חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

שוין יאהרן לאנג וואס עס קומט מיר אויס צו דארפען גיין קיין בארא פארק פון צייט צו צייט. איך האב מיך אייביג נוהג געוועהן צו גיין אויף אושען פארקוועי ביז עוועניו סי, און אראפגעפארן 15'טע עוועניו. די לעצטע שטיק צייט איז גאנץ 15'טע עוועניו געווארן א גהינום. ממש מ'קען נישט פארן. אסאך מאל איז דא טרעפיק פאר גאנצע גאסן. וואס איז? עס איז דא א בעקעריי בשם "קארן'ס בעקערי", וואס האבן זייערע בעקעריי אינמיטן 15'טע עוועניו, ווי מענטשען וואוינען, און ווי נאך פילע געשעפטען געפינען זיך, און 24 שעה א טאג - במלוא מובן המילה - האבן זיי טראק'ס געפארקט אויף די גאנצע גאס פון די בעקערי, אנצולאדענען זייערע סחורות צו פארקויפען אין די געשעפטן!! און נאך זענען זיי מוסיף צו האבן טראק'ס געפארקט אין די זייטן און ארום, און אויף די דערנעבענדיגע גאסן.

ס'איז יומם ולילה לא ישבותו! מ'קען נישט דורכפארן די גאס, אלע פארקינג פון די גאס נעמען זיי אוועק, און מאכן אהן א טרעפיק פאר א פאר גאסן ארום. ממש א חוצפה פון א מענטש וואס האט ב"ה פרנסה בריווח, און האט א מוצלח'דיגע ביזנעס, זאל זיך נישט רעכענען קיין איין טראפ מיט די איינוואוינער'ס פון זיין שטאט, וואס רוב פון זיי זענען זיינע קאסטומער'ס, און אזוי שטערן יעדעם.

איך בין טאקע נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער, אבער איך האב שוין געהערט וועגן די פראבלעם פון אסאך בארא פארקערס, און איך האב געהערט (אבער נישט מברר געוועהן) אז די איינוואוינער פון די גאס האבן זיך שוין שטארק באקלאגט צו דעם בעלעבאס אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן. איך מעג אויך האבן א דעה אין דעם ווייל א) איך טוה ביזנעס אין בארא פארק, און ב) איך בין א קארן בעקערי קאסטומער, און ג) איך בין א ניו יארקער איינוואוינער, און עס איז א חוצפה פון איין ביזנעס אנצופירן א ווערטשאפט און צושטערן א גאנצע גאס אין ניו יארק 24 שעה א טאג!

א בילד וואס איך האב געכאפט פאריגע וואך
Korn's1.JPG


צוויי בילדער פון גוגל סטריט וויו

Korn's2.JPG

Korn's3.JPG
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

איך האב איין טאג געזעהן ווי דער איד פון M&S Copy Center רוקט אוועק זייערס א סקיד הייבער וואס האט רעזערווירט א פארקינג פאר א טראק, און געפארקט זיין אייגן קאר דארטן. ווען א רוסקי איז געקומען שרייען, האט ער זיי געגעבן אזוי ס'זאל ווייטוהן די אויערן ביז משיח קומט.

חיות רעות. זיי זאלן נישט סטראשען קיינעם מיט זייער קעיק און קוקיס. דער וועלט גייט נישט אונטער. ווילאנג גרין מיט'ן שוואגער אקערמאן קריגן זיך אין דין תורה וועט נישט פעלן קיין גוטע קעיקס, מילכיגס און פארעווע, און ממילא מיסטער קארן/בערקוביטש, טראגט אייך אפ פון בארא פארק. ווען דער גאווערנמענט האט ביי אייך געטראפן שטיקער מייז אין די ברויטן און ענק אפגעשפארט ביז איר מאכט רענאוועישאנס, זענט איר פיינערהייט געגאנגן ערגעץ צו א קאמויערשאל פלאץ, און ס'האט זיך פיין אויסגעארבעט.

יא, און לאמיר נישט פארגעסן פון דער נייע בעלבאס אויפ'ן געסל: פרוינד'ס פיש. סארא חוצפה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אביגדור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יואש וויפיל איך רעג מיך יעדעס מאל איך גיי אדורך די גאס דארט, וויפיל מען מיינט זיין עזות און חוצפה האט שוין דערגרייכט די מאקסימום, טרעפט ער אלץ נייע וועגן פון פרעכהייט! די מצב היינט צו טאגס האלט אז כדי אדורך צו גיין די גאס קוקט עס אויס ווי א שלאכט זאון.

היילאוס און פעלעט מאווערס דרייווען אויף די גאס אויף היי ספיד ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, שיין פון די רוסקיס אז זיי לאזן פוסגייערס זיך דורכשלענגלען. וירא פרוידנס פיש כי טוב, האט ער געטראכט למה נגרע, לעט מי דזשוין די עקשאן. איך שוין באמת די איינוווינער פון די גאס, פון אין זייט קארן פון די אנדערע זייט פרוינדס און דער לעבן איז א גהינם.

די משתלטים פארלאזן זיך אויף די גוטסקייט פונעם פרומען ציבור, סיי וואו ערגעץ אנדערש וואלט שוין איינער לאנג געמאכט א בורא מאורי האש. איין טאג וועט עס נאך געשעהן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'טאקע א פראבלעם.
דו האסט נעכטען אונטערגעצונדען די פייער דארט נעכטען נאכט?
Under influence
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

15עוו. איז א סטיל סטענד 24\6 וועגן קארנס.
פאר ווער ס'ווייסט זענען די איינגעטומער דירעקט נאבעלע און פיינע מענטשן, אבער ס'בארעכטיגט נישט זייער בור ברשות הרבים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואו זענען די טיקעט טיילער ווען מען ברויך זיי?
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:15עוו. איז א סטיל סטענד 24\6 וועגן קארנס.
פאר ווער ס'ווייסט זענען די איינגעטומער דירעקט נאבעלע און פיינע מענטשן, אבער ס'בארעכטיגט נישט זייער בור ברשות הרבים.

או אה! מ'רעדט דא אין לערנען... בור ברשות הרבים! ווי זאגט יענקל מיללער ווען יענער האט איהם פארשריגן מיט א לא תגנוב פאר'ן גנב'ענען פון זיין מאראנצן בוים? נאר דא קען מען עסן א מאראנץ און נאך הערן א דבר תורה נאך אויך...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעדער פרעגט די קשיא ,ס'איז פישי די גאנצע מעשה דארט.

נו לאמיר זעהן צו אונז חרדים קענען אויך הארנעסן די מאכט פון די סאשעל מידיע צו ברענגן א טויש אין די קאראפציע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שטערנס קיפעלעך/ראגעלעך זענען די ערגסטע אויפן מארקעט, נישט אין מויל צו נעמען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט גערעכט. פרוינד'ס האצעך לעצטנס צושפרייט מיט זיין סושי ביזנעס. ס'איז ב"ה נתרבה געווארן טראקס און טרעקלעך, וועלכע זיי פארקן אין די גאנצע געגנט ביי די דורכגענג (אינטערסערשאנ'ס) .זיי דיך משער ווי שווער ס'איז אדורכצושטופן א באס מיט קינדער אויפ'ן וועג צום חדר אדער אהיים. כ'האב שוין געטרייט צו רעדן מיט די אנפיהרער פון אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס דא אין ב.פ. ס'איז אין קול ואין יונה. זיי האבן מסתמא דעם טרעפיק דעפארטמענט אויכעט אין די קעשענע. ווייל מ'זעיט קיינמאל נישט א קאר פון זיי אדער די פאליס אדורכפאהרן.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

לאמיר עפענען א פעטישאן צום ווייסן הויז אויסצודרוקן אונזער פארדאמונג פאר די 15עוו. סומאטוכע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איין זאך פארגעסן: ביי פרוינד'ס האט מען אויכעט א הנאה פונ'ם ריח וואס טראגט זיך אויף אלע זייטן דורכ'ן ווינד.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך פארשטיי נישט פארוואס ס'לוינט זיך עם פינאנציעל צו בלייבן אין די רעזידענטשאל עריע, ער קען טרעפן א גרעסערע פלאץ מיט א געהעריגע לאודינג דאק פאר א פערטל פרייז אין רעדהוק, און די באראפארקע פלאץ פארדינגן\פארקויפן פאר גוט געלט, נו וואס שטופט עם אנצומייכענען דוקא ביי אונז אין וויינגארטן?

איינער האט מער פרטים וועגן די נעכטן נאכטיגע פייער?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ס'איז א דבר פשוט מאד, מען קען עס פארשטיין אפילו אן א וק"ל.

דעם בילדינג קענען זיי נישט פארקויפן וויבאלד ס'איז א unique usage בילדינג. דער איינציגע אפשען וואס זיי האבן געהאט, כדי צו קענען מופען אן איבערבלייבן מיט א שאדן פון א ליידיגע בנין, איז צו איינקאסירן אינשורענס געלט דערויף, און כידוע איז א שריפה אום שבת גאר א שטארקע ראיה פאר די באהערדע אז יד ישראל שומר שבת לא היה באמצע... און אזוי פארדינט יעדער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'דאך געווען מוצאי.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך.
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.

די (עווענטועלע) נייע בעלנים אויפ'ן בילדינג 'עלן זיך מוזן ספראווען מיט עטוליכע דורות מייז וועלכע האבן קונה שביתה געווען דארט. א פשוט'ע עקסטערמינעיטער אדער קאץ 'עט שוין דארט נישט העלפן. אפשר א סגולה פון א צדיק...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דאך געווען מוצאי.

יעצט פארשטיי איך די אויסדרוק - ווען מ׳וויל ארויסברענגן אז מהאט עס אינטערגעצינדן - מהאט געמאכט א בורא מאורי האש, די שריפה איז דאך געווען מוצ"ש...
...
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

Big Boy האט געשריבן:For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.

For those of u who dosnt live in willi please avoid driving at all due to full day trefic the best time to get around is 12,30 until 2,45 midday or after 7 at night or bfore 7 am
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'געווען אין די נייעס. זיי האבן זיך גענומען טיילן טיקעטס אין די וועלט אריין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט