[justify]
moti107 האט געשריבן:איך זע איר אלע פארשטייען זיך אויפן ווינק אבער א קלארער תירוץ אויף מיינע ספיקות באקום איך נישט.. שוין ...כ׳על נישט מוטשען
[tag]moti107[/tag] אל ירע לבבך, איך פארשטיי אויך נישט רוב פון די מושגים, (צמצום וכדומה) איך פרוביר נאר אויף וויפיל איך פארשטיי יא, אויסצושמועסן בפלפול חברים מיט די האפענונג עטוואס קלארער צו ווערן אינעם נושא.
איך פיל ווי איך קיי איבער די זעלבע ווערטער נאך אמאל און נאך אמאל. דאך וועל איך פרובירן צו ערקלערן נאך איין מאל וואס איך (און אנדערע, משפיעים וכדומה) מיינען צו זאגן.
הקטן, איך מיין אז מיר זענען אויף איין פעידזש בנוגע די פיליזאפישע טייל פון ידיעה ובחירה. ידיעה, ס'נישט קיין שום שאלה אז די באשעפער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, און ער איז 'מנהיג' הכל. יא, ער האט געמאכט די סופרים קארט ריכטער פסק'נען לטובת זעלבע מין הייראט. ער האט געמאכט לוי ארון ברוטאל אומברענגן לייבי קלעצקי, און ער האט מיך געמאכט קוקן אויף א ראי' אסורה (ס'נאר געשעהן איין מאל...). בחירה, ס'נישט קיין שאלה אז מיר האבן א גענצליכע בחירה (הערסט [tag]איחוד פעלד[/tag]?), עס מוז אזוי זיין ווייל דער זעלבע גרויסע בורא זאגט דאך אזוי. ער מאכט נישט קיין דזשאוקס און ער ער מיינט וואס ער זאגט. ווי אזוי שטימען די צוויי פאקטן? ביים גרויסע באשעפער קען עס שטימען. ער האט באשאפן אלעס, ער האט אויך באשאפן די מושג אז בחירה ארבייט נישט מיט ידיעה, אבער ווען עס קומט צו אים האט ער געמאכט א ספעציעלע מאדעל פון ידיעה ובחירה וואס קענען יא קאו-עקזיסטען. ווי אזוי פונקטלעך ארבייט עס וועלן מיר קיינמאל נישט וויסן אבער עס איז א פאקט אז אזוי איז עס. ווייל ווען נישט וועסטו מוזן זאגן אז אדער איז די באשעפער נישט קיין כל יכול ויודע הכל, אדער איז ער א ליגנער. וממילא, ווען איינער זינדיגט דארף ער תשובה טון. איי, די באשעפער האט דאך אזוי געוואלט אז ער זאל זינדיגן, און ער האט דאך געוויסט אז ער גייט זינדיגן? אמת, אבער א בחירה האט ער נאך אלץ געהאט און ער האט בוחר געווען ברע, וכנ"ל.
ביז דא זעמיר אויף איין פעידזש, הקטן?
למעשה אויב בין איך א משפיע און איך לערן בחורים איבער בריאת העולם, גדלות הבורא, שכר ועונש וכדומה וועל איך גוט צונעמען דער נושא און זיי לערנען אזוי ווי מיר האבן אויבן געשריבן.
אבער ווען איך רעד פראקטיש וועל איך זאגן פארן בחור (כ'מיין מיך, איך בין דער בחור) אז אויב ביסטו דורך געפאלן זאלסטו אלץ געדענקן כי ה' אמר לו קלל, ס'געווען די רצון הבורא אז דו זאלסט אדורך פאלן, ס'געווען א תכלית דערצו, it was all part of the plan. פארוואס זאג איך אים דאס? ווייל עס איז די אמת. פארוואס זאג איך אים אבער נישט אויך אז ער זאל דעמאלטס געדענקן אז בעצם האט ער געהאט א בחירה און ער איז אדורך געפאלן און ער מוז תשובה טון וכו'? ווייל אזעלכע מחשבות וועלן אים צוברענגן צו עצבות, און פון דעם צו נאך חטאים. (די כלל איז אויב ווילסטו וויסן וועלכער פון צוויי וועגן איז ריכטיגער, דאן קוק וועלכער פון די צוויי ברענגט צו מצוות און וועלכער פארקערט.) אנשטאט דעם זאג איך אים אז ער איז אקעי, די באשעפער איז שטאלץ מיט אים און ער קוקט ארויס אויף זיין עבודה''ש און זיינע מצוות. Happens to be אז איינער פון די מצוות וואס די באשעפער וויל פון אים איז די מצוה פון תשובה, ואשר על כן זאל ער דעזיגנירן א צייט פאר דער הייליגע מצוה. די אופן פון טון די דאזיגע מצוה איז דורך זאגן אשמנו בגדנו, אבער פונקט ווי אלע אנדערע מצוות דארף מען עס מקיים זיין בשמחה.
עס איז שווער צו זאגן א גוטע משל אבער דאך וועל איך פרובירן. איך פארמאג א ביזנעס איך שטעל איינער פון מיינע איינגעשטעלטע אנצופירן מיט א געוויסע סעריע פון מיטינגן וואס וועלן מיר ברענגן מיליאנער דאלארן. איך זעה ביים ערשטע מיטינג אז ער האט געמאכט א געפערליגע screw up וואס האט מיר געקאסט א האלב מיליאן דאלער. נאכן מיטינג פרעגט ער מיך ווי אזוי ס'איז געהאנגן. איך וויל אזוי שטארק זאגן ווי נישט גוט עס איז געווען און וויפיל געלט מיר האבן אנגעוואוירן צוליב אים. אבער איך ווייס אז דאס וועט אים געפערליך צוברעכן, און ער וועט פארלירן זיין קאנפידענס ביי די קומענדע מיטינגן. דאס וועט גורם זיין פרישע פארלוסטן פון מיליאנען. ממילא מאך איך די קאנטשעס דיסיזשאן אים צו זאגן ווי גוט ער האט פערפארמט כדי אים צו געבן די מוט צו גיין ווייטער.
עס איז בכלל אינו דומה משל לנמשל מכמה סיבות, העיקר אז ביים משל האב איך געזאגט א ליגנט פאר מיין ארבייטער משא''כ ווען איך רעד צום בחור החוטא איז עס די אמת. But you get the point.
ווען איך פאל אדורך מיט אן עבירה זאג איך מיך אז אזוי האט די באשעפער געוואלט, איך ווייס נישט פארוואס אבער אזוי איז עס. און איך גיי ווייטער. תשובה טו איך אויך ווייל אזוי וויל די באשעפער.
ב. ד. וו. וואס טוסטו מיט די פרי צדיק וואס איך האב אויבן געשריבן?
ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. [/b] אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה וכו'.
[/justify]