[justify]לעצטענס קומען ארויס פון אסאך רבנים חסידיש'ע ווי ליטוויש'ע צוגלייך, הנהגות ישרות וויאזוי צו מתפלל זיין צום מלך רחום וחנון. ואחת מזה איז צו אנפאנגען דאווענען בשבח והודיה, דהיינו אויסרעכענען כל מה דעביד רחמנא וואס מ'זעהט מיט אונזער פליישיגע אויגן אז ס'איז גוט, און דערנאך מתפלל זיין אויף וואס מ'ברויכט יעצט "רבש"ע די געסט מיר אזויפיל גוטע זאכן, כ'דארף נאר נאך די איין זאך (אדער זאכן), וואס איז עס שוין פאר דיר", ממילא וועט מען זעהן אז ער איז נישט סתם א קאמפלעינער נאר אויך א קאמלימענטירער וואס עפרישיע"ט וואס מ'גיט אים, אזוי וועט מען שנעלער פארפילן זיינע בקשות.
און בעצם איז עס נישט א היינטיגע חידוש נאר אנשי כנסת הגדולה האבן שוין מתקן געווען אזוי צו דאווענען, דהיינו אנצופאנגען בשלשה ברכות ראשונות בשבח והודי' און נאר דערנאך מתפלל זיין אויפן אייגענע הצתרכות'ן. און סאיז אויך א בפירוש'ע ירושלמי וואס רש"י ברענגט און מסכת ברכות (ד:) ואמרינן בברכות ירושלמי (פרק א') אלא יהיה אדם מקרב להקדוש ברוך הוא אליו, ומרצהו בתשבחות וקלוסין של יציאת מצרים, והוא מתקרב אליו, ובעודו קרוב אליו יש לו לתבוע צרכיו.
וגם לאני הקטן חבלים נפלה לי בנעימים בענין זה, ויגש אליו אין הגשה אלא תפילה שכשבא אדם להתפלל, אז יתחיל ביהודה מלשון הודיה, ורק אח"כ יאמר בי אדוני להתפלל על בקשתו. און אין חסידיש'ע ספרים איז דא נאך אסאך תורות און ווערטלעך בענין זה, אבער די געדאנק איז אייניג אז קודם יסדר אדם שבחו לפני המלך ואח"כ יתפלל.
------
לעצטענס האב איך געזעהן אין מיין קאמירש"ל ביהמ"ד, וואס כל איניש אשר יש לו שלשול בקדקדו ומח בבטנו, לייגט און הענגט מה שלבו חפץ, אזא צעטעלע מיט א רשימה פון איין ביז צען, צו פארצייכענען ביי זיך אלע טובות וואס מ'האט בייגעוואוינט יענעם טאג, איי דיין טאג איז אריבער שווער? פאנג אן רעכענען וועסטו זעהן, כגון אויפגעשטאנען געזונט, כאטש געכאפט די באס די לעצטע מינוט וכו'...
האבעך מחליט געווען גם אני בחלומי בא, צו אויסרעכענען כל מה דעביד לי ס'מוז דאך זיין עט ליעסט 10 גוטע זאכן א טאג...
1) כ'בין אויפגעשטאנען און צייט? כ'מיין נאכן גיין אין בעט 2'עה אין נישט קענען איינשלאפן ביז 4:30 (אן מיין טעלעפאן לעבן מיר...) און אויפגעשטאנען 7-8 מאל אינדערמיט ביז צוועלפע נאכמיטאג...
נא נעקסט!
2) אויפגעשטאנען געזונט... אמממ יא? מיט יסורים נוראים וואס אפילו איוב האט נישט זוכה געווען דערצו... געגאנגען אין ביה"כ מיט שמערצן אשר לא שערום אבותינו פונעם שיני הככרכשתא ביזן בני מעיים.....
3) פארלוירן מיין גו"ד פעינג דזשא"ב אפאר וואכן צוריק נאכן נישט קענען זיצן און ארבייטן מחמת קושי היסורים (ברוב טובו פונעם בעה"ב איז ער גרייט מיר צוריקצונעמען אויף חודש חשוון אויב איך בין שוין גרייט דערצו, אבער ווי ס'זעט אויס וועלעך נאך דארפן ארובערגיין א ערנסטע לאנגע סורדזשערי פארדעם, אין איך האב נאכנישט געפינען א גוטע סורדזש"ן וואס נעמט מיין אינשורענס, און די פאל ריקאווערי איז בערך אכט וואכן...)
נו גענוג געווען! עפעס גוטס אויך!
יא! ב"ה היינט האב איך ב"ה געהאט אביסל אפעטיט (טאקע פינעף נאכמיטאג פאר א טעלער טשיקן זיפ, וואס מיין שוועסטער האט זיך געבעטן ביי מיר אויפן פאון צו עסן, און כ'ווייס נישט וועם איך האב א טובה געטוהן איך פאר איר אדער פארקערט, אבער דאך...)
כבין טאקע זייער זייער קאלט געווען אין א רום פון זיבן און זיבעציג דעגרי, אבער ב"ה איך האב א דיקע וואלענע סוועדער וואס האט מיך אנגעווארעמט...)
ב"ה געזונטע ווייב און קינדער, (אפילו מיט נחת פון זיי, וואס היינט ווייסט מען ניטאמאל ווי דאס צו שאצן...)
ועל כולם (רעד איך מיך איין...) אפאר אנדערקאווערד חברים דא וואס ליינען מיט א שמייכל מיינע צרות...
עפטער אלל האב איך פלעין שנעל געטייפט, אין עס נישט געפלאנט צו מפרסם זיין, נאר צו מקיים זיין די דאגה בלב איש ישיחנה, לויט די וואס זאגען אז ס'מיינט אפילו עס אראפשרייבן פאר זיך און צופליקן די צעטל נאכדעם, וואס מ'זעהט בחוש אז עס בארואיגט אביסל. אבער איך בין אין א געזונטע בעד מאד יעצט, ממילא...
מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי, ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי, ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלטותיך וטובותיך שבכל עת.
רבונו של עולם! איך גלייב באמונה שלימה אז גם זו לטובה וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד, אבער מיט א תפילה אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו פילען און זעהן אז אלעס איז גוט פאר גאנץ כלל ישראל, ואסיים מיט א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט פון א יוד, ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה, מ'זאל נישט נאר דארפן גלייבן אז ס'איז א ברכה נאר מ'זאל שוין קענען זעהן אז ס'איז גוט...[/justify]
אוי טאטע!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל