אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ים קענסטו נוצן אקעאן, ווי ווייניגער נוצן לשון הקודש אלס מער אויטענטיש און פאעטיש (אויסער ביי עקספליסיט ווערטער ווי הר'גענען, נפטר, דארט גייט מען מיט לשון קודש ווייל ס'איז איידעלער).
מדבר\ וויסטעניש
אש האט נאך א ווארט אין אידיש אבער ווערט זעלטן גענוצט - סמאליע.
נדבה\שטיצע\ביישטייערונג\געשאנק
אוצרות\פארמעגן
חשדנים\צווייפלהאפטיגע\אומצוטרויבארע
חיות\ באשעפענישן
אומ'שלימות'דיג וואלט איך געשריבן פעלערהאפטיג, ווייל לכאורה מיינסטו צו זאגן ער וועט קיינמאל נישט זיין, נישט אז ער איז אומגעצייטיגט\ אומקאמפלעט\אומפארענדיגט\אומפארפולקאמט\אומערגענצט\אומגעפארטיגט.
דאס איז בנוגע דער משל, און לגבי דער נמשל האב איך נישט קיין מיינונג.
אדערווייס איז דיין אידיש רייך און פילפארביג.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

@מאראנצןזאפט

ייש''כ גדול.

האסט צוגעטראפען פונקט די ווערטער וואס האב זיך געמוטשעט אויף זיי. נעקסטע מאל וועל איך דיר דארפן שיקען פאר איך שרייב..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פשי [tag]מאראנצןזאפט[/tag]כ'האב דרך ארץ פאר דיר. האסט טאלאנט!
און [tag]לעיקוואד[/tag] דו ווייסטאך וואס איך האלט פון דיר. ;)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

הוגה האט געשריבן:איך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.

פארוואס איז ער אזוי משבח דאס ארימקייט און נארישקייט?


בנוגע דער שאלה, כ'בין נישט זיכער וואס פונקטלעך ער מיינט דערמיט. איין זאך איז זיכער אז ער - זאראטוסטרא, האט ממאס געווען אין רייכטום חכמה וכדומה.

עס דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה/משל, א גביר האט געזעהן אז זיין ביזנעס הייבט אן צו גיין מיט די פוטער אראפ, האט ער שנעל ליקווידירט זיין ביזנעס און מנדב געווען די געלט צו צדקה. ער האט מסביר געווען אז איין מאל וואס ער האט מכיר געווען אז די שלעכט מזל האט אים אנכעכאפט האט ער איינגעזעהן אז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען זיין פארמעגן איז דורכן עס געבן צו צדקה, שנאמר וצדקתו עומדת לעד. די חילוק צווישן דער גביר און די אנדערע גביר וואס האט פרובירט צו ראטעווען זיין ביזנעס ביזן לעצטע מינוט איז אז ביידע זענען למעשה געבליבן בעירום ובחוסר כל. אונזער גביר איז אבער כאטש געבליבן מיט זכותים. קען זיין אז דאס איז די רייכטום פון די ארימער וואס זאראטוסטרא דערמאנט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

די גאנצע מעשה פון זאראטוסטרא איז טאקע זייער אינטערעסאנט, אבער איך פארשטיי נישט, ווי דו אליינס האסט שוין דערמאנט, האבן די נאציס זיך באנוצט מיט זיינע זאכן, און ער אליינס - ווי דו דערמאנסט - איז געווען א מענטש מיט גאר שרעקעדיגע מיינונגען און טעאריעס, און טאקע דערפאר האבן אזעלכע בעסטיעס ווי די נאציס זיך באנוצט דערמיט. אויב אזוי פארוואס פעלט אויס זיך אינגאנצן מטפל זיין מיט אזעלכע געשרייבעכצער.

אפשר שרייבט מען דא איבער דעם ניו טעסטאמענט אויף אידיש, און מען גייט דן זיין אין וואס, סעינט פיטער און סעינט פאול האבן געהאלטן, אין וואס דשאן, לוק און מארק דער עוואנגעליסט האבן געטראכט און גע'דרש'נט?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס וואלט נישט געוועהן א שלעכטער פלאן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דאס אז די נאציס האבן גענוצט זיינע זאכן פסל"ט עס נאכנישט, פונקט ווי דאס אז לב טהור נוצט די תורה פסל'ט עס נישט די תורה.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

קודאס צו א איד מיט אזעלכע ברייטע ידיעות און טאלאנט וואס איז גרייט אוועקצוגעבן פון זיין אזוי-טייערע צייט און איבערצוזעצן די רייד פון ניטשע (ניין, נישט 'ניטש' און נישט 'ניטשי'), באקאנט מיט זיין ברייט-ציטירטן מאמר "ג... איז טויט", עפ"ל. עס איז ווערט צו באגריסט ווערן און איז א קריטיש-וויכטיגער אונטערנעמונג צו אריינברענגען זיינע ארטיסטישע, טיפזיניגע רעיונות פאר דעם היימישן ציבור. תשוחח"ל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]לעיקוואד[/tag], מיר קוקן ארויס בכליון עיניים אויף די נעקסטע פרק. השתא בעגלא ובזמן קריב...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הוגה האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag], מיר קוקן ארויס בכליון עיניים אויף די נעקסטע פרק. השתא בעגלא ובזמן קריב...

איך סיין די פעטיציע, ווער ס'איז אין זאל לייקן הוגה'ס תגובה. בילד
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

פרק ג- דער שטריק טאנצער

שליחה דורך לעיקוואד »

3. דער שטריק - טאנצער

ווען זאראטוסטרא איז אנגעקומען אין דער נענטסטער שטאט, וואס ליגט נעבן דער וואלד, טרעפט ער דארט פיל מענטשען פארזאמלט אויף דער מארק. ווייל מען האט זיי צוגעזאגט אז זיי וועלן זעהן א שטריק - טאנצער. און אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט צו'ם פאלק:

"איך לערן אייך דעם אויבער-מענטש, דער מענטש איז א זאך וואס מען מוז איבערקומען, וואס האט איר געטוהן עס איבערצוקומען?

אלע באשעפענישען ביז אהער האבען באשאפען עפעס איבער זיך, און איר ווילט זיין די נידעריגע ים-פלייץ וואס וועט איינשטילען דער גרויסער פלייץ? איר ווילט ליבערשט צו'ם טור צוריקגיין ווי איידער דער מענטש איבערקומען?

וואס איז דער מאלפע אנטקעגן דער מענטש? א געלעכטער, אדער א זאך פון שאנדע. פונקט אזוי זאל דער מענטש אנטקעגן דער אויבערמענטש זיין : א געלעכטער, א שאנדע.

איר זענט געקומען דער וועג פון ווארעם צו מאן, אבער אסאך אין אייך איז נאכאלץ ווארעם. אמאל זענט איר מאלפעס געווען, און נאכאלץ איז אין דער מענטש דא מער מאלפע ווי אין פילע מאלפעס.

אויך דער קלוגסטע פון אייך, איז נאר א קאנפליקטירטע, א היבריד פון פלאנץ און גייסט. אבער הייס איך אייך צו גייסטען אדער געפלאנצען ווערן?

זעהט, איך לערן אייך דער אויבער-מענטש!

דער אויבערמענטש איז דער באדייט פון דער ערד. זאל אייער ווילען זאגען, דער אויבערמענטש זאל זיין דער באדייט פון דער ערד.

איך באשווער אייך, מיינע ברודער, בלייבט געטריי צו דער ערד, און גלויבט נישט די וואס רעדן צו אייך וועגן איבער-ערדישע האפענונגען. פארגיפטיגער זענען זיי, צו זיי ווייסען דאס צו נישט.

פיינטהאבער פון לעבן זענען זיי, אפשטארבענדע און זעלבסט-פארגיפטיגטע. דער ערד איז מיד פון זיי, לאזט זיי אוועק פארען!

אמאל איז זינדיגען אנטעגן גאט געווען די גרעסטע זינד, אבער גאט איז טויט, און דערמיט אויך די זינדיגער. היינט איז דער שרעקליכסטער זאך זינדיגען אנטקעגן דאס ערד, און האלטען דאס אומבאגרייפבאר העכער פון דער באדייט פון דער ערד.

אמאל האט דער זעהל געקוקט דערנידערדיג אויף דער לייב, און דער דערנידערינג איז דאן געווען דאס העכסטע. זי וויל דער לייב מאגער, מיעס, און דערהונגערט. אזוי דאכט זיך איר אז זי וועט פון עם און דער וועלט אנטלויפען.

אוי, די זעהל איז זעלבסט פארמאגערט, מיעס, און פארהונגערט, און גרויזאמקייט איז דער באגער פון דער זעהל.

אבער אויך איר, מיינע ברודער, זאגט מיר! וואס קלערט אייער לייב אויף אייער זעהל, איז אייער זעהל נישט ארימקייט און שמוץ און א רחמנות'דיגע באקוועמליכקייט.

ווארליך, א מענטש איז א שמוציגער שטרוים. מען מוז זיין א ים, צו קענען אויפנעמען א שמוציגער שטרוים אן שמוציג צו ווערן.

זעהט, איך לערן אייך דער אויבערמענטש. ער איז דער ים, אין אים קען אייער גרויס נידעריגקייט זיך איינזינקען.

וואס איז דער גרעסטער דערעלעבעניש וואס איר קענט ערפארען? דאס איז דער שטונדע פון דער גרויסער קאנטעמפט, דער שטונדע, אין וועלכער אויך אייער גליק פארעקלט אייך, אויך אייער קלוגשאפט און אויך אייער צדקות.

דער שטונדע, ווי איר זאגט, וואס ליגט אין מיין גליק? עס איז ארימקייט און שמוץ און א רחמנות'דיגער באקוועמליכקייט. אבער מיין גליק זאל בארעכטיגען דאס עקזיסטענץ זעלבסט!

דער שטונדע, ווי איר זאגט, וואס ליגט אין מיין קולוגשאפט, באגערט ער אלץ נאך וויסענשאפט ווי דער לייב הונגערט נאך זיין עסן? זי איז ארומקייט און שמוץ און א רחמנות'דיגע באקוועמליכקייט.

דער שטונדע וואס איר זאגט, וואס ליגט אין מיין צידקות? אז זי האט מיר נאכנישט ווילד געמאכט. ווי מיד בין איך פון מיין גוטנעס און מיין בייזענס. דאס אלעס איז ארומקייט און שמוץ און א רחמנות'דיגע באקוועמליכקייט.

דער שטונדע וואס איר זאגט, וואס ליגט אין מיין בארעכטיגקייט? איך זעה נישט אז איך קאך אין ברען דערין. אבער דער גערעכטיגקייט איז פייער און קוילען!

דער שטונדע וואס איר זאגט, וואס ליגט אין מיין מיטליידן? איז נישט מיטליידען דער קרייץ צו וואס מען נאגעלט צו דער וואס האט ליב מענטשען? אבער מיין מיטליידען איז קיין קרייצונג.

האט איר אמאל גערעדט אזוי? האט איר אמאל געשריגען אזוי? הוי, הלוואי וואלט איך אייך געהערט שרייען אזוי!

עס איז נישט אייער שולד, אייער זיך באגענוגען שרייט צו'ם הימל! אייער קמצנות, אפילו אין זינד, שרייט צו'ם הימל!

ווי איז דער בליץ, זאל אייך מיט זיינע צינגען לעקן? ווי איז דער ווילדקייט, מיט מיט וואס איר וואלט געדארפט איינגעשפריצט ווערן?

זעהט, איך לערן אייך דער אויבערמענטש. ער איז דער בליץ, ער איז דער ווילדקייט!

ווען זאראטוסטרא האט גערעדט די רייד, שרייט ארויס איינער פון פאלק, מיר האבען שוין גענוג געהערט וועגן דער שטריק - טאנצער, יעצט לאמיר עם זעהן! און אלע האבען געלאכט פון זאראטוסטרא. דער שטריק – טאנצער, אבער, וועלכער האט געמיינט אז די ווערטער גיין אויף עם, האט אנגעהייבען זיין ארבעט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וכל העם פתחו פיהם ואמרו ביחד בקול רם, זורתוסתרא המתנשא, גאה על כל שפל רוח ורם על כל מר נפש, הלא קדמוך מכבר החכם מכל האדם: הבל הבלים אמר קהלת, הכל הבל. ואין כל חדש תחת השמש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ניטשה יגיד שלא חכמה להגיד הבל הבלים בעודך מתכרבל בקאוטש יפה. 'אויכמיר א מהבל דער מציאות'. לאמיר זעהן צו דו קענסט פעיסען דיין אייגענע הבל און עס איבערקומען. דאס דארף מען טוהן מיט דינערען און בליצן. דער וואס איז נישט רואים את הקולות איז א סימן שלא עמדו רגליו על הר ההבלים, ער קען נאכזאגען ווי א פאפיגיי גאנץ קהלת, ער זאגט אבער גארנישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נע, דו כאפסט נישט די פוינט. הכל הבל מיינט צו זאגן אז ממש אלעס איז הבל, אריינגערעכנט קהלת.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דעטס עקזעקטלי דע פוינט, אז עס איז נישט אזוי. אפשר פילאסאפיש, וואס ניטשה וואלט גערופען הימליש, אבער נישט מענטשליך, ערדיש.

און לגבי התנשאות, דער וואס רעדט פון דער 'אויבערמענטש' וואס דארף זיין דער תכלית און באדייט פון אלעס, זעה איך נישט אז גאווה והתנשאות זאל זיין א זאך וואס שטערט עם..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך וויל מסכם זיין אויף אידיש די עיקר נקודות וואס ווערען דא פארגעלייגט אין דער פרק, וויבאלד עס איז געשריבען זייער פאעטיש און פיל מיט רמזים, און מאנכע כאפן נישט וואס ער וויל דא.

ווי דערציילט אין די פריערדיגע פרקים, גייט זאראטוסטרא אראפ פון זיין התבודדות צו רעדן צו די מענטשען, אפילו נאך וואס דער אלטער האט עם פראבירט מייאש זיין דערפון זאגעדניג אז די מענטשען זענען פארשלאפען און ווילען נישט אז מען זאל זיי אויפוועקן. און סייווי איז דער מענטש צו פעלערהאפטיג אז מען זאל זיך צוטוהן מאכען מיט עם. זאראטוסטרא עקשנ'ט זיך אבער יא צו רעדן צו מענשטען, די עיקר סיבה פאר דעם זייענדיג אז ער האלט אז דער תחליף וואס דער אלטער האט פאר מענטשען, נעמליך גאט, אדער באופן כללי די הימלישע מושגים רעיונות און שאיפות, איז טויט. עס האט נישט קיין באדייט און קען נישט צושטעלן פאר דער מענטש וואס ער זוכט. אין דער איינזאמקייט זיינער אין דער וואלד האט ער אנערקענט עפעס וואס האט עם געגעבן צורך צוריק אראפוגיין צו די מענטשהייט. וויסענדיג אז נאר מיט'ן זיין א מענטש, קען ער פארוואנדעלט ווערן אין דאס וואס דער מענטש דארף, דהיינו דער אויבערמענטש. פראבירען זיין א מלאך אין וואלד איז אנטלאפען פון די מענשטהייט בכלל און פון די מענטשליכקייט זיינע בפרט, און ברענגט נישט א מענטש אין ערגעץ.

די ערשטער דרשה זיינע איז צו אן עולם פארזאמלעט אויפ'ן מארק צו פארוויילען. זיי זענען געקומען זעהן א מענטש גייט/טאנצט אויף א שטריק, און זיך אונטערהאלטען מיט דעם. דער שטריק טאנצער איז אליינס א מעטאפארע צו דאס וואס זאראטוסטרא רעדט פון. דער מענטש געפינט זיך אויף א שטריק (כל העולם כולו גשר צר מאד), צווישען גאט און חיה, צו מצליח זיין אריבערטאנצען אויף דער שטריק, דארף מען גיין אין א וועג אן קיין פחד און אן קיין מורא, נישט פון אויבן און נישט פון אונטען.

דער מעמד איז שוין אליינס א באווייז אויף די ווייטקייט פון וואס זאראטוסטרא האט צו פארקויפען ביז דארט ווי די רוב מענטשען שטייען. בשעת וואס זאראטוסטרא פראבירט צו רעדן מיט זיי וועגן די סאמע וויכטיגסטע ענינים פון לעבן, האבען זיי זיך פארזאמעלט פשוט אויף א שוואוליטאג. און ווען ער ענדיגט זיין דרשה מיינען זיי בכלל אז ער האט גערעדט פון דער שטריק- טאנצער און נישט פון דער אויבערמענטש וואס איז דער באדייט פון אלעס. דאס געשעהט אין דער נמשל אויך. וויפיל מאל מאכט זיך א מענטש א נביא אמת א צדיק אמת, וואס איז באמת מצליח צו גיין אויף דער שטריק וואס איז איבערגעצויגען דער תהום צווישען הימל און ערד, און עס קומט טאקע א גרויסער עולם צו זעהן און מיטהאלטהן. אבער רוב פון זיי קומען פשוט זעהן דער שאו. עס איז גאר אינטרעסאנט צו זעהן אזא מענטש. און עס פאלט קיינער נישט איין אז דאס מיינט עפעס פאר זיי.

אין זאראטוסטרא'ס ערשטער דרשה לייגט ער שוין פאר פון זיינע הויפט געדאנקען: דער מענטש איז א זאך וואס מען דארף איבערקומען. אבער נישט מיט'ן אנטלויפען צו'ם הימל, נאר מיט'ן זיין א מענטש צו'ם פילסטען, אן אויבערמענטש. דער מענטש אזויווי ער איז איז שמוציג און נאריש, און דער איינציגסטער זאך וואס ער וויל איז באקוועמליכקייט. א רחמנות'דיגע באקוועמליכייט. וואס האט נישט קיין שום באדייט. די אלע הויכע רעיונות ווי רעליגיע און געטליכקייט, דינען נישט דער מענטש עם אויפצוועגן פון זיין טיפן שלאף און עם אביסעלע דערהייבען, ענדערש נוצט דער מענטש גאט פאר נאך א קושען געשמאק צו מאכען זיין שלאף. קלוגשאפט איז ביי עם נאך א זאך צו זאמלען ווי עסן, און גוטסקייט איז עם נאך א קלאפ אויפ'ן פלייצע וואס לאזט עם ווייטער שלאפן רוהיג. דער מענטש דארף עפעס וואס זאל עם אויסלייזען פון זיין קליינקייט, אבער נישט עפעס א גאט פון הימל, נאר א מענטש אליינס. די מקווה אין וואס א מענטש קען זיך רייניגען ליגט נישט ערגעץ אין נהר דינור, נאר דער אויבערמענטש אליינס איז דער ים וואס קען אין זיך איינהאטלען די ריזיגע שמוציגע פלייץ וואס איז דער מענטש און עס איבערוואשען. (אני נהר המטהר מכל הכתמים).

ניטשה לייגט פאר אזא עוואלוציואנישער מהלך: פונקט ווי דער ווארעם האט זיך אנטוויקעלט צו זיין דער מאלפע, צו זיין א מענטש. פונקט אזוי האט מענטשהייט א סוף, דער מענטש מוז זיך אנטוויקעלען צו ווערן עפעס אנדערש: צו ווערן דער אויבערמענטש.

דער טויט פון גאט מיינט נישט אז מען קען אויפשטעלן א גרויסער מצבה פה נטמן האל ועמו כל הקדושים כל מעלה כל מטרה וכל שאיפה אנושית. נאר אדרבה, עס איז די איינציגסטע זאך וואס קען געבן פאר א מענשט צו דערקענען זיין מציאות, זיין גרויסקייט און זיין נידעריגקייט. און ארויסגיין אויף א וועג פראבירען אויספירען זיין זיין תכלית. דער געדאנק פון גאט, מיינענדיג מיט דעם בעיקר די קריסטליכע רעליגיע און די וועג ווי זי האט פארגעשטעלט גאט פאר די וועלט און וואס דאס מיינט פאר מענטשהייט, דינט נאר מעכב זיין דער מענטש פון גיין אין זיין איינציגער אמת'ע וועג וואס איז דא פאר עם, און ווייטער שלאפען רוהיג. רעליגיע איז אויפיאם פאר די מאסען, נישט נאר אין דער מארקסיקטישער באדייט, נאר אפילו אין דער רעליעגזער באדייט. עס לאזט נישט גער מענטש טראכטען מה חובתו בעולמו, און וואס איז גאט פאר עם באמת. עס איז נישטא אזא זאך וואס פאראלאזירט דער מענטש פון זיכען גאט אזויווי רעליגיע.

(די לעצטע שורות בין איך שוין אביסעל פארפארען פון ניטשה, אבער שוין).

אז גאט איז טויט, און מיט דעם האבען אלע זינד מער נישט קיין באדייט, מיינט דאס אז מיט דעם ווערט געבוירען א נייער זינד, די זינד פון אוועקמאכען די ערד, פון פראבירען טאנצען צו'ם הימל און זיך מתעלם זיין פון דער וועלט. פון פראבירען אוועקמאכען דער גוף און זיין נאר א נשמה. ווארום דער נפש וואס איז זיך מתעלם פון דער גוף, ער וויל דער גוף אפ'הרג'נען, ער וויל עם זעהן מאגער און דאר, דער נפש איז אליינס דאר און מאגער. פוסט און ליידיג. ער האט נישט גארנישט צו זיך א חוץ דער זלזול אין דער גוף, וואס איז דער מענטש, אדער לפחות א חלק פון דער מענטש . (חור קטן בגוף חור גדול בנשמה).
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הפלא'דיג, אבער איך וויל פארשטיין, ווען ניטשע שרייבט דאס אלעס אין נארמאלע פראזע, אן די אלע מאדנע בלומעלעך, אדער אין א נארמאלע פאעם, וואלט זי נישט געווען פיל מער מאכטפול? וואס איז די דראנג פון קונסטלער צו שפילן באהאלטן מיט די מענטשהייט?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ביסט דאך אויך א קונסטלער, פילסט נישט דער דראנג? דאס איז די טבע פון די זאך. גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה..

ענוועיס, ניטשה האט געשריבען רוב אדער אלע פון די רעיונות זיינע אין אנדערע ספרים אויף פשוטע פראזע, עס איז אבער דא א ספעציעלע שיינקייט אין אזעלכע סארט דיבורים וואס איז גורם פאר די ליינער צו ברעכן קאפ און פראבירען צו פארשטיין וואס טוסט זיך דא, און נאך אלץ אוועקגיין מיט אזא פילינג אז ער האט נאכנישט דערגאנגען די גאנצע עומק פון די זאך. און עס איז באמת א כלי וואס קען ארויסברענגען געוויסע עמקים מער פון דאס שרייבען פשוט און גראד.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]יישר כח [tag]לעיקוואד[/tag] פאר די געוואלדיגע ארבייט. די איבערטייטש זעהט אויס נאטירליך און ליינט זיך געשמאק. (אויסער די ווארט 'קאנטעמפט', ס'גריצלט אין די אויגן/אויערן.) איך פערזענליך האלט אז די פאעטישע שריפט לייגט צו צו די געשמאקייט פון די איידיעס און די משלים. ווען עס וואלט ווען געשריבן געווארן פשוט און גראד אן קיין משלים און באהאלטענע מעסעדזשיס וואלט עס געווען זייער boring.

איך האב איבערגעליינט דער פרק אפאר מאל זינט דו האסט עס געשריבן, פרובירנדיג ארויס צו נעמען וואס מער פון די ווערטער. אבער נאכן ליינען דיין פרשנות האב איך געזעהן אז איך האב אסאך פארזעהן.

אנדערש ווי דו האסט געשריבן אנהייב פון דיין פרשנות האב איך געמיינט אז די המון עם ווייסט ניטאמאל אז ס'דא אדער ס'געווען א גאט. אבער דיין וועג איז אזוי פיל שענער און שטימט אסאך בעסער. פארוואס האט זאראטוסטרא געהאט א הווה אמינא אז פארשטענדינישן וואס האבן אים גענומען צען יאר פון seclusion צו קענען קונה זיין און אנערקענען, וועט ער קענען אזוי גרינג פארקויפן פאר די פארגרעבטע המון עם? ער בעט זיך ביי זיי אז זיי זאלן 'וועלן' איינזעהן די תכלית פון די אויבער מענטש, די הנאה און ריוח וואס דאס וועט זיי ברענגן. אבער גיי לערן קצות מיט א גוי, זיי מיינען אז ער רעדט שפאניש. איז דען די אלטער מאן נישט גערעכט געווען?

בנוגע די טויט פון גאט האב איך אויך פארשטאנען אז ער נוצט עס אלץ א מיטל אויפצוטון. ער וויל שטעלן די מענטשהייט אין א מצב חירום with their backs to the wall. ס'נישט דא קיין גאט, ס'נישט דא קיין רוחניות, ס'נישט דא קיין מלאכים וכו'. ס'נאר דא דער וועלט, אדער 'די ערד' ווי ער רופט עס. יעצט נעמטס אייך אין די האנט אריין און ווייזט וואס איר קענט אויפטון, וואס פארע תכלית איז אייך געבליבן.


בעסטע ליניע: "נאך אלץ איז אין די מענטש דא מער מאלפעס ווי אין פילע מאלפעס".[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הוגה, אדרבה, זיי מציע א בעסערע ווארט אויף אידיש פאר 'קאנטעמפט ' אדער בלשוה''ק 'בוז ', עס איז שטארק נוגע אויך די קומענדיגע פרקים..
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נידעריגקייט?
גרינגשעצונג?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נידעריגקייט?
גרינגשעצונג?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

לעיקוואד האט געשריבן:הוגה, אדרבה, זיי מציע א בעסערע ווארט אויף אידיש פאר 'קאנטעמפט ' אדער בלשוה''ק 'בוז ', עס איז שטארק נוגע אויך די קומענדיגע פרקים..


רבי גוגל טייטשט 'ביטל' (ביטול). איך האב אבער בעסער ליב וויינרייכ'ס טייטש, 'פאראכטונג'.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט