בלעם דער פאליטיקער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

בלעם דער פאליטיקער

שליחה דורך פרישער »

איך קען נישט דורך לאזן די פרשה אן און אכט נעמען וואס האט זיך אפגעשפילט צווישן בלק און בלעם און די אידן, פון מיין קיק ווינקעל

זיצט זיך בלעם אויפן גאניק מיט א גרויסע שול קאווע, און ליינט א צייטונג מיט א גרויסען לילקע, און ליינט איבער די לעצטע געשעיענישן, אז א גאנצע פאלק דרייט זיך אין א מדבר, דער פאלק האט געמאכט מיט מצרים פאטאש, מען רעדט דא פון א ריזיגען מחנה, אזש אז זיי פארדעקען די שאטן פון די זין, ער קלערט זיך אזוי וואס וואלט איך געקענט טיען און אזא פאל, ווי אזוי וועט זיך מואב מיט מדין אזאנע דם שונאים אן עצה געיבן.

ער ליינט א גרויסען באריכט פון בלק דער קעיניג אליין, ער איז אויפגעקימען מיט א מייסטער וואזשנעם פלאן אז מען זאל שעלטען די אידען, ער האט צאמגעריפען זיין קאנגרעס און פארגעלייגט זיין פלאן פאר די אזוי צישראקענע קאנגרעס לייט, די קליגע פון צווישען זיי האבען זיך אויסגעלאכט, האבען געטענעט אז נאר מלחמה, מען מיז ציזאם נעמען אפאר מדינות און שטעלן א ווידערשטאנד, מען מיז גיין און פייער פארן פאטער לאנד, אבער דער עולם האלט אז דו אידען זענען מיט העכערע כוחות סתם מלחמה גייט נישט העלפען, זיי האבען עפעס א וואלקען זאהל באטאג, און א פייער זאהל באנאכט, שפיאנען זאגען אז זיי האבען וואסער ברינעס וואס פשוט גייט מיט ווי אימער זיי גייען, און לגבי עסן רעיגנט פון הימעל, הכלל מען מיז עפעס טיען העכער.

מען האט געשלאסען א שלום מיט דו פארפיינטע מדינים, מען מאכט זיצינגען ארים דעים זייגער, ווייל דו אידען גאלאפירן פראנאויס, און מען ברויך זיי אפהאלטען מיט אלע כוחות, ביז בלק האט זיך אויפגעשטעלט און נאכאמאל ערוועינט זיין פלאן וועגן באגיסען די אידען מיט קללות, הכלל קיין בעסערע עצה איז נישט דא, בדרך הטבע זעיען אלע איין אז אויב נעמט מען זיך נישט צי עפעס העכערס, וועלען זיי אפשניידען אזוי ווי די מיצריים.

א שמייכעל באווייזט זיך אויף בלעם'ס געזיכט ער ווייסט שוין וואס דאס מיינט, ער גייט זיין זייער פארנימען און די קימענדיגע פאר וואכען, ווייל ער ווייסט אז ער איז דער איינציגיסטער ערל וואס זעיט זאכען וואס האבען נאך נישט פאסירט, ער איז א נביא, ער ווייסט פאר זיכער אז עס גייען זיך אראפ לאזען אהער קיין ארם נהרים אלע גרויסע לייט און אלטע לייט פון מואב און מדין, און וועלן פאלען צו זיינע פיס און בעיטען ברחמים ער זאל קומען ראטעווען די מצב.

און אזוי ווי ער קלערט, טאקע אזוי פאסירט, ער הערט פון די ווייטענס גאלאפירן שנעל רייטער מיטן ריכטינג קיין פתורה, און זיי קימען גראד צין עים ביי זיין הייזעל אויפן וואסער, ווי ער וואוינט דארט מיט זיין ווייב א אייזעל, ווי ער קיקט זעיט ער אז געקימען זענען פשוטע באדינער נישט דו אנשים חשובים, ער ווערט זייער בייז און ער איז זייער קאלט צי די געסט ער קען נישט מוחל זיין פאר די בזיונות,

זיי געבען איבער אן קיינע הקדמות אז די מעשה איז גאר א ערנסטע עס איז נישט דא קיין צייט אפילו עטליכע מיניט, בלעם מיז אלעס לאזען אזוי ווי עס שטייט און גייט און שוין קימען מיט זיי, ווייל אויב נישט וועט נישט בלייבען גארנישט פון מואב און מדין.

בלעם מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט מאכען ארדענינג, און נקמה נעמען פאר דו בזיונות, אבער ער מיט ארויס מעלקען וויפיל מען קען נישט ווייניגער ווי א גאנצע הויז אנגעפילט מיט גאלד און זילבער, בלעם הערט זיך צי קאלטבליטיג צו זייער וויי געשריי און זאגט, ער מיז קודם איבערשלאפן דעיס ענין, ווייל ער איז נאך נישט זיכער אויב ג-ט איז מסכים צים געשעפט, זיי קיקען זיך איבער און האלטען נישט אויס, וואס דא פאסירט פאר זייערע אויגען, אבער בלעם מאכט נישט קיין וועיזען, ער האט נאר איין זאך אינזינען די פאר טאלער, ער זאגט מען מיז איבער שלאפן, קיין ברירה איז נישטא, די מדין רייטערס זענען מחליט אז ער איז גארנישט ווערט זיי ציען אפ, די אנדערע אינדעפרי זאגט בלעם פאר די לייט פון מואב, אז ער האט זאגאר געהאט א נביאה, און ג-ט איז נישט מסכים צי אזעלכע בזיונות, מען מיז זיך אראפ לאזען אהער מיט א שיינע איינלאדענינג.

זיי קימען אהיים מיט ליידיגע הענט, די קאנגרעס באשטעיטיגט אז בלעם האט רעכט מען האט נישט געטארט אזוי מבזה זיין א נביא השם, מען האט באשטעיטיגט די שענסטע און בעסטע לייט פון מואב און מדין, מען מאכט די רייזע ווידער אמאל קיין פתורה אשר על הנהר, בלעם פסק'עוועט זיי פארן עלבון הנביא, און זיי פאלען צו די פיס וויינען און שרייען אז ער זאל נישט אפזאגען מען וועט עים געיבען וואס ער וויל, נאר קימען זאל ער, מען מיז נאך אמאל איבער שלאפען, ער מיז הערן וואס ג-ט האלט,

ג-ט באווייזט זיך צי עים אין חלום, און פרעיגט ווער זענען דו געסט, ער זאגט זיי זענען אנשים חשיבים פון מואב און מדין, זיי ווילען אז איך זאל שעלטען עפעס א פאלק וואס איז ארויס פון מצרים, זאגט ג-ט איך האב דאך שוין געזאגט אז דעיס פאלק איז די אויסדערוועילטע, זאגט ער צו ג-ט ני וואס זאל איך דא טיען, זאליך זיי נאך אמאל אהיים שיקען, זאגט ג-ט איך בין מסכים און נאר אויב די העסט זאגען די גענויע רייד וואס איך וועל דיר אריין לייגען און פיסק, גיט א דיל איז געשלאסען.

בלעם ווייסט אז ג-ט וויל נישט ער זאל גיין אבער קיין גרויסע ברירות איז נישט דא, ג-ט ווייסט אז בלעם וויל זייער גיין, ער איז געפערליך געלט גייציג, און א געפערליכע אנטעסעמיט, גלייך אינדעפרי שפאנט מען איין די אייזעל, אין וואלא אויפן וועיג מען איז, ג-ט איז זייער בייז און שיקט א מלאך צי מאכען פראבלעימען אויפן וועיג, מען פארט געמיטלעך און פליצלינג דער אייזעל קריכט אראפ פון די ראהד, בלעם ווערט ווילד נעמט זיין שטעקן און רייסט אן זיין ווייבל אייזעל, דער אייזעל טראכט און קען נישט פארשטיין דער איז דאך א נביא, און הלמאי ער זעיט נישט אז דא שטייט א גרויסע מלאך מיט א שווערד, דער אייזעל נעמט איין חרפות, ער טראכט אולי האט ער פינקט געגלייזט מיט די אויגען, און נישט באמערקט וואס א פשוטע אייזעל זעיט, און דא פלאנט ער צי שעלטען א גאנצע פאלק, א יאר אויף פרעה קען ער שעלטען.

מען פארט שוין באלד פארגעסען פינעם אנעקעדאד, אבער דער אייזעל פליצלינג אן קיין פריערדיגע ווארענונג און א וויינגארטן האט מחליט געוועין צי צידריקן זיין פיס, בלעם נעמט מאכען קולות פון יסורים, ער נעמט נאך אמאהל זיין ריט פליקט אן דעים אייזעל נעבעך, דער אייזעל איז דערשראקען צים טויט, שפירט נישט אפילו בלעם'ס קלעפ, ער זעיט א שרעקעדיגע מלאך מיט א שווערד, דער אייזעל וויל שרייען אבער א אייזעל קענען נישט רעדן, בלעם זיכט א שווערד, ער האט עס פינקט פארגעסען און גרויס גע'אהל, ער שוימט פאר כעס, מען רייט נאך א ביסעל, און דער אייזעל דערשראקענער הייט נידערט צו דער ערד, בלעם רייסט שטיקער, אויפ א מאל דער אייזעל און צרות דער שראקען פינעם מלאך נעמט רעדן, האלא האלא, מר. בלעם קען יא הער מי, אפשר הערסטו אויפ צי שלאגען, ביסט אינגאנצען פאריקט, דו זעיסט נישט אז עפעס אויסער ארענטלעך פאסירט דא, בלעם געט א קיק נישט מער און נישט ווייניגער דער אייזעל דבר'ט.

פון דא אין ווייטער איז ווינדערלעך, א אייזעל גיבט א פסק אריין איז זיבעטן ריפ, און נארמאל וואלט געוועין צי ליידען א בליט שטורץ, אויפן פלאץ שטארבען, אדער מינימאל א צוויי הארץ אטאקעס, אבער ווינדער איבער ווינדער בלעם געפינט קאראש, און ענטפערט ציריק פארן אייזעל, יוי ווען איך האב וועין א שווערד, דו אייזעל האסט און מיר ווידער געשפעיניגט, דו האסט פין מיר געמאכט חוזק, מען ברויך דיר הארגענען, די אייזעל קען נישט קימען צי זיך, פון גרויס שאק, קודם אז ער שמיסט מיט א בשר ודם, כאולי ער איז א מאן, ער טראכט צי זיך ווען איך קען וועין ווייזען דעים נביא וואס דא טיט זיך וואלט זיך געטוישט די גאנצע מעשה.

און פליצלינג בלעם נעמט זיך זעין די מלאך מיטן שווערד, אנשטאץ אפציציען ווי די אויגען פירען עים, אין איבער לאזען דעים אייזעל זיך אנפערען מיטן מלאך, אדער מינימאל מפייס זיין זיין אייזעל, איר ארויף פאלן אויפן האלז און קישען פארן ראטעווען זיין לעיבן, געט ער זיך א ריף אן אנטשאלדיגט, אפשר לאזט איר מיך דא דורך פארן, וואס ווילסטי פין מיר.

דער מלאך זאגט, בלעם קענסטו מיר מסביר זיין פאר וואס די שלאגסט אייזלעך, די ביסט נארמאל, ווען ער גייט וועין אריבער וואלסטו דאך געהרג'ט געווארן.

בלעם עפענט א פיסק, נו איך האב דאך נישט געזעין אז די ביסט דא, ני אז די ווילסט נישט איך זאל גיין, זאג מיר איין ווארט און איך מאך א יא טערן, מיסט מיך נישט צידריקען וועיגן דעים, דער מלאך קען זיך נישט איבערקימען פינעם חיצפה זאגט עים, אקעי בלעם גיי אבער געדעינק מיר האבען א אפמאך, מיט א פאליטיקער קען זיך קיינער נישט אן עצה געיבען.

מען קען נאך אנגיין זיין אנקים צו בלק דעי בריך הבא פאר מיר איז געניג געוועין. א גיטע וואך.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

שיינע מעשה.

איך האב געקלערט גאנץ אנדרעש.

אונז אלע ווייסען אז קללות זענען גארנישט מיט נישט, און בלק האט דאס אויך געוויסט. (שטעל דיך פאר היינט ווען מיליאן כינעיזער קומען אויף אמעריקא מלחמה האלטען און מען שיקט א בריוו צו ר' חיים קניבסקי זאל שעלטען וזה הכל).

נאר וואס דען?

בלק איז געוועהן פין מדין, און האט באמת געוואלט אז מואב זאל צוקלאפט ווערען, און האט איינגערעדט די שוטים פין מואב, אז מען גייט ארלעדיגען דעם "אידען" פראבלעם דורך דעם גרויסען בלעם. אבער געוויסט האט ער, אז אפילו אויב ער וועט שעלטען וועלען די אידען ווייטער שלאגען מואב. ווייל די קללות פין באבא בלעם זענען לא מעלה ולא מוריד.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

שרייב אן ארטיקעל פון בלעם'ס פיליזאפיא

איך פארשטיי נישט גענוי דיין חשבון

אבער ווי לאנג בלעם האט געמאכט דעים חשבון איז עס זיכער גיט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

בני קל חי.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

סמכוני באשישות האט געשריבן: [tag]איך וויל זיין א בועל[/tag]

:lol:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

פרידישיר'ן די פסוקים איז עפעס א קלייניגקייט? דערווייל האט נאך גאגעל טרענסעליט נישט די אפציע...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פרישער געב עס א טשענס עס מאכט זיך אמאל אן אומגעלינגענע מיירע אפילו ביי די בעסטע שרייבער, די גרעסטע לצים קענען אמאל מאכן זייער קארני וויצן (ויענקל מילר יוכיח) געב עס נאך א וואך צווי דריי אויב וועט נאך אלץ נישט זיין קיין קונים פאר דיין סחורה וועסטו וויסן אז דער עולם איז ביזי זיך שלאגן מיט די פליגן און מאסקיטאוס און די פארשימעלטע באנגעליוס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]פרישער[/tag] די עולם האט ליב ווען איינער מאכט זיי לאכען און אז מען ווערט שוין גוט אויפגעלייגט ווארפט מען צו א לייק
חדש ימיך כקדם און מאך מיך מיט יעדעם איינעם לאכען און דו וועסט זען ווי דער עולם וועט דיך באלייקען ווי עס פאסט
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

ערוועקט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אשכולות אויפוועקער האט געשריבן:ערוועקט

מ'דארף נישט אויפוועקן. מ'דארף נאר טוישן דעם דעיט. דער ארטיקל פון "פרישער" איז פונקט אזוי זיס ווי אין די צייט (פאריאר) וואס ער האט עס געשריבן. ליינענדיג דעם מאמר, האביך געוואלט מאכן די ברכה מחיה המתים... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

PDF
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך קען נישט גלייבן אז נאך א יאר איז דורך און בלעם רייסט זיך שוין ווידער מיטן אייזל, האלא בוי מיר אויף זיבן מזבייחת און גרייט מיר אן זיבן קיען מיט זיבן ווידער, אקעי נא פראבלעים, קאנסידער איט דאן, דא קלער איז אז בלעם איז געגאנגען ראנג, ער האט דאך גיט געוויסט אז דער באשעפער גייט נישט פאר זיינע געשאכטענע קיען מיט ווידער'ס, נאר ער איז געוועין זיכער אז בלק וועט אים שיקן גריסן, אדער וועט ער אנהייבן כאפן אז עפעס טויג נישט דא מיט בלעם, וואס איז מען קען נישט שחט'ן זיבן קיען אויפן זעלבן מזבח ברויך עס דען זיין עקסטערע, נאר ער האט געברויכט כאפן אז דער בלעם האט א מויל שלאס נאר ער ציט אים די פיס, אבער דער בלק כאפט נישט, בויט און בויט און שעכט און מאכט גלייבט און דעים רבי ר' בלעם ווי א געטשקע, גיי פארשטיי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט