אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:

איינער פון די שטערקסטע ביכער וואס זענען אמאל געשריבען געווארען איז דער ביך "Also sprach zarathustra" פון פרידריך ניטשה. דאס איז א ספר געשריבען בסגנון הנביאים, וואס אין דעם לייגט ניטשה פאר מורא'דיגע יסודות פון זיינע געדאנקען, און אלס מיט אזא מייסטערהאפטיגע סטייל פון משל ומליצה וואס ברענגט א מענטש צו טראכטען גאר טיף אויף דער מענטש און אויף דער לעבן.
האב איך מחליט געווען, לטובת אחינו בני ישראל דוברי אישי, איבערטייטשען דער ספר אויפ'ן לשון המדוברת. איך זאג נישט צו איך וועל ממשיך זיין, אבער דא לייג איך פאר אייך דער ערשטער שטיקל פון דער ספר, הערות והארות, סיי אויף די תרגום און סיי אויף אלעס ארום און ארום, זענען וועלקאם. איך האף עס וועט זיין א המשך צו דעם תמידין כסדרם, און אפשר וועט דער עולם זיך אויך מעמיק זיין אין דבריו העמוקים און אנקומען צו עפעס.
איך האב עס איבערגעטייטשט פון דער ענגלישער איבערזעצונג און דער דייטשער אריגענעל, וואס איז נענטער צו יידיש, און אפשר וועט דער יידיש אפילו מצליח זיין איבערצוגעבן ניאונסים וואס איז שווער צו געבן אויפ'ן ענגלישער שפראך.
וזה החלי.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אזוי האט גערעדט זאראטוסטרא / פרידריך ניטשה
==
א בוך פאר אלע און קיינער
==
ערשטער טייל
זאראטוסטרא'ס פאררעדע
==
1.
ווען זאראטוסטרא איז דרייסיג יאר אלט געווען, האט ער פארלאזט זיין היים און די וואסער ביי זיין היים, און איז געגאנגען אין די בערג. דארט האט ער גענאסען פון זיין גייסט און זיין איינזאמקייט און איז צעהן יאר נישט מיד געווארען פון דעם. ענדליך אבער האט זיך זיין הארץ פארוואנדעלט, און איין פרימארגען שטייט ער מיט די מארגענסרויז אויף, טרעט פאר די זון, און רעדט אזוי פאר איר:
"דו גרויסער שטערן! וואס וואלט געווען דיין גליק ווען נישט אז דו האסט די פאר וועם דו לייכסט!
צען יאר קומסט דו דא ארויף צו מיין הייל, דו וואלסט פארמאטערט געווארען פון דיין ליכט און דיין וועג ווען נישט מיר, מיין אדלער, און מיין שלאנג.
אבער מיר ערווארטען דיר יעדעס פרימארגען, נעמען פון דיר דיין איבערפלוס, און בענטשען דיר דערפאר.
הו, איך בין פארמאטערט פון מיין קלוגשאפט, ווי די בין וואס האט צופיל האניג געזאמעלט, איך באדארף הענט צו זיך אויסגעשטרעקט.
איך וואלט געוואלט שענקען און אויסטיילען, ביז די קלוגע צווישען מענטשען וועלן ווידער אין זייער נארישקייט זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום.
דערפאר מוז איך צו די טיפנישען אראפשטייגען, אזויווי דו טוסט אין דער אווענט, ווען דו גייסט אונטער דער האריזאנט און ברענגסט ליכט פאר די אונטערוועלט, דו רייכער שטערן!
איך מוז, גלייך ווי דיר, אונטערגיין, צו ווי די מענטשען זענען, צו דאנען וועל איך אראפגיין
בענטש מיר דאן, דו רוהיגער אויג, וואס קען באטראכטען אפילו די גרעסטער גליק אן קנאה.
בענטש דאס בעכער, וועלכער וועט איבערפליסען, און גאלדען וועט פון עם פליסען און איבעראל טראגען דער
אפשפיגלונג פון מיין גליק.
זעה! דער בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן! "
אזוי האט זיך אנגעפאנגען זאראטוסטרא'ס אראפגאנג.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
אפ טאפיק- סגייט נישט אריין אין גדר פון ספרים חצונים? אין שו״ע ווערט דאס נישט אויסגרעכנט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
wow רבינו הק' איז פריש, און דוקא אין אזא צייט ווען אלעס\יעדער פאפט.
מעז יצא מתוק, ס'פליעט תגובות און לינקס אז ס'איז א מחי'.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
פילייכט לשון קודש וואלט געהאט א בעסערע טוויסט. דער נביא'ישער סגנון איז געשמאקער, דוכט זיך, אין לשון קודש. (נישט אז דאס איז שלעכט, נאר אז דו בעטסט הערות, איז דאך אין שיעור למעלה).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אויף לשון הקודש/עברית, איז דאך שוין דא..
נו, שיסט הערות, מומחי אידיש, פילאסאפיע, ספרים חיצונים, און סתם חברים.. איך האף ארויפצולייגען יעדער טאג א שטיקל, אבער איך וויל דער עולם זאל ליינען זאגען פשט זיך דינגען אויף די טייטש, וכו'.
נו, שיסט הערות, מומחי אידיש, פילאסאפיע, ספרים חיצונים, און סתם חברים.. איך האף ארויפצולייגען יעדער טאג א שטיקל, אבער איך וויל דער עולם זאל ליינען זאגען פשט זיך דינגען אויף די טייטש, וכו'.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
מיר זענען בכלל נישט געוואוינט צו מפענח זיין פאעזיע און א שטקיל נ"ך וויאזוי צו לערנען ווייסן מיר זיכער נישט.
אפשר זאל דער רבי אנהויבן בבחי' טעמו וראו וועט מען קענען פרובירן נאכגיין אין די פוסטריט.
אפשר זאל דער רבי אנהויבן בבחי' טעמו וראו וועט מען קענען פרובירן נאכגיין אין די פוסטריט.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
לעקוואד אפשר לייגסטו צו א לינק צו די הוברו פירש
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
א גרויסע יישר כח הרב לעיקוואד, מיר קוקן ארויס צו ליינען צוזאמען דער געוואלדיגע בוך, און די טיפזיניגע געשפרעכן וואס וועלן ארויסקומען דערפון. ובשם השם נעשה ונצליח.
אין דער קליינע שטיקל ליגט אזוי פיל, לאמיר אנהייבן אביסל און מיר וועלן זעהן ווי אזוי די שמועס וועט זיך פארציען. דיסקלעימער, איך האב קיינמאל נישט געליינט דער ספר, מיינע קאמענטארן זענען באזירט בלויז אויף דער שטיקל וואס לעיקוואד האט איבערגעטייטשט
''נעמען פון דיר דיין איבערפלוס ''
זאראטוסטרא גייט אוועק צו די בערג צו לעבן אן אפגעזונדערטע לעבן. ער האט אוודאי פארברענגט זיינע טעג מיט התבוננות און האט דערגרייכט חכמה ומדע שאין לשער. ער האט זיך מתבוננן געווען אינעם זון און ער זעהט איין אז די גאנצע גדולה פונעם זון איז אז עס שיינט אויף אנדערע. די זון וואלט אפשר געקענט זיין מעכטיגער אויב זי גייט ווען אריין אין א הייל און האלט איר גאנצע ברען און גאנצע שיין פאר זיך. אבער זאגטס מיר, ווען איז די זון מעכטיגער און שענער, ווען זי שיינט אויף די וועלט אדער ווען זי באהאלט זיך? דאס איז די געדאנק אז די גרעסטע הנאה איז ווען מען גיבט פאר יענעם. ואכמ''ל.
''און בענטשן דיר דערפאר ''
נאך אן אבזערוואציע. טוט דען די זון עקזיסטירן בכלל אויב ס'נישט דא איינער וואס זאל עס קאנפירמירן? (מח שליט וועט ליב האבן דער געדאנק) די זון קען אפשר האלטן אז יא, אבער זאראטוסטרא האלט אז נישט. זאראטוסטרא האלט אז די איינציגסטע סיבה צו זאגן אז די זון עקזיסטירט און איז מעכטיג איז נאר ווייל ער זאגט און באשטעטיגט עס, כדוגמת אין מלך בלא עם.
זאראטוסטרא רעדט צו זיך. אזוי ווי עס זעהט זיך אן מערערע מאל.
אגב, עס וואלט געווען ראטזאם צו שרייבן אביסל בעקגראונד אויף ניטש און דער ספר.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד אפשר לייגסטו צו א לינק צו די הוברו פירש
דא האסטו דוד פרישמאן'ס תרגום אויף לש"ק, עס איז גאנץ שווער/רייך.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
[tag]לעיקוואד[/tag], ושאינו יודע לשאול את פתח לו. איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איך דארף צו זען דא, וואס ס'איז דא צו טייטשן, א מענטש איז געגאנגען התבודדות, און ער רעדט צום זון אז אזוי ווי די זון איז נאר די זון ווייל זי שיינט אויף די מענשטען, אזוי אויך מוז ער איבערגעבן חכמה צו די נידעריגערע מענטשען (לך רד) און זיי משפיע זיין פון זיין חכמה, ווייל אן דעם איז ער גארנישט. עפעס אזוי, איך זעה נישט ווי פול טיפער מ'קען דא גיין, אלזא ביטע לאזט אייך אראפ צו אונז, און צייג אונז צו וואס ס'איז דא זיך צו דינגען אין פשט, וואו מ'קען זיך מתווכח זיין, גיס איבער פון דיין בעכער, און האפענטליך וועט זי נישט ליידיג ווערן, דו וועסט קיין מענטש נישט ווערן...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איז אזוי, לעולם וויל איך בעיקר זיך קאנצעטרירען אויף די איבערזעצונג און דאס לאזט מיר נישט גענוג צייט זיך צו באשעפטינגען מיט די הסבר און עיון, דאך איז פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך מקדים זיין א משהו בעקגראונד און הסבר אויף וואס טוהט זיך דא.
פרידריך ווילהלעם ניטשה איז געווען א דויטשער פילאלאג, פילאסאף, שרייבער, דענקער, קריטיק, און קאמפאזירער, וואס האט געלעבט צווישען די יארן 1844 און 1900. זיין לעבנס-געשיכטע איז גאנץ אינטרעסאנט או איז אפשר קריטיש אויף צו פארשטיין זיין פילאסאפיע, פון זיין געבורט און די טויט פון זין טאטע, ביז זיין קאריערע אין פארשידענע אוניוועריזטעטן, זיין חבר'שאפט און דאן וועלטס-קריג מיט וואגנער, ביז זיין ענדגילטיגע גייסטישע צאמאפאל און מחלה. איך גיי נישט דא פארציילען די גאנצע תולדותיהם של צדיקים דא, ווער עס אינטרעסירט זיך קען ליינען אין וויקיפעדיע אדער ענליכע מקומות. עס איז אויך דא גאנץ א זאכליכע דאקומענטערי פון די בי בי סי וואס פארציילט וועגן זיין לעבן בשילוב געוויסע נקודות פון זיינע געדאנקען.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3EGOwduWVKA[/youtube]
(ווי אויך איז דא דער אינטרעסאנטער פילם "ווען ניטשה האט געוויינט", באיזרט אויף דער בוך פון אירווין יאלום מיט דער זעלבער נאמען, וואס איז געבויט אויף ניטשה'ס קורצע און אומגעלונגענע ראמאנס מיט לאו סאלאמעי און וואס שטעלט צאם כביכול ניטשה מיט סיגמונד פרויד און זיין חבורה).
יעצט לגבי דער בוך, "כה אמר זרתוסטרא", איז מסתמא זיין מערסטע באקאנסטער בוך, ווי ער לייגט פאר עטליכע פון זיינע הויפט געדאנקען, דערמאנט אויך אין אנדערע ספרים זיינע, אויף א סטייל פון די נביאים פון דער תנ"ך. זאראטוסטרא, דער נביא מתבודד אין וועמנ'ס מויל ניטשה לייגט אריין די גאנצע ספר, איז די נאמען פון דער פרסישער נביא זורואסטער, דער גרינדער פון דער זוראסטרישער רעליגיע (וואס איז אגב געווען דער דאמינאנטער רעליגיע אין בבל בזמן התלמוד, און פילע מאמרי חז"ל אדער תקנות פון יענער תקופה זענען אין דירעקטער התייחסות צו זייערע שיטות און מנהגים), ניטשה נוצט דאס אבער אין גאר א ראדיקלער וועג, נוצענדיג די ליטערישע און רעטארישע כלים פון א ביבלישער נביא אויף צו רעדן געדאנקען וואס זענען א דירעקטער אטאקע אויף רעליגיעזע מושגים און טראכטונג.
מצד דעם, קען מען אפשר רופען ניטשה די ערגסטער אפיקורס וואס האט אמאל געלעבט, און רעכענען זיין ספר דער ערשטער ספר אויף די ליסטע פון ספרים חיצונים וואס מטאר נישט ליינען. (און אויב זאלן מיר צולייגען דא די נוצען וואס די נאציס האבען געמאכט מיט זיינע געדאנקען, ספיציעל דער געדאנק פון "דער ווילען צו שטארקייט", ווי די נאמען פון זיין לעצטע בוך וואס זיין שוועסטער האט ארויסגעגעבן, און יש אומרים מסלף געווען, איז אוודאי גייט ער גרינגערהייט אריין אין די ליסטע פון די גרעסט רשעים פון היסטאריע).
דאך, איז דווקא דאס וואס ער האט בוחר געווען דא אראפצולייגען זיינע רעיונות באופן פון משל ומליצה, אין א לבוש פון א נביא, גיט עם א טיפקייט און א אמת וואס מען קען נישט דערגרייכען מיט שרייבען סתם גראדע פראזע. און למעשה, איז ער פון די דענקער וואס ווערן די ווייניגסטער פארשטאנען און די מערסטע אומ-פארשטאנען עד היום הזה.
ניטשה איז נישט סתם אן אפיקורס וואס זאגט לית דין ולית דיין און גיימיר עסן פיצא מיט פרענטש פרייס. ער באטראכט מיט א מופלא'דיגער דרייסטקייט דער מציאות פון דער מאדערנער מענטש וואס לעבט, צו וויל ער יא צו וויל ער נישט, אין א גאטלאזער וועלט. און זיכט א וועג, מיט אלע כוחות, איבערצוקומען די מענטשליכער שוואכקייטן און בויען עפעס א תכלית און משמעות וואס עס איז כדאי צו לעבן דערפאר. מצד דעם איז ער באמת א נביא, וואס זעהט גאר טיף און ווייט די רעיונות וואס שטראמען אינטער דער שטח, און פראבירט זיך מתמודד זיין מיט די אמתער נקודות , און געבן א וועג פאר אנדערע צו גיין אין דער לעבן.
(לעצטענס האב איך זיך באגעגנט מיט א ביכל Redeeming Nietzsche-On the Piety of Unbelief וואס איז געבויט מתחלה ועד סוף צו ליינען ניטשה ווי א טעאלאג)
אפגעזעהן צו מ'האלט פון עם צו נישט, און צו מאיז מסכים מיט זיינע רעיונות צו נישט, איז ער איינער וואס שרייט אן אמת צו טיף צו קענען איגנארירען, און אזויווי זיין משל פון דער וואנדערדיגער נביא , משוגענער, אדער מתבודד, וואס גייט ארום און שרייט וואס ער זעהט, און עס איז שווער זיך מתעלם זיין פון דאס וואס ער זאגט.

2. זארטוסטרא'ס שמועס מיט דער הייליגער
זאראטוסטרא שטייגט אראפ פון דער בארג אליינס, און קיינער באגעגנט עם. אבער ווען ער איז אריינגעקומען אין די וואלד, שטייט פלוצלינג פאר עם אן אלטער מאן, וועלכער האט פארלאזט זיין הייליגער הייזקע צו זוכען ווארצלען אין וואלד. און אזוי האט דער אלטער געשפרעכט צו זאראטוסטרא":
"דער וואנדערער איז מיר נישט פרעמד, פאר מאנכע יארען איז ער מיר דא פארביי, זאראטוסטרא הייסט ער, אבער ער האט זיך געענדערט.
דעמאלטס האסטו געטראגען דיין אש צו'ם בארג, וועסטו היינט דיין פייער אין די טאלען טראגען? פארכסט דו נישט דעם פארברענער'ס (/ארסאניסט'ס) שטראפען?
יא, איך דערקען זאראטוסטרא, ריין איז זיין אויג און אין זיין מויל האלט ער נישט קיין עקל, גייט ער דען נישט דא ווי א טאנצער?
פארוואנדעלט איז זאראטוסטרא, איין קינד איז געווארען זאראטוסטרא, איין ערוועקטער איז זאראטוסטרא, יעצט וואס ווילסטו טוהן אין די לאנד פון די פארשלאפענע?
ווי אין ים האסטו געלעבט אין איינזאמקייט, און דער ים האט דיר יעצט געטראגען. אוי, דו ווילסט יעצט אויפ'ן לאנד אפשטייגען? דו וילסט דיין לייב ווידער זעלבסט שלעפען?"
זאראטוסטרא ענטפערט: איך האב ליב די מענטשען.
פארוואס, זאגט דער הייליגער, בין איך געגאנגען אין וואלד און אין מדבר, איז דאס נישט, ווייל איך האב די מענטשען צו ליב געהאט?
יעצט האב איך ליב גאט, די מענטשען האב איך נישט ליב, דער מענטש איז מיר צו אן אומ'שלימות'דיגער זאך, ליבע צו מענטשען וואלט מיר אומגעברענגט.
זאראטוסטרא ענטפערט: וואס רעד איך פון ליבע? איך ברענג דאס מענטש א געשאנק!
גיב זיי נישט, זאגט דער הייליגער, נעם זיי ליבערשט עטוואס פון זייער לאסט און טראג עס מיט זיי, דאס וועט זיי באקוועמער זיין, ווען נאר עס וועט דיר וואוליטוהן!
און אויב ווילסטו זיי געבן, דאן גיב זיי נישט מער ווי א נדבה, און לאז זיי זיך בעטן דערפאר.
ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארעם דערפאר.
דער הייליגער לאכט אויף זאראטוסטרא, און זאגט אזוי: אויב אזוי, זעה צו עס, דאס זיי זאלען דיינע אוצרות אננעמען, זיי זענען חשדנים אויף דער איינזאמער, און גלייבען נישט, דאס מיר קומען מיט געשאנקען.
אונזערע שריט קלינגען זיי צו איינזאם אויף די גאסען, און ווען זיי זענען אין בעט און הערן א מאן גיין לאנג בעפאר דער זוהן שטייט אויף, טראכטען זיי, וויאהין גייט דער גנב.
גיי נישט צו די מענטשען און בלייב אין וואלד! גיי ליבערשט צו די חיות! פארוואס ווילסטו נישט זיין ווי מיר? א בער צווישען בערן, א פויגל צווישען פייגלעך!
און וואס טוהט דער הייליגער אין וואלד? פרעגט זאראטוסטרא.
דער הייליגער ענטפערט -איך מאך לידער און איך זינג זיי, און ווען איך מאך די לידער, לאך איך, וויין איך, און ברום איך, אזוי לויב איך גאט.
מיט זינגען, וויינען, לאכען, און ברומען, לויב איך גאט, דער גאט וואס איז מיין גאט. אבער וואס ברענגסט דו אונז פאר א געשאנק?
ווען זאראטוסטרא האט געהערט די ווערטער, גרוסט ער דעם הייליגען און זאגט: וואס האב איך אייך צו געבן, בעסער לאז טמיר שנעל גיין פון דא, איך זאל פון אייך נישט צונעמען" און אזוי האבען זיי זיך געשיידט איינער פון אנדערער, דער אלטער און זאראטוסטרא, לאכענדיג ווי קינדער.
אבער ווען זאראטוסטרא איז געווען אליין, רעדט ער אזוי צו זיין הארצן: "וויאזוי איז דאס מעגליך, אז דער אלטער האט אין זיין וואלד נאכנישט געהערט דערפון, אז גאט איז טויט?"

און אזוי האט דער אלמעכטיגער געזאגט צום גאלדענעם ערד עפל: מיין קינד און ער האט געזאגט איך בין גרייט: גיי גיי, אוועק פון דיין וואוינארט און געבורטפלאץ, דארט וואו די ווייסע פעפער שפראצן ווי זאלב אויפ'ן לייב וואס טראפן ביז די בארד: אין מיין ארבטייל צווישן די מויערן דארט וואו עס רינען די האניגן מיט מילך און בוימאייל: און ווען עס וועט צו דיר שפרעכן מיין געזאלבטער דער אויסדערוועלטער טיף דענקער זאלט איר שלינגען מיט דורשט ווי דער אונד ביי די קאלוזשע קוואלן: אין די טינקלקייטן וועט ער דיר באלייכטן ווען עס פאלן די שאטנס פון שטערן: ווי א בויגןשטראל ביים זון אויפגאנג וועט ער דיר ערקלערן די באדייט: און ווען איר וועט זיך וואונדערן וואס זענען די פארהוילעינשן פון די געזעצן זאלט איר וויסן אז ארויס פון דאס שטאט פון גרויס באזעצונג האב איך אייך פארשיקט צו ערקלערן מיינע באהאלטענישן: ווי פוירפל וואל אויף די עקן זאלט איר דאס פאררעכנען: און פארוואס זאלט איר לאכן פון דעם גערמאנישן איבערזעצונג מיט א גליסטעניש זאלט איר הארכן צו די וואס ערקלערן די רייד פון די געבאטן פון די רויטע קו:
אזוי האט גערעדט מאראנצןניטשה, און ברעכט אייך אלע קאפ צו וויסן וואס איך וויל.
אזוי האט גערעדט מאראנצןניטשה, און ברעכט אייך אלע קאפ צו וויסן וואס איך וויל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יעצט אז מיר האבען געלאזט ניטשע'ן רעדן נאך א שטיקל, לאמיר פותח זיין א משהו פתח צו וואס געשעהט דא.
קודם כל, דארף מען לערנען דער ביי-טיטל פונ'ם ספר "א ספר פאר אלע און פאר קיינער". דער שורה ענהאלט אין זיך איינער פון די עיקר נקודות אויף וואס דער ספר איז אוועקגעשטעלט. עס איז א ספר פאר אלע, פאר אלע מענטשען, ווארום ער רעדט פונ'עם מענטשליכער מציאות נאקעטערהייט אזויווי ער איז. עס איז נישט קיין ספר פאר דווקא יודען, אדער גוים, אדער פילסאפער, אדער דענקער, תלמידים, אדער עפעס א סארט מענטש. עס איז א ספר פאר דער מענטש ווי ער איז א מענטש. מצד שני, ברענגט דאס אונז צו דער צווייטער האלב פון דער סענטענס. עס איז א ספר פאר קיינער. דער צו וועם דער ספר איז געוואנדען עקזעסטירט נישט בעצם, וויבאלד דער מענטש אלץ מענטש איז בכלל נישט מצוי. רוב מענטשען פראבירען צו זיין פארשידענע זאכען, ערליכע יודען, תלמידי חכמים, גאונים, מוצלחים, עשירים, אבער ווער פראבירט דען צו זיין א מענטש? נאכמער, דער ספר רעדט בעצם פון דאס וואס א מענטש דארף אנקומען צו, דאס הייסט, עפעס וואס טראנסענדירט שוין דאס מענטש, ווי ניטשע וועט דאס רופען, דער אויבער-מענטש. דאס איז זיכער קיינער. ממילא איז דאס א בוך פאר יעדער און פאר קיינער.
דער (אנגעצויגענקייט ?- איינער ווייסט וויאזוי צו שרייבען tension אין דער קאנטעקסט אויף יידיש?) צווישען מענטש, מענטשען, מענטשהייט, און אוממ-ענטש, אדער איבער-מענטש. איז בעצם דער גאנצע מעשה ארום וואס דער ספר רעדט זיך.
ער רעדט פון א יונגער נביא, ער איז זיך פורש פון מענטשען ביי די דרייסיג, און סך הכל ווען ער ער קומט ארויס איז ער נאר פערציג (בערך די עלטער פון ניטשה ווען ער האט געשריבען דער ספר), בכלל נישט איינער א זקן שקנה חכמה, אין נארמאלע מענטשליכע באגריפן האט ער נישט בשם וואס צו קומען פארקויפען פאר מענטשען עפעס, ער איז נישט עפעס א גרויסער ראש ישיבה אדער עפעס , ער האט נישט עפעס קרעדיט ביי מענטשען מצד עפעס הישגים וואס ער קען זיך בארימען מיט זיי, ער קומט צו זיי פשוט אלץ מענטש , ווי דער זקן זאגט עם אין דער צווייטער שטיקל, און ווי מזעהט אין די המשך, עס איז שווער משכנע צו זיין מענטשען אז ער האט עפעס צו פארקויפען.
דער נביא אנטלויפט פון מענטשהייט פאר צעהן יאר, דאס איז נישט סתם ווייל ער וויל זיך קלוגער ווערן אדער עפעס, דא ליגט א טיפערע נקודה. ער אנטלויפט וויבאלד ער זוכט אן אוממענטשליכער אמת, עפעס העכערס, עפעס וואס איז נישט פארהאנען ביי מענטשליכקייט. דער זקן איז בעצם א מייצג פון דער יונגערער זאראטוסטרא, דער זאראטוסטרא אויפ'ן וועג ארויף אויפ'ן בארג, וואס איז מיואש פון מענטשהייט, זעהט מענטשהייט פאר צו אומשלימותדיג ליב צו האבען, ער וויל ליב האבען דער גרעסטער שלימות, גאט, עפעס איבערמענטשליך.
נאך צעהן יאר וואס ער איז נישט מיד געווארען, האט ער געכאפט אז דאס איז נישט קיין תכלית, ער גייט אראפ. [באמערקטס ווי ניטשה נוצט דאס ווארט אראפגאנג אין פילע משמעויות, ער נוצט די "אינטערגאנג" פון די זון, מיט די אראפגיין פון דער מענטש, און שטעלט זיי צאם. מדארף אסאך טראכטען דא אויף די פארשידענע מובנים פון אונטערגאנג און אראפגיין וכו' דא] ער פארשטייט אז ווי דער זון איז זיין משמעות נאר אויב וועט געבן פאר אנדערע, ער קומט צו די הכרה אז די איינציגסטע אמת וואס איז דא איז א מענטשליכער אמת. נישט דער מענטש דארף אנטלויפען צו ערגעץ אנדערש, נאר ער דארף, מיט זיין מענטשליכקייט, דיך דערהייבען איבער מענטשליכקייט. דאס איז פון די יסודתדיגע נקודות אין ניטשה'ס געדאנק, און דאס געשעהט דא מיט דער מעשה.
שוין, גענוג נארישקייטן פאר יעצט, תן לחכמים ויחכמו עוד.

איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.
פארוואס איז ער אזוי משבח דאס ארימקייט און נארישקייט?
אגב, פארוואס שרייבטטו ניטשה/ניטשע? אין אידיש און לה''ק איז דאך נישט דא קיין silent אותיות. ענדערש קומט 'ניטש'. כן נראה לי
פארוואס איז ער אזוי משבח דאס ארימקייט און נארישקייט?
אגב, פארוואס שרייבטטו ניטשה/ניטשע? אין אידיש און לה''ק איז דאך נישט דא קיין silent אותיות. ענדערש קומט 'ניטש'. כן נראה לי
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פארוואס מיינסטו אז דער ע איז סיילענט? זאגט מען דען נישט ניטשע, אדער ניטשי? אויף עברית שרייבען אלע ''ניטשה ''.
לגבי דיין שאלה, נו, זאג דו.
לגבי דיין שאלה, נו, זאג דו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~