יענטעס און יענטישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

יענטעס און יענטישקייט

שליחה דורך ידען »

סע דא א אלטע מחלה וואס הייסט יענטישקייט. סע מער אזא זאך וואס מיז נישט עכט מיינען א פרוי, אבער קען זיין אז פרויען זענען מער יענטעס,האט מען געגעבען א נאמען פאר איינעם וואס ליגט אין יענעםס קישקע אז ער איז א ”יענטע”.

סע דא וואס זאגען אז מע טרעפט מער יענטעס ביי געוויסע געגענט, און סע דא וואס רופען די קאנטריס יענטע town.

איך ווייס נישט וועלעכע געגענט האט מער יענטעס אבער איך זעה א סאך מאל אז מענטשען האבען זיך ליעב אריין צו מישען אין מיינע פרייוועט זאכן אפי' אז כאב זיי נישט געפרעגט.

א סאך מאל איז עס אויך ווייל מע וויל העלפען יענעם ווען מע זעהט אז יענער האט א פראבלעם, אבער רוב מאל איז עס מער א נייגעריקייט פון לייגען די נאז ביי יענעם.

וואס איז עס? א קרענק און נישט נאר ביי חסידישע אידען, אדער איז דא באשאפען געווארען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו ידען

שליחה דורך berlbalaguleh »

די חוקרים גריבלען זיך צו ס'איז א געבוירענע מחלה אין די דזשינס אדער א סאשיעל קרענק, ל"ע. אבער כולי עלמא מודי אז ס'לויפט אין משפחות, עפ"י רוב פון א מאמע צו א טאכטער. דער וואס האט אזעלכע שכינים ווייסט אז ער (אדער זי) איז אונטער א השגחה 24 שעה אין טאג, שבת און יו"ט. אני הקטן, דער שרייבער פון די שורות האב אזעלכע שכינים. דער אבי המשפחה דארט גייט שבת און יו"ט אינדערפריה דאווענען אין א ווייטן ביהמ"ד וואו מ'דאוונט גאר פריה. און ווען דער (נארמאלער) עולם גייט אהיים פון ביהמ"ד זיצט דער יוד מיט זיין בני בית און באטראכטן און באשמועסן א יעדן עובר ושב. :oops:
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כ'האב אויך אזא שכן בשעת קוים וואס איך קען זיין נאמען. וויסט ער שוין וועלכע גאטשעס איך טראג.
די קליינע קונדער אן שכל לאזן פאלן סטעטמענטס ווי מזעו קלאר די עלטערן יענטענן איבער אונדז.

כ'ווייס נישט אויב ס'האט א שייכות, דעי שכן הערט נישט אויף צי בארגן זאכן יעדן פונעף מינוט פון אייער ביז שיך ביז ניצען די פריזער און די אויבן. גראדע די טוילעט צי ניצן איז זיי נאך נישט איינגעפאלן.
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך קרעמער1 »

איך מוז מודה זיין אז די דאזיגע אייגנשאפט קרענקט מיר זייער.
ווי עס שיינט האט מען ביי אונז ווי גע'אסר'ט דער פראזע "מיינד יור און ביזנעס". יעדער מישט אריין די נאז ס'טיפסטע וואס מ'קען נאר. מ'לאזט נישט לעבן.
פארשטייט זיך אז מאנכע וועלן טענה'ן אז דאס קומט פון לויטער גוטסקייט, און אמת'ע געטריישאפט צו א צווייטן יוד...

מ'האט זיך שוין אמאל גע'חקרן'ט אויב דאס "מישן אין יענעמס טעפל" איז ביי אונז ווי אן אלגעמיינע רעזולטאט פון א "ענגע געמיינדע" מיט געמיינזאמע פירונגען, אדער איז דאס מער אלס תוצאה פונעם "כל ישראל ערבים" און "הוכח תוכיח" - וואס דערפאר איז עס מער איינגעריסן ביי חרד'ישע\חסיד'ישע יודן.

צו קיין טאלק זענען מיר דערווייל נאכנישט דערגאנגען...

מיר וועלן אצינד בלויז ציטירן געוואלדיגע דיבורים פון מיין ליבער "שלום עליכם", וועלכער באציהט זיך איבער אונזער קרענק פון זיך אריינמישן בפועל ביי יענעם, מיט וואס מיר האבן זיך פערצופאל נעכטן באגעגנט:

"דאכט זיך, וועמען בעדארף עס אנגעהען, למשל, אז א אידיש בחור'על געהט זיך שבת בייטאג שפאציערען אביסעל ווייטער, הינטער דער שטאדט?
צי ס'איז טאקי מער נישטא וואס צו טוהן, נאר נאכקוקען, אין זינען האבען יענעם?
וואס העלפען אבער די אלע טענות, אז עס ליגט שוין אזוי ביי אונז אין דער נאטור, ביי אידען הייסט דאס, גוט צוקוקען זיך צו יענעם, אכטונג געבען, געפינען חסרונות און געבען עצות.
למשל: צוגעהן צו א ווילד פרעמדן, בשעת ער דאווענט, און צו-רעכט מאכען אים דעם "של-ראש" פון די תפילין; אדער אפשטעלען איהם בשעת ער לויפט און איז פערטראגען, אז עס האט זיך ביי איהם, דאכט זיך, פערקאַטשעט א הויז; אדער אנווייזען יענעם מיט'ן פינגער, ער זאך ניט וויסען וואס איהר מיינט: צי די נאז, צי די בארד, צי וועלכע גוטע יאהר? אדער צונעמען ביי יענעם פון די הענד, בשעת יענער מוטשעט זיך און וויל עפיס עפענען, און זאגען איהם: איהר קאנט נישט, לאזט מיך! אדער אפשטעלען זיך, בשעת יענער בויעט א שטוב, און אויסזעצען איהם א חסרון, אז די סטעלי איז, דאכט זיך, צו הויך, די חדרים צו גראָם און די פענסטער אומגעלומפערט ברייט, חאטש נעם צעווארף די שטוב און שטעל זיך בויען גאר איבער-א-נייעס!...
אט אזוי, הערט איהר, איז שוין ביי אונז איינגעפיהרט פון קדמונים, פון ששת ימי בראשית.
מיר וועלען מיט אייך די וועלט נישט איבערמאכען, מיר זענען דאס גאר נישט מחויב..."
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

It happens usually in one of two situations:

1. where people don’t have what to do with their time (country)
2. Where people are the same type like each other, grew up with each other, went to same schools and have the same type of lifestyle (willi, Monroe)
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך קרעמער1 »

א צווייג פון דעי מחלה איז: אז ביי יעדע געשעעניש, (כאפצעם, קאר-עקסידענט וכדו') ווערט גלייך א צאמלויף ווי גלייך מ'זעהט דארט ווער ווייסט וואס

איך האב געטראפן אז "מענדעלע מוכר ספרים" בארירט שוין די מחלה

אט ציטיר איך זיין לשון:

פון אייביג-אן איז שוין אזוי גלופּסק געשטעלט: לאז נאר איינער דארט זיך ריהרען, ריהרט זיך מיט איהם, כסדר איינער נאך דעם אנדערן, א גאנצע עדה יודען. איין יודען פאר זיך אליין איז זעלטן צו בעקומען.
יודען געהען דארט אויפ'ן צעהנדלינג, מנינים-ווייז אינאיינעם. נישט ווייל דאס איז א וואלוועלע סחורה, ווי אוגערקעס, אדער רעטיכלעך, א שטייגער, וואס צעהן פאר א גראשן; נאר פשוט דעריבער, ווייל יודישע נשמות קלעבען איינע אין דער אנדערער, ווי הערינג צונויפגעשטיקט אין א פעסיל פעסט, שווער זיך אבצורייסען. טוהט עפיס וואס-ס'איז איינער, טראגט עס אונטער באלד דעם אנדערן. קוים עפענט עמיצער דאס מויל צום ריידען, פערחאפּט זיך און שלאגט איהם איבער יענער. וויל טאן א טריט גרונם, פלאנטערט זיך איהם פאר די פיס גימפעל, און לאז אין א ווינקעלע ערגיץ זיך בעהאלטען בעריל, וואקסט דארט ווי פון דער ערד אויס יענקיל-שמעריל..."
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א שיינע שמועס איבער קאנטרי יענטשקייט.
viewtopic.php?p=142385#p142385
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט