קודם כל א שטיקל דיסקלעימער.
אודה ולא איבוש אז אין קאנטרי בין איך א גרינער. מיינע עלטערן זענען פונעם פארצייטישן דור, קיינמאל אין קאנטרי נישט געפארן און שטענדיג פארבליבן אין שטאט. בילדותי בין איך אין קינדער קעמפ נישט געווען, שטענדיג געבליבן אינדערהיים, און אזוי אויך נאך די חתונה האב איך ווייטער אנגעהאלטן מסורת-אבות, נישט אלס שיטה אויס, נאר פשוט - כ'ווייס נישט פארוואס, כ'אב נישט געקלערט פון קאנטרי, ס'איז מיר גוט געווען אזוי, ולא עלתה על דעתי צו גיין אין קאנטרי, טראצדעם וואס איך האב געזען אלע מיינע חברים גייען יא, אבער איך האב עס נישט געדארפט. ס'איז מיר גוט געווען אזוי.
אלעס איז געווען גוט און פיין ביז דאס יאר.
דאס יאר נאך פסח, איז דער אשת חיל געקומען צו מיר מיט א פארלאנג אז זי וויל פארן אין קאנטרי, זי האט מיר מסביר געווען אז די קינדער וועלן פיל בענעפיטן דערפון און די שלום-בית וועט פארבעסערט ווערן און אלעס וועט פארן על מי-מנוחות. זי האט מיר אויפגעקלערט אז אמת, ס'קאסט טאקע אסאך געלט, אבער עס צאלט זיך אויס, ווייל אויב די קינדער וועלן דורכדעם וואקסן גוט און גראד און אויב די שלום בית וועט פארבעסערט ווערן, והעולה על כולנה, אז ס'וועט זיין אסאך פאן און מען וועט הנאה האבן, והעיקר, אז ברוך-השם, מיר קענען זיך היינט דאס ערלויבן, נו, דעמאלס פארוואס נישט?
איך האב איר אויסגעהערט אזוי ווי אן איש כשר העושה רצון..... איך האב געמאכט מיין פינאנציעלע חשבון דערויף און געקומען צו די מסקנא אז מיר וועלן נאכגעבן איר בקשה. עס קאסט טאקע פיל געלט, אבער וואס טוט מען נישט פארן פרוי, אזא חשוב'ע און טייערע אשת-חיל, אה, ס'דערפריידט מיר אז איך קען איר צופרידן שטעלן.
איך האב שנעל זיך גענומען אויסרעכענען ווי אזוי דאס גייט געדעקט ווערן, מען האט אנגענומען און צוגעענדיגט נאך אפאר דילס, געמאכט דאס געלט, געטאן פארשידענע אנדערע פעולות. אויף איר בקשה אז איך זאל זיך געפינען די גאנצע וואך אין קאנטרי, האב איך זיך אויסגערעכנט שנעל צו ארבעטן די נויטיגע זאכן פון פריער, זייענדיג אויף עטליכע נעכט דערויף, און איבערגעלאזט פאר קאנטרי צו טון אזעלכע סארט ארבעט וואס עס קען געטאן ווערן פון דער ווייטנס. אט פאר דעם צוועק האבן מיר גענומען נאך א באנגעלאו, וואס געהערט פאר די 'משבת לשבת אידן' - וואס קומען ארויס אהער בלויז אויף א וויקענד, אנקומענדיג פרייטאג און אהיימפארנדיג זונטאג מיטאג, און די בעלי-בתים האבן מיר פארדינגען דעם באנגעלאו אויף די גאנצע וואך. דארט האב איך אהינגעמופט אלע אפיס קוואטיר, קאמפיוטער, פעקס, טעלפאן, פרינטער וכל המסתעף. איך וועל ארבעטן פון קאנטרי, אבי די משפחה זאל האבן וועקעישן.
שוין א חודש פון פריער זענען מיר געווען קאנטרי מאדעד, די באקסעס געפאקט, אראפגעפארן זען באנגעלאוס, איינגעשריבן די קינדער אין דעי-קעמפס, געעפנט דעם טייסטער און פארמאכט דאס מויל, ויסעו ויחנו - געפארן און געקומען, מיר זענען שוין אין קאנטרי - אין א מזל'דיגע שעה. די משפחה איז אין הימל, קינדער אין דעי-קעמפס פון צען אינדערפרי ביז ניין-דרייסיג ביינאכט און זי... יעדן טאג א צווייטן פראגראם, פונקטליך וואס ווייס איך אויך נישט, נאר אויף אזויפיל אז נישט האבנדיג די קינדער אויפן קאפ, פארמאגט זי נישט קיין שום עול און גיבט זיך אויס.
וואס טוט זיך מיט מיר? - אט הערט:
איך זיץ דא אין אפיס, ארבעט פלייסיג, פונקט ווי אין שטאט, די זעלבע שעות און די זעלבע צייט. מיין סדר היום איז פונקט ווי שטענדיג, איך שטיי אויף זיבן פארטאגס (אופס...), איך טוה זיך אן און איך טרינק א קאווע, אכט אזייגער שטעלט מען זיך אין די קאנטרי מנין, בין איך דארט פונקט ווי יעדן טאג. ניין אזייגער בין איך שוין אין אפיס, איך הויב אויף טעלפאנען, איך ארבעט פונקט ווי אין שטאט - אן קיין שינוי, ביינאכט קום איך אהיים, עס נאכטמאל. הערשט דאן זעט מען א שטיקל שינוי, ווייל בשעת אלעמאל שפרינגען די קינדער ארום, איז אצינד ליידיג - אלע זענען אין דעי-קעמפ. די שטילקייט איז טאקע געשמאק, אבער איך געניס נישט לאנג דערפון, ווייל איך לויף צו מנחה, דערנאך לערן איך מיין געווענליכע שיעור, איך דאוון דערנאך מעריב, און אז איך קום אהיים בין איך שוין א מידער נאך א טאג ארבעט , איך טרייב די קינדער אין בעט און איך אליין לייג זיך אויך שלאפן. וחוזר חלילה יעדן טאג...
אזוי לויפט מיין סדר היום אין קאנטרי, שוין באלד צוויי וואכן וואס איך געפין זיך דא. איך קען רואיג זאגן אז איך האב נאכנישט ארויסגעטרעטן פון דעם פלאץ, אויסער איינמאל ווען איך בין געגאנגען איינקויפן אין גראסערי, און איינמאל שבת נאכמיטאג ווען איך האב געכאפט א שטיקל שפאציר מיט די קינדערלעך.
בקיצור, היינט בין איך אריינגעפאלן אין א שטיקל דיפרעשן, מ'שטיינס געזאגט... איך האב זיך געגעבן אזא קוק ארום און איך האב משים לב געווען אז בשעת אלע קאנטרי איינוואוינער געניסן (מסתמא) כדבעי, זיץ איך זיך אין מיין באקס ווי א גולם, נישט אויסנוצנדיג די קאנטרי פון וואס יעדער רעדט מיט אזא ערגה און בענקשאפט. איך שפיר זיך ווי עפעס א צוריקגעבליבן קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו זיין גלייך מיט יעדן און טון וואס יעדער טוט. איך שפיר ווי איך פארפאס עפעס וואס איך קען האבן, און איך אליין ווייס נישט וואס...
למען האמת... איך ווייס נישט וואס קאנטרי איז און ווי אזוי מען האט הנאה דערפון... איך בין גרין און ניי, איך ווייס נישט ווי אזוי מען עסט אזא בריה ווי קאנטרי, וואס קען מען דארט טון? - ווי אזוי האט מען הנאה דארט? - איך וואלט געדארפט האבן א 'קאנטרי קאנסאלטנט' וואס זאל מיר אנווייזן און אויסשטעלן ווי אזוי מען באגייט זיך דערמיט (ווארט נאך אפאר יאר און עס וועט עקזיסטירן אזא קאמפאני...), איך וואלט געדארפט א סדר היום ווי אזוי מען באגייט זיך דערמיט. און אפשר איז טאקע אלעס דמיון? - ס'איז גארנישט ספעציעל דארט, נאר אזא סארט פאנטאזיע אז די גאנצע וועלט איז דארט? - און אפשר פעלט מיר טאקע עפעס נאלעדזש איבער קאנטרי, וואס און ווי אזוי מען קען פארברענגען און הנאה האבן דארט...
דעריבער האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול דא, זיך אויסרעדן פון איין זייט און אנפרעגן די חברים פון די צווייטע זייט: וואס פעלט מיר? - וואס דארף איך אנדערש טון? - וואס מיינט קאנטרי און ווי אזוי באגייט מען זיך דערמיט?
הצלחה רבה און איך ווארט צו הערן פון אייך.
וואס טוט מען אין קאנטרי?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
א גוטן הרב שבת קודש איר שרייבט זייער פיין. איך וואלט נישט געוואלט שפאלטן אייער באלאן אבער איך האב מורא אז איר האט דעם גאנצן קאנטרי משוגעת שלעכט, דאס קאנטרי סוד ליגט באגראבן אינעם פאקט אז רוב מענער זענען נישט אויפן פלאץ אגאנצע וואך נאר אין שטאט אליין על מי מנוחות. אמת די קינדער לעבן אויף אויף די גראז און מאראסט און די ווייבער הוליען ארום ביז פארטאגס האבן די מענער דעם וואקאציע אינדערהיים, מען רוהט זיך אויס אין די שטילקייט אן די ווייב און קינדער, טייל טוהען אויף מער אין ביזנעס, אנדערע גייען ארויס אביסל ווי מען ערלויבט זיך נישט אגאנץ יאר, אין אפשר געוויסע לערנען פלייסיקער. איך האב מורא אייער מאדעל פון ארבעטן און זיין אגאנצן וואך אין די דלת אמות למשל ולשיחה צו דו שארפע אויגן פון די לבושי הטורבאנען ובאנדאנען יומם ולילה איז נישט וואס אונזערע רבי'ס האבן אינזין געהאט מיטן גאנצן קאנטרי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
ליין די ארטיקעל פון אשר לעווין אין די שפאקטיוו וועגן דען ענין עסט הנאה האבען
פארוואס גייסטו נישט אביסעל ארום water sports הייקינג וכו׳ נעם ארויס די קעטסקל דירעקטרי סאיז דאך דא אזויפיל ווי צו גיין און וואס צו טון,
פארוואס גייסטו נישט אביסעל ארום water sports הייקינג וכו׳ נעם ארויס די קעטסקל דירעקטרי סאיז דאך דא אזויפיל ווי צו גיין און וואס צו טון,
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:55 pm
- האט שוין געלייקט: 82 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו הנאה האבן פון קאנטרי. איינס האט שוין בן תמליון דא אויסגערעכנט, און דאס איז לכאורה די עיקר סיבה פארוואס מענטשן האבן הנאה פון די קאנטרי חדשים. די צווייטע וועג איז ווען א חבורה יונגעלייט וואס פארשטייען זיך איינער דעם אנדערען גייען צוזאמען ארויס אין די זעלבע קאנטרי, און מען פארברענגט מיט כל מיני אקטיוויטעטן צו עס איז volley, צו א קומזיץ אא״וו יעדער איינער לויט זיין געשמאק. און אסאך מאל ארבעטן די צוויי וועגן צוזאמען.
על כל פנים עס איז נישט געמאכט זיך אהינצוציען און טאן די זעלבע זאכן וואס מען טוט אין שטאט. אחוץ אויב מ׳איז א 'loner' און מען זעצט זיך אריין אין וואלד.
על כל פנים עס איז נישט געמאכט זיך אהינצוציען און טאן די זעלבע זאכן וואס מען טוט אין שטאט. אחוץ אויב מ׳איז א 'loner' און מען זעצט זיך אריין אין וואלד.