איינער האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!
איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!
זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
קלוגשאפט און תמימות האבען נישט קיין שייכות.