קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

שליחה דורך קינות גירושין »

קינות גירושין......

די רעזולטאטן פון סיסטעמאטישער ליבשאפט


[center]ימי הבחרות[/center]

מיין זיידע און באבע האבן זיך געטראפן אין א באר,
און איך מיט א טמא'נע קדושה דארף מאכן החלטות.

מ'האט מיר צוזאם געשטעלט,
אין ווייניגער פון כדי שיעור חימוץ געכאפט א בליק.

מיינע עלטערן מיט זייער תמימות געמאכט פאר מיר החלטות,
און פאר מיינע נאטירליכע געפילן נישט געגעבן קיין פתח,
מ'האט נישט געגעבן צייט פאר די צוויי פייגלעך צו זען אויב זיי האבן בכלל א שפראך.

די יסודות פון ליבשאפט איז אוועקגעשטעלט דורך טייטלבוים און שעהר,
און אז ביי זיווג דארף מען אינזין האבן העכערע זאכן.

א פרוי האב איך גענומען,
ווען איך האב נאכנישט געוואוסט פשוט פשט אינעם פסוק "שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה".

די שדכנות סיסטעם: מצאינו השומרים הססבים בעיר את שאהבה נפשי ראיתם?
און ס'איז נישט מקיום געווארן די שעברתי מהם עד שמצאתי.

על משכבי בלילות בקשתי, את שאהבה נפשי ולא מצאתי...
ווייל ביי דער געזעלשאפט וואו ס'איז פארהייליגט דעם השבעתי אתכם בנות ירושלים,
האט מען מיך אויך באווארענט מיט דעם "אם תעירו ואם תעוררי את האהבה עד שתחפץ".

די רבי'ס דרייען זיך ארום מיט די שישים גיבורים סביב לה מלומדי מלחמה,
און נאכדעם קומען זיי נעמען רבי געלט ווען ס'איז דער יום חתונתו ויום שמחת לבו.

[center]ימי נשואין[/center]

א בן תורה וויל א יעדער האבן,
אבער צו קליידונג, וועלכער ס'איז די בעסטע ברענד פארשטייען זיי גוט.

אלס אינגערמאן ווען ס'איז נאך נישטא קיין לחם לאכול,
האב איך זיך שוין אנגע'חוב'עט פאר די אידן אין ארגענטינע און תימן.
און איך בין שוין געווען איבער גליקליך,
ווייל איך פארשטיי די וויכטיקייט פונעם פסוק "עורי צפון ובאי תימן".

יעקב האט געארבעט פאר לבן 7 יאר און באקומען רחל,
איך האב געארבעט פאר דאס ווייבעלע און באקומען דאס פארקערטע.

כאטש מאטעריאל מאכט נישט צופרידן א מענטש,
ווייל דו האסט געבעטן - האב איך דיר געגעבן,
תורי זהב מיט נקודת הכסף, דו האסט געהאט פון אלעם בעסטן,
קורות בתינו ארזים, רהיטנו ברותים.

שלשה שאינם רואין פני גיהנום איז ביי מיר מקוים געווארן.

דער עסקן גיט עצות - האב נאך קינדער ס'וועט ברענגען מזל און ברכה,
אביסל חכמת החיים האט ער נישט געקענט געבן,
ווייל ביי אים אינדערהיים איז די אביוז אויפן העכסטן פארנעם

ווייניג זענען די מענטשן צו וועם איך קען מיין הארץ אויסגיסן,
ווייל די פאר אומזיסט - איז א מענטש'ס כבוד גארנישט ווערט,
און די אחריות'דיגע - זענען גאר טייער.

אונזערע פרויען: פוץ אויף די גאס און שמוץ אין שטוב.
די פרויען אין גאס גייען באשמירט, מור ואהלות און כל ראשי בשמים.
דאס עקל פונעם שיינקייט: הערליך אויפן פנים און גרויל פון דאס הארץ.

[center]דאס גט[/center]

די שוועסטערס האבען זיך אריינגעמישט איר נישט פארגינען,
אז זי ווערט געפירט אויף א גאלדענע טאץ, יעצט זאלט איר באצאלן שאירה וכסותה.

דער שוואגער: מיט וואספארא רעכט האסטו איר גע'עצה'ט אז זי זאל זיך מיט מיר נישט פאראיינצוגן?
זינט ווען ביסטו מיר א מבין?
ביי דיר ליבשאפט מיינט נאר פרעסן שלום בית קוגל,
און דו פארשטייסט אז דא איז א מלחמת אש קודש?

נאנטע משפחה מיטגלידער זאגן זיי ווילן מיך העלפן,
ווען אין תוך זענען זיי די גרמה בנזקין.

זיך פאר איר גע'הרג'עט צו געווינען ליבשאפט,
און יעצט לאזט זי נישט מיינע קינדער רעדן צו מיר.

א ים מיט רשעות מיר אויסגעטיילט ווען ס'איז נאר געווען שייך,
און היינט זינגסטו אין די גאסן אז א שלעכטער מאן איז ער געווען, דער חי'.

[center]ותזנח משלום נפשי, נשיתי טובה[/center]

טעראפיסט: דו נבלה ברשות המלכות, מיט דיין כח ביסטו מסייע ידי עוברי עבירה,
שרייבסט רעפארטס אז מיין מיידל וויל נישט צו מיך קומען,
ווען דו באקומסט באצאלט צו מאכן דעם והשיב לב בנים על אבותם.
ובכן בכה בכא רב והרב

מיט דיין חכמה האסטו מיר כיטרעדיג מרמז געווען,
אויב געסטו נישט נאך אויף דיינע באזוכן-רעכטן וועט קומען אויף דיר ימי סוהר.
ותרד עיני דמעה ואילילה ואנודה...

מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...

גוטע יועצים האבן געזאגט: געב נישט קיין "צוועלעווער" ווילאנג דו ביזט נישט פארזיכערט מיט'ן עתיד,
איך האב גע'טענה'ט אז זי קען אזא רשעות נישט טון,
פון ליבשאפט צו איר היפך, שוין אפאר מאל געהאט די פאליציאנטן ביי מיין טיר.

איך קען נישט קישן און ליבן מיין בת יחידה,
וויל איך האב מורא פון פארלירן "קאסטעדי" און דארפן שמאכטן יארן אין תפיסה.

מיין אדוואקאט זאגט מיר יעדן טאג טו די ריכטיגע שריט גיי אין געריכט,
איך האלט זיך צוריק ווייל איך וויל נישט טרעפן מיינע קינדער אין הויז פון די משוגעים.

מיט אירע העצישע רייד, כה אם תאכלנה נשים פרים, עוללי טפוחים...

מיין בן-יחיד: איך פלעג זיך מיט דיר יעדן טאג משתשע זיין דורך די תורה ,
און היינט קומסטו מיר זאגען גוט שבת איינמאל אין צוויי וואכן.
און דו זאגסט נאר איבער די סם וואס דיין מאמע האט אריינגעלייגט אין דיין אומשולדיג מח.

דו ביסט אינגאנצן אפאר גאסן אוועק פון מיר,
און דו לערנסט מיט א פריוואטן מלמד, ח"ו מיט דיין טאטן נישט האבן א קשר.

וויי פאר א זון וואס איז פארטריבן פון זיין טאטן,
בקירוב מקום ובריחוק הלב.

מיין בת-יחידה: נעכטן פלעגסטו מיר אזוי ליבליך איבערזאגן די פרשה,
און היינט ווייסטו נעבעך שוין ווי "פאני" דיין טאטע איז, און צוביסלעך טוישסטו דיין משפחה נאמען.

על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו...

אלע מתנות און צירונג וואס איך קויף דיר ווערט מיסטעריש פארלוירן,
דו קומסט מיר אייביג זאגן וואס פארא גוטער שטיף טאטע דו טוסט פארמאגן.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...


פיינע מענטשן ווילן נישט עובר זיין אויפן לפני עיור לא תיתן מכשול,
זענען מקיים דעם וכולן בלשון הרע.

שלעכט איז דער סיסטעם, ביטער זענען אירע מענטשן.

דו רשע: אין ביהמ"ד גיסטו מיר חיזוק,
אין מקווה בארעדסטו מיר מיט דער גרעסטער אכזריות,
דו מאכסט טיי-פארטיס פאר יתומים, און דו רעדסט מיר אפ שידוכים אין גרויסן,
גם איש שלומי אשר בטחתי בו, הגדיל עלי עקב...

מיט אייערע רייד גע'הרג'עט מענטשן,
מיין אינגל ווייסט שוין צו זאגן אז זיין טאטע איז א משוגענער.

דוד, דו האסט שוין מיינע צרות פאראויס געזען,
ירמי', דו האסט שוין אויף זיי געקלאגט.
הייתי שחוק לכל עמי, נגינתם כל היום...

איר האט מיר אוועקגענומען יעדע געלעגנהייט,
גן נעול אחותי כלה, גן נעול מעין חתום...

יעדער גט, א מחלוקה א פרשה, נישטא קיין נארמאלקייט און א סדר,
אין א געזעלשאפט וואס טוט זיך מיט צעפעזעלירן
בלה בשרי, ועורי שיבר עצמותי...

דיינים ווערן פון די פרוישע טרערן איבערגענומען,
און מיט'ן מדרש פון "כל המרחם על גרשתו" טוען זיי פסקים ארויסגעבן.

[center]תשוקה אהבה[/center]

מיינע גוטע פריינט איר האט נישט די ווערטער מיך צו טרייסטן,
איך פארשטיי, ווייל וויאזוי צו רעדן האט מען אייך קיינמאל נישט געלערנט,
אבער מיין הארץ פילט עס.
אי״ה ביום שמחת לבי וועלן מיר טאנצן מיט אמאליגע כוחות,

חדש ימינו כקדם

מיינע פריינט איר זעט מיין צער אז איך קען נישט טרעפן מיין זיווג,
אנה הלך דודך היפה בנשים, אנה פנה דודך ונבקשנו עמך...

די נסיונות ברענען,שלעכטע חברים עצה׳ן, געב זיך נאך,
ששים המה מלכות, ושמונים המה מלכות, ושמונים המה פלגשים, ועלמות אין מספר.
אבער איך לאז מיין שכל גובר זיין, ווייל איך וויל אנקומען צו דעם,
אחת היא יונתי תמתי.

און יעצט איז נאך ליידער עיני נגרה ולא תדמה, מאין הפגון.

איך האב פארלוירען מיין אפציע פון קענען געווינען מיין באליבטע,
ווייל זי טרונקט די נייעס פון די שמוציגע מקוה וואסער.

דו דוד האסט סוכ"ס געווינען א פרוי וואס דיין הארץ האט געגליסט.

צו מיין ליבע: אל תראינו שאני שחרחרת, ששזפני השמש.

[center]תשובה נחמה לימוד[/center]

סקומט מיר, ווייל אין מיין יוגנט האב איך אויף אנדערע גערעדט נישט גוט,
כי פשעי אני אדע, וחטתי נגדי תמיד.

איך בין אבער יא דאנקבאר אז איך בין געזונט,
און אז מיינע הערליכע קינדער זענען געזונט און קלוג,
און אז איר האט א שטארקע מאמע וואס קען ענק מחנך זיין.

ס'איז נישט דא קיין שלעכטס, וואס סאיז נישט דא אין דעם קיין גוטס.
ווען ס'וואלט נישט געווען קיין שלעכטס,
וואלטן מענטשן נישט געוואוסט ווי גוט ס'איז דאס גוטס.

וואלסט קיינמאל נישט געקלערט וואס יענער טראכט פון דיר,
ווען דו זאלסט וויסן ווי ווייניג יענער קלערט פון דיר.

מ'דארף זיך לערנען פונעם וועטער,
מ'האלט אים אין איין קריטיקירן און ער טוט ווייטער דאס זייניגע.

איך האב זיך אויך געלערנט: דו מעגסט און דארפסט זיין צווישן מענטשן,
דארפסט אבער נישט זיין איינע פון זיי.
יתן בעפר פיהו, אולי יש תקוה.

מיין גאט: יישר כוח פאר די נפשות'דיגע יסורים וואס דו געסט מיר פון ליבשאפט,
איך ווער מיט דעם אין דיר באהאפטן, א פאטש פון א פריינט איז זיס.

מיינע פיינט: יישר כח! איך האב יעצט געטראפן מיין רבי,
איך בין יעצט שטערקער פון אייך.
מיינע מעשים ווערן נישט געמאכט פון די גאס פרעשור,
נאר פון וואס מיין געטליכער שכל זעט פאר ריכטיג.

מיין חשיבות אין מיינע אויגן וואס מיינע מחנכים האבן געוואלט אוועקרויבן,
איז געוואקסן פי כמה, און מיין קאנפידענץ - כאשר יענו כן יפרוץ.

איך בין דער שטערקסטער,
ווייל איך שלאג זיך נישט מיט קיינעם.

איך בין א גיבור אן עושר א חכם, רפואה מתוך המכה.

איך קען זיך טאקע נישט אפגעבן מיט מיינע קינדער וואס זענען פארטריבן פון מיר,
האב איך יעצט צייט זיך צו שארפן מיינע טאלאנטן.

תשמיענו ששון ושמחה, תגלנה עצמות דכית...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קינות גירושין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

דער אשכול פארמאגט 150 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר