[justify]
המשך פון דאלגבי די עצם חילוק פון ארטסקרול און מתיבתא אין וועלעכע צו לערנען, בין איך מודה צו הרב [tag]קאווע טרינקער[/tag], איך האב אויך געשריבן אז איך לערן אין ביידע, קודם לערנען איך אין די ארטסקרול, פשוט צו קענען עברי/טייטש און ארויסהאבן בערך די סוגית הגמרא, וואס מען רעדט דא בכלל, אבער נאך צוויי דריי מאל לערנען נעם איך די מתיבתא אין דארט ווערט אסאך זאכן קלארער.
אבער איין נקודה וואס איך דינג זיך (איך האב געהאלטן אזוי ווי דיר ביז לעצטענס) אז למעשה אז אין פשוטע עברי טייטש זעה איך אסאך מאל ווי מתיבתא איז סאך מער פראפעשענאל, איך האב דיר געגעבן צוויי דוגמאות פריער, איך גיי דא ארויף לייגן די בילדער און דו זאג מיר למי הצדק.
און דאס וואס דו טענה'סט אז ארטסקרול ווייסט וואס אריין צולייגן און וואס ארויסצונעמען, איך מיין ביזט נישט גערעכט, דאס יא זיי זענען מער בקיצור, אבער זיי נעמען ארויס די ראנג שטיקלעך, מען קען טרעפן גענוג פלעצער וואס זיי לייגן אריין עפעס נישט וועגן וואס יענער זאגט, נאר וועגן ווער איז דער זאגער, און איך זאג דיר איך האב געהאט פשוטע קשיות וואס עס האט מיר געשטערט בשעת'ן לערנען און זיי האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט.
איך גיי דיר געבן איין משל, אין עירובין דף מ"ז ע''א, די גמרא ברענגט קודם איין ברייתא היבמה לא תחלוץ ולא תתייבם עד שיהו לה שלשה חדשים וכן שאר כל הנשים לא ינשאו ולא יתארסו עד שיהו להן שלשה חדשים אחד בתולות ואחד בעולות אחד אלמנות ואחד גרושות אחד ארוסות ואחד נשואות, ר' יהודה אומר נשואות יתארסו וארוסות ינשאו חוץ מארוסה שביהודה מפני שלבו גס בה, ר' יוסי אומר כל הנשים יתארסו חוץ מן האלמנה מפני האיבול. רש''י זאגט אויף דעם, כל הנשים יתארסו. אתנא קמא פליג דאסר אפי' ליארס ואדרבי יהודה פליג דשרי ארוסה לינשא: און אזוי איז די ארטסקרול טאקע מסביר שיטת ר' יוסי, און גלייך נאכדעם ברענגט די גמרא א צווייטע ברייתא אזוי, והתניא הרי שהיתה רדופה לילך לבית אביה או שהיתה לה כעס עם בעלה או שהיה בעלה זקן או חולה או שהיתה היא חולה עקרה זקנה קטנה ואיילונית ושאינה ראויה לילד או שהיה בעלה חבוש בבית האסורין המפלת לאחר מיתת בעלה כולן צריכין להמתין ג' חדשים דברי ר"מ רבי יוסי מתיר ליארס ולינשא מיד, איז אויבן אויף א מורא'דיגע סתירה צווישן ר' יוסי, אין די ערשטע ברייתא זאגט ער אז מען מעג נישט נישואין מיד אין די צווייטע ברייתא שטייט אז ינשאו מיד, איך מיין אז עס איז זייער אן אפענע קשיא וואס זיי האבן וואלטן געדארפט עס צוצייכנען, למעשה מתיבתא ברענגט צו א תוס' איך מיין אין סוטה וואס שטעלט זיך אויף דעם. דעס איז נאר איין משל, איך האב געהאט אסאך מער.
און לגבי בעצם טייטשען די גמרא'ס, געב א קוק למשל עירובין דף נ"א ע''א, דתניא (שמות טז כט) °שבו איש תחתיו" אלו ארבע אמות "אל יצא איש ממקומו" אלו אלפים אמה, מנא לן, א"ר חסדא למדנו מקום ממקום ומקום מניסה וניסה מניסה וניסה מגבול וגבול מגבול וגבול מחוץ וחוץ מחוץ, איך זאג דיך מען קען עס בעסער פארשטיין ווען מען די רש''י וויפיל מען לערנט עס אין די ארטסקרול.
און לאידך גיסא ווען איך האב געלערנט פרק כירה אין שבת, האבן די הערות אין ארטסקרול מיך זייער צומישט, זיי האבן דארט זייער אסאך הערות און רוב רעדט זיך אליבא דהילכתא, וואס איז נישט נוגע צום פשט, און זעה א קוק אין מתיבתא פרק כירה ממש א מחיה קורץ און שארף, גארנישט וועגן הלכה, אסאך ווייניגער הערות ווי ארטסקרול.[/justify]