען דארף אראפ קוקען אויף דעם אפגעפאלענע קולטור אין וויסען אז ס'איז גאר ווייט פין גוט, אין ברענגט פיין אין גייסטישע שימל,

רבותי ס'איז יעצט די זוממער צייט, אין ס'איז אויך בין במצרים, דער ס"מ פארלייגט זיך צי פארזינדיגען אידישע קינדער, לאזט אייך נישט פין עים, הייבט אויף אייער הארץ צי גאט נעמט ארום אייער הארץ מיט די לעכטיגקייט פין גאט, אין דאס שלעכטס אין דאס שימל וועט נישט האבען אויף אייך קיין שליטה,

די נסיונות פין זנות זענען טאקע מער היינט ווי אמאל אבער ווען א איד הייבט זיך אויף פין אזא פינסטערניש אין מאכט לעכטיג, דאן שיינט דאס לעכטיגקייט ווייט ווייט, ברידערליך לאמיר לעכטיג מאכען, לאמיר אויפהייבען די כבוד פין די תורה אין די כבוד פין בית ישראל,

לאמיר אריינשיינען ליבליכקייט אין ברידערליכקייט צי אינזערע פריינד אין נאנטע, לאמיר אויפלייכטען א ציבראכען הארץ, לאמיר ליבען אינדזערע קינדער אין זיי העלפען צי וואקסען מיט ליבע אין רחמנות, לאמיר זיך פיהרען ווי עס פאסט פאר די פאלק וואס גאט האט אויסדערוועלט אלץ זיין "עם סגולה"

לאמיר אוועקנעמען די קנאה אין שנאה, לאמיר לעבען מיט ליבע אין ברודערליכקייט, פרייהייט אין מאראלישקייט, אין אזוי וועלען מיר קענען זיין גרייט צי מקבל זיין די אויסלייזער משיח צדקינו, בב"א
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
פארשפארט