בדחן האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.
שרייבסט עס אביסל קאמפלעצירט, איך פארשטיי עס נישט, פראביר קודם געבן יא/ניין ענטפערס:
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
די זעלבע זאך אויך,
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?
פארוואס?
יפה שאלת.
א ראסיסט קען מען בעצם זיין צו מען באשולדיגט יא צו מען באשולדיגט נישט, און צו ס'איז יא אמת אדער נישט אמת. א ראסיסט איז דער וועלכער האלט זיך צו דער מיינוג אז א געוויסער ראסע איז בעסער \ ערגער מכל האדם אשר על פני האדמה.
אויף פעסטצושטעלן אז פלניא שרייבער איז א ראסיסט ברויך מען צו האבן א ראיה. אויב די באשולדיגונגען וואס ער \ זי מאכט זענען אמת, קען מען דאך טענה'ן אז לעולם איז ער \ זי נישט קיין ראסיסט, איי וואס מאכט ער קולות? ווייל ס'איז אמת, נכון הדבר, נעשתה התועבה. אבער אויב נאכן פירוש השמלה שטעלט זיך ארויס אז ס'איז שם עלילות דברים, דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט אים\ איר? בלינדע שנאה, נישט-אזא-בלינדע שנאה, אדער אלטפארצייטישע אנטיסעמיטיזם. מען איז דן לכאן ולכאן, מען איז מותיב ומפרך, ביז קען קריכט ארויף אויפן ביטערן אמת. יא, ס'האט זיך אריינגעכאפט ראסיזם, ל"ע. בעצם אבער, קען דער באשולדיגונגס טרייבקראפט זיין ראסיזם אפילו ווען די באשולדיגונגען זענען יא אמת, הגם ס'שווערער אויפצואווייזן.
גיי מיר אבער צוריק צום נושא, ראסיזם איז א מיינונג אויף א ראסע \ פאלק, הן לטוב והן למוטב. געווענטליך אבער באטראכט מען די מוטב חלק. פיינטשאפט צו א לעבענסשטייגער, איז אומטאלעראנץ אבער נישט קיין ראסיזם. ערליכער אידן וועלכע האבן פיינט רשעים, רשעי ישראל, זענען נישט קיין ראסיסטן, חלילה. ממילא די ביישפילן וועלכע דו ברענגסט זענען נישט ריכטיג.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.