איז ר' שמחה פעלדער שטום...?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

איז ר' שמחה פעלדער שטום...?

שליחה דורך שעפטל »

יעצט מיטן ענדיגן די 2013 למספרם סענאט לעגעסלאציע סעזאן, איז אן אינטערסאנטע נייעס ארויסגעקומען, ווי מ'האט ארויסגעגעבן וואס ס'טיצעך אפ אינעם סענאט, ווער ס'רעדט, ווער איז שטיל, ווער שלאגט פאר געזעצן, און ווער פילט נישט פאר וויכטיג אנטייל צונעמען אין די וואלן...

דער געטרייער איבערגעגעבענער סענאטאר פון בארא פארק'ע געגענט דער ארטאדאקסישע איד ר' שמחה פעלדער - דעמעקראט פון ברוקלין, האט אינגאנצן געזאגט איין איינציג אויסגעקראצטע ווארט "דא" אינעם ערשטן טאג, און ווארשיינדליך איז עס געווען ווען מ'רופט אויס די נעמען פון די סענעטארן און ער האט מסתמה געזאגט "דא" (זיץ איך..). מער האט מען פון אים נישט געהערט! איז ענגליש זיין צווייטע שפראך אז ער האט מורא צו הייבן זיין קול?

פון די אנדערע זייט האט דער מאנהעטאן סענעטארשע ליז קלוגער, נישט אויפגעהערט צו רעדן... זי האט געזאגט די מערסטע ווערטער איבערן יאר, 40,064 ווערטער האט זי געפלאפעלט, אלס א פרוי איז דאס נישט אזא וואונדער, אבער נאך א מזל זי ווערט נישט באצאלט מיט אונזערע געלטער אויף די ווערטער....

סענעטאר טאמעס ליבאועס, א רעפאבליקאנער פון בינגהעמטאן קוקט אויס צו זיין דער פרייליכסטער, רעקארדירענדיג 38 מאל וואס ער האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער אינעם סענאט אינמיטן סעשאן'ס..

נאך אונטערסאנט, די סענאט און אסעמבלי האבן אדורך געפירט אינגאנצן 650 בילס, וואס דאס איז די דריטע ווייניגסטע אין די לעצטע 98 יאר.

סענעטאר מארטין גאלדן, רעפאבליקאנער פון ברוקלין האט ארויפגעברענגט די מערסטע בילס, וואס דאס איז 41.

אין אסעמבלי האט אסעמבלימאן האזעי ריווערא, דעמעקראט פון די בראנקס איז דער איינציגסטער אסעמבלימאן וואס האט נישט ארויפגעברענגט קיין איין ביל אויף וואס צו שטימען.

אסעמבלימאן וויליעם בוילענד, דעמעקראט פון ברוקלין האט פארפעלט צו שטימען 809 מאל, וואס איז 75% פונעם שטימען., ס'איז מסתמה צוליב די פעדעראלע קאראפציע אויספארשונגן וואס ער גייט אדורך.

צום שלוס... ר' שמחה האט זיך ווייטער געהאלטן ס'פיסק און נישט געוואלט קאמענטירן אויפן נייעס, און מרת קלוגער האט ווייטער גע'דבר'ט, און צוגעלייגט 'קען זיין כ'האב צופיל גערעדט, אבער איבערעס יאר אויב עפעס וועלעך ווייטער זאגן מיין אפיניאן אויב כ'וועל האבן וואס צו זאגן... האפענטליך וועט עס זיין זאכליך...'
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר