טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
איינער פרעגט מיך נעכטען וואס גייט די כינוס אויפטין?? וואס גייט זיין א טאג נאך די אסיפה??? אלעס גייט במילא צירוק גיין צום אלטען!!!!! האב איך יענעם גענפערט יום כיפור זענען אלע אידען אין שיל אין מ'פאסט אין מ'דאווענט א גאנצען טאג אין א טאג נאכדעם וואס געשענט אלעס גייט צירורק צום אלטען די זעלבע זאך דא מ'דארף האבען די התעורות וואס גייט זיין נאכדעם איז שוין נישט אינזרע חשבנות .......
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:ג) אדמורי"ם ורבנים ווילען נישט זיצען נעבען וויזניצער רבי, ווייל ער לאזט זיך נישט פאטאגראפירען, האבן זיי מורא זיי גייען ארויס פאלען פון די בילדער
געמיינט אז דאס איז א וויץ, כ'האב יעצט געהערט פון איינער פון די עסקנים אז ער האט פאקטיש באקומען אזא פאון קאל פון שטוב פון איינער פון די גרויסע רבנים.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
איך מאך א דיעל מיט די אויבן אן און די עסקנים פון'ם כינוס, זיי זאלען מוותר זיין מהיום והלאה פון צוהערען די האט-ליינס ווי צב"ש קול מבשר, קול קול קול וכו', נאך דעם וועלן מיר רעדען פון אינטרנט, ווייל סוף סוף איז עס א גרויסע ביטול תורה, און ביטול הזמן, זיי פארקויפן פארן עולם באצאלטע שקרים, און שנאת ישראל, זיי פארדארבן דעם שכל הישר ביים ציבור, און העולה על כולנה מען ווערט אנגעפיטערט פון נייעס וואס דער מקור פון דעם איז די אינטרנט רח"ל, ,
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
שרגא האט געשריבן:הדד, איך פארשטיי וואס דו זאגסט. נאר אגב, כ'האף פארשטייסט אז יוחנן כהן גדול איז טאקע א יחיד פון אזא מעשה. היינט איז עס א גאנגבארע זאך פון אלע יארגענג, אפילו אפט נאר אינערליך, (עכ"פ יעצט אין דעם ערשטן טייל פון דער רעוואלוציע).
יעצט נאכ'ן אויסקלארן איז מיין שאלה צו דיר: וואס דו האלטסט מען דארף טון, טוט מען דאך נישט, סאו וואס האלטסטו דארף מען יעצט טון? אויב איז יא דא איינער וואס וויל אביסל פרובירן קעיר נעמען פון איין, לאמיר אפילו זאגן לשיטתך זייטיגע, פראבלעם, זאל מען ענדערש פראטעסטירן קעגן יענעם? אפשר מאכן א קאנטער ראלי? ביסט דאך אויך מודה אז א שטיקל פראבלעם און נסיון קען עס זיין פאר יעדן, סאו פארוואס זאל מען וועלן שטערן יענעם עפעס אויפטון?
אוודאי וועסטו קענען א יאר ארום קענען שרייען די זעלבע. אפילו אויב לאמיר זאגן בדרך נס וואלט זיך היפש געטוישט די אינערליכע חלק פונעם ציבור לטובה, איז דען דא א וועג וויאזוי דו וועסט דאס קענען אבזערווירן אדער מעסטן? זיכער וועט מען א יאר ארום נישט קענען זאגן: רבותי, אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדן. היסטאריע ווייזט אז די גרעסטע רעוואלוציעס האבן זיך געקענט אנהייבן מיט איינציגע איווענטס, צומאל מינדערוויכטיגע, וואס קיינער אין יענעם טאג וואלט נישט געקענט חלומען איבער זיינע ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן (א היינטיגער משל איז דער וואס האט זיך אנגעצינדן אין טוניזיע). נאר אזוי גייט עס, מענטשן טוען או ןפרובירן און מען ווייסט נישט ווען עס כאפט זיך אן דער פונק און עפעס הייבט זיך אן רירן. אפשר איז דער כינוס נאר א פארשפיל צו ווייזן אז כלל ישראל קען זיך נאך פאראייניגן און טאן עפעס זאכליכס ווען עס איז קריטיש וויכטיג, וואס וועט אנגרייטן דעם באדן פאר די אנדערע ערנסטע פראבלעמען. אבער שב ואל תעשה לא עדיף. זיצן מיט פארלייגטע הענט און קריטיקירן יעדן וואס וויל עפעס טון, דאס האט נאך קיינמאל קיין סאך פאזיטיווס נישט אויפגעטאן.
און אויב פון די 50-טויזנט-קעפיגע כינוס (אגב, יאנקל, זעסטו ווי די חסידישע אידן האבן געהאט א גוטן שמעק איבער דעם ריכטיגן צאל, און נאך אפשר אפי' אונטערגעשאצט...) וועט ארויסקומען נאר אז אפילו בלויז טויזנט מענטשן וועלן לייגן א גוטן פילטער וואס וואלטן עס ביז יעצט נישט געטון, און אויב וועלן נאר פינף הונדערט ארויסווארפן זייער קאמפיוטער פון שטוב, און אויב וועלן נאר נאך פינף הונדערט נישט קויפן קיין סמארט פאון אין דעם קומענדיגן יאר, און אלעס וועגן דעם אסיפה, וועסטו ווייטער שרייען אז "מען האט גארנישט אויפגעטון". און אפילו אויב פינף טויזנט מענטשן וועט דער כינוס העלפן צו מעורר זיין און למעשה מינימיזירן אויף סיי וועלכן אופן זייער פרייען אינטערנעט, ווועסטו מסתמא ווייטער זאגן "וואס האט מען דען אויפגעטון?" אבער אני הקטן וועט זאגן, "אה, ב"ה, אבי כאטש עפעס האט מען אויפגעטון. זיכער בעסער ווי גארנישט." האפנטליך וועט עס ווייזן אז דער אידישער פונק איז נאכנישט פארלאשן און מענטשן זענען נאך גרייט אפילו היינט צו טון וואס זיי פארשטייען איז וויכטיג פאר'ן אידישן עתיד.
אבער אויב דו וועסט דא האמערן און שופר'ן און פרובירן שטופן דעם דעת הקהל אז מען זאל אויך פרובירן טון די אנדערע אזוי וויכטיגע זאך פאר אונזער דור פון אהערשטעלן א בעסערן מער אינהאלטפולן חינוך, אויב דו קלערסט נאר איין פראצענט אז עס וועט אפשר אויפטון, אוודאי גיי אן מיט'ן גאנצן ברען. איך וועל דיר אפי' העלפן. אבער עס נעמט נישט אוועק פון דעם יעצטיגן כינוס.
איך האף אז דו פארשטייסט אליינס אז איך האב נאר געברענגט יוחנן כהן גדול פאר אילוסטרעישאן פוירפוסעס. אמת אמאל איז עס נישט געווען גאנגבאר, אבער עס פלעגט פאסירן. איך אליינס האב זיך דערמאנט אזוי יעצט שרייבנדיג די שורות פון א פאל וואס האט פאסירט מיט א גוטע דרייסיג יאר צוריק - אפשר מער - וואס א היימישער אינגערמאן האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און ארויס לתרבות רעה. דאס האב איך געזאגט, עס איז אלעמאל געווען און עס ווועט אלעמאל זיין, דער אינטערנעט האט עס נאר פארמערט, און דאס קען מען ע"פ רוב צוריקהאלטן מיט א גוטן חינוך צו תורה און אידישקייט.
און יעצט אזוי. דו קומסט און לייגסט אראפ אזא מעשה אז וויבאלד נאר דאס קען מען כרגע טוהן, און דאס וואס איך זאג טוט דאך קיינער נישט, אלזא איז בעסער זיי צו העלפן אפילו עס וועט נאר אויפטוהן ביי איין איד. איך הער.
אבער איך זאג צו דעם אזוי. וואלט מען געווען באמת אובד עצות, מען זעהט זיך אין א מצב וואס מען ווייסט באמת נישט פונקטליך ווי שטעקט דער פראבלעם, אדער מען ווייסט נישט וואס צו טוהן דערוועגן, אדער אז מען ווייסט נאר מען האט באמת נישט די יכולת עפעס צו טאהן דערוועגן צו דער זאך, דאן ביסטו גערעכט. דאן זאגט מען, אידישקייט געהערט פארן רבונו של עולם, איך טוה דאס וואס איך קען, און איך טוה עס אמבעסטן וואס איך קען, און מיט אלע מיינע כוחות, אן קיין שום פניות און זייטיגע חשבונות, און דאס איבריגע לאז איך פארן אויבערשטן. א שטייגער ווי דער חפץ חיים האט געזאגט ביי די קאמוניסטן אז מען וואלט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן זיי, כאטש מען האט נישט געהאט קיין שום שאנס צו געווינען, אבער דער מסירות נפש וואלט געבראכן דעם מדת הדין.
דאס אבער איז דאך די מעשה אינגאנצן עפעס אנדערש. מען זעהט דעם פראבלעם, מען ווייסט וואס עס איז און וואו עס שטעקט, רביס און רבנים און עסקנים זאגן פאר די מארגנים און אנפירער וואס זיי האלטן, און אז זיי זענען גרייט צו טוהן, מען האט פלענער פאר זיי, מען וויל ארבעטן צוזאמען אויסצוארבייטן עפעס א פלאן, עפעס א מהלך צו טוהן עפעס צו דערזאך, אבער זיי ווילן נישט, עס אינטערעסירט זייי נישט. אנשטאט טוען צודערזאך זענען זיי ביזי אינטערברענגען קאנקורירנדע איווענטס. און ער וויל איך זאל מיטשטיין און מיטהעלפן ווייל ווי נישט ווי טוט ער דאך עפעס, און עס קען דאך עפעס אויפטאהן, כאטש אויף אפאר אידן.
דא ליגט דער חילוק צווישן מיר און דיר. איך האלט אויך אזוי ווי דו, אבער נאר דארט ווי דאס איז דאס בעסטע וואס מען קען. אויב קענען זיי בעסער און זיי ווילן נישט צוליב אייגענע אינטערעסן, פארוואס זאל איך מיטשטיין, פארוואס זאל איך נישט פארפירן?
און למעשה זעה איך דא אן אינטערעסאנטע זאך דו האלטסט אין איין צוריק קומען צו דעם אז למעשה קען עס עפעס אויפטאהן, אבער דו אדרעסירסט אינגאנצן נישט וואס איך האב דיר געזאגט אז זיי האבן דא זייטיגע מאטיוון, אז זיי האבן געשטערט אנדערע, אז זיי האבן אונטערגעברענגט נאך אזעלכע אסיפות ווי די אין ר"י ראטה'ס ביהמ"ד, אדער דאס אז אנדערע רביס און רבנים האבן געוואלט מיט זיי ארבעטן אויף אמת'ע לאנג טערמיניגע לייזונגען און זיי האבן נישט געוואלט.
פון די זאכן זעהט זיך אויס אז דו האסט א שטארקע נגיעה צו דעם כינוס, איך ווייס נישט וואס, צו די ביסט אן עסקן, צו גאר פון די מארגנים, צו סתם אזוי, און אויב יא, איז זייער פיין, ווייל אויב האסטו א נגיעה, וועסטו דאך סייווי נישט אננעמען וואס איך זאג, אפגעזעהן פון וואס איך זאג. אויב נישט, האף איך אז דו וועסט פארשטיין וואס מיר טוט דא וויי. פארפאטשקען א געלעגענהייט וואס מען וואלט געקענט אויפטאהן, איז נישט נאר נישט אויפגעטאהן, נאר עס איז א גרויסער שאדן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
בן תימא האט געשריבן:gehlungen האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:יעצט אז מ'האט שוין נאך א סטעדיום, קען מען אהינלייגן אלע סאטמארע אידן וואס האבן א פראבלעם מיט התבדלות, און אפשר גאר אפילו אייגענע רעדנערס.
Is it true that Skvere Rebbe is bringing his own KEESEH MALCHEESOY. To the ahsife ?
געהערט אז יא.....
It really doesn't make any sense
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
נאך 32 בלעטער אינעם פאדעם זעה איך דא עטליכע מיינונגען. ס'איז כדי ארוסצוברענגן קלאר יעדע צד אין אפאר ווערטער. זאגט מיר צו איך ברענג גוט ארויס יעדער צד..
צדדים אינעם פראבלעם:
1. די אינטערנעט איז א פראבלעם איום ונורא און מ'מוז איינרייסן וועלטן און טוהן סיי וואס כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון אט די גרויסע צרה.
2. די אינטערנעט איז נישט אזא געפערליכע פראבלעם פאר רוב נארמאלע מענטשען. למעשה זיצן מיר דאך דא אויף די אינטערנעט און פארט זענען מיר ווייטער היימישע אידן, אפשר אביסל מער וועלטליך פון אן אמאליגן איד אבער אונגעפער זענען מיר נאכאלץ פרום און ערליך, בערך א שטייגער פון א דארפס איד וואס איז שוין געוועהן אין די גרויסע שטעט און געזעהן די וועלט.
צדדים אינעם לייזונג:
1. מיר מוזן מאכן א כינוס פאר גאנץ כלל ישראל און אויפמעקזאם מאכן דעם עולם בבחינת לך והודיעם. מ'מוז ארויפצווינגען פילטערס אויפן כלל און מאכן וואס מער גדרים למען הצלת דורותינו.
2. פילטערס וועט מיילא נישט העלפן ווייל ווייפיי איז דא איבעראל און ס'וועט זיין מער און מער. ביז א פאר יאר וועט די אינטערנעט זיין כמעט ווי אקסעזשען וואס אהן דעם קען מען נישט לעבן (די פריזשידער, די ער קאנדישן, די קאר וכדומה וועלן ארבעטען אויף די אינטערנעט) און ס'איז א שאד די צייט צו פייטן מיט די טעכנאלאגיע.
אנדערע מהלכים:
1. מ'מוז ארבייטן אויף מחנך צו זיין דעם נעקסטן דור אויף פעסטע יסודות כדי זיי זאלן זיך קענען אן עצה געבן מיט די נייע נסיונות.
2. מ'מוז קודם פארעכטן ערענסטערע פראבלעמען ווי מאלעסטעישן, ישיבות, שלום בית, מענטעל אילנעס, פרנסות, אונזער שוואכע עדוקעישן הן די אידישע און הן וועלטליכע עדוקעישן.

If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:
איך האף אז דו פארשטייסט אליינס אז איך האב נאר געברענגט יוחנן כהן גדול פאר אילוסטרעישאן פוירפוסעס. אמת אמאל איז עס נישט געווען גאנגבאר, אבער עס פלעגט פאסירן. איך אליינס האב זיך דערמאנט אזוי יעצט שרייבנדיג די שורות פון א פאל וואס האט פאסירט מיט א גוטע דרייסיג יאר צוריק - אפשר מער - וואס א היימישער אינגערמאן האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און ארויס לתרבות רעה. דאס האב איך געזאגט, עס איז אלעמאל געווען און עס ווועט אלעמאל זיין, דער אינטערנעט האט עס נאר פארמערט, און דאס קען מען ע"פ רוב צוריקהאלטן מיט א גוטן חינוך צו תורה און אידישקייט.
און יעצט אזוי. דו קומסט און לייגסט אראפ אזא מעשה אז וויבאלד נאר דאס קען מען כרגע טוהן, און דאס וואס איך זאג טוט דאך קיינער נישט, אלזא איז בעסער זיי צו העלפן אפילו עס וועט נאר אויפטוהן ביי איין איד. איך הער.
אבער איך זאג צו דעם אזוי. וואלט מען געווען באמת אובד עצות, מען זעהט זיך אין א מצב וואס מען ווייסט באמת נישט פונקטליך ווי שטעקט דער פראבלעם, אדער מען ווייסט נישט וואס צו טוהן דערוועגן, אדער אז מען ווייסט נאר מען האט באמת נישט די יכולת עפעס צו טאהן דערוועגן צו דער זאך, דאן ביסטו גערעכט. דאן זאגט מען, אידישקייט געהערט פארן רבונו של עולם, איך טוה דאס וואס איך קען, און איך טוה עס אמבעסטן וואס איך קען, און מיט אלע מיינע כוחות, אן קיין שום פניות און זייטיגע חשבונות, און דאס איבריגע לאז איך פארן אויבערשטן. א שטייגער ווי דער חפץ חיים האט געזאגט ביי די קאמוניסטן אז מען וואלט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן זיי, כאטש מען האט נישט געהאט קיין שום שאנס צו געווינען, אבער דער מסירות נפש וואלט געבראכן דעם מדת הדין.
דאס אבער איז דאך די מעשה אינגאנצן עפעס אנדערש. מען זעהט דעם פראבלעם, מען ווייסט וואס עס איז און וואו עס שטעקט, רביס און רבנים און עסקנים זאגן פאר די מארגנים און אנפירער וואס זיי האלטן, און אז זיי זענען גרייט צו טוהן, מען האט פלענער פאר זיי, מען וויל ארבעטן צוזאמען אויסצוארבייטן עפעס א פלאן, עפעס א מהלך צו טוהן עפעס צו דערזאך, אבער זיי ווילן נישט, עס אינטערעסירט זייי נישט. אנשטאט טוען צודערזאך זענען זיי ביזי אינטערברענגען קאנקורירנדע איווענטס. און ער וויל איך זאל מיטשטיין און מיטהעלפן ווייל ווי נישט ווי טוט ער דאך עפעס, און עס קען דאך עפעס אויפטאהן, כאטש אויף אפאר אידן.
דא ליגט דער חילוק צווישן מיר און דיר. איך האלט אויך אזוי ווי דו, אבער נאר דארט ווי דאס איז דאס בעסטע וואס מען קען. אויב קענען זיי בעסער און זיי ווילן נישט צוליב אייגענע אינטערעסן, פארוואס זאל איך מיטשטיין, פארוואס זאל איך נישט פארפירן?
יעצט רעדסטו שוין עפעס אנדערע ווערטער. הייסט עס דו זאגסט אז דו ווייסט פאר א פאקט אז מען רעדט צו די עסקנים און מען זאגט זיי די אלע זאכן און מען האט מוראדיגע גוטע ווייטגרייכנדע פלענער, נאר זיי ווילן פשוט נישט הערן? אויב איז דאס אמת, איז דאס טאקע אן עולה נוראה. אבער איך האב פון דעם נישט געוואוסט און ווייס נאך אלץ נישט פון דעם. יעצט וויבאלד איך ווייס נישט דערפון, און קיינער ווייסט נישט דערפון, קענען מיר נאר טון מה שעינינו רואות, וואס איז דער יעצטיגער קאמפיין, און אין אזא פאל ביסטו דאך שוין אויך מודה אז עס איז א גוטע זאך. נו, דא האלט איך. (ביסיידס, אויב איינער האט אזעלכע גוטע פלענער דארף ער נישט צוקומען צו דעם אדער יענעם עסקן. זאל ער אנהייבן א פרישע מערכה און דער עולם וועט זיך צוכאפן דערצו. ווער קען דען זיי שטערן פון ארויסקומען אליין?)
און למעשה זעה איך דא אן אינטערעסאנטע זאך דו האלטסט אין איין צוריק קומען צו דעם אז למעשה קען עס עפעס אויפטאהן, אבער דו אדרעסירסט אינגאנצן נישט וואס איך האב דיר געזאגט אז זיי האבן דא זייטיגע מאטיוון, אז זיי האבן געשטערט אנדערע, אז זיי האבן אונטערגעברענגט נאך אזעלכע אסיפות ווי די אין ר"י ראטה'ס ביהמ"ד, אדער דאס אז אנדערע רביס און רבנים האבן געוואלט מיט זיי ארבעטן אויף אמת'ע לאנג טערמיניגע לייזונגען און זיי האבן נישט געוואלט.
קודם, אפשר קענסטו אנווייזן איין מאל ווי דו האסט מיך געפרעגט די קשיא פארוואס זיי שטערן נאך אזעלכע אסיפות, אז דו זאלסט דא מאכן עפעס א מעשה ווי גלייך "איך וויל עס נישט אדרעסירן"? איך געדענק בכלל נישט דו זאלסט מיר אזוינס זאגן.
און באמת, אפילו אויב יא, וואלט עס מיר ווייניג אויסגעמאכט ווייל בטבע גלייב איך נישט יעדע זאך וואס איך הער, איבערהויפט פון אנאנימע מענטשן וועלכע האבן ביי מיר חזקה צו שרייבן זאכן מיט נגיעות אדער סתם ליידיגע מענטשן וואס זייער גרעסטע פארגעניגן איז סתם צו טראגן און ברענגען יעדע נארישע שטות און רומאר וואס מען האט נאר געהערט פון א חבר'ס שכנ'ס שווארגער'ס קוזין. אן קיין מקור, כאטש א שטיקל רמז פון א מקור, איז מיר לגמרי נישט אינטערעסאנט. אויסער וואס איך קען בכלל נישט זען וואס זייער נגיעה קען דא זיין, וויבאלד איך גלייב נישט אז מ'קען מאכן געלט אויף אזא אסיפה, ווייל ווי ווייט איך ווייס קאסט עס מיליאנען.
פון די זאכן זעהט זיך אויס אז דו האסט א שטארקע נגיעה צו דעם כינוס, איך ווייס נישט וואס, צו די ביסט אן עסקן, צו גאר פון די מארגנים, צו סתם אזוי, און אויב יא, איז זייער פיין, ווייל אויב האסטו א נגיעה, וועסטו דאך סייווי נישט אננעמען וואס איך זאג, אפגעזעהן פון וואס איך זאג. אויב נישט, האף איך אז דו וועסט פארשטיין וואס מיר טוט דא וויי. פארפאטשקען א געלעגענהייט וואס מען וואלט געקענט אויפטאהן, איז נישט נאר נישט אויפגעטאהן, נאר עס איז א גרויסער שאדן.
יעצט דערמאנסטו מיך שוין פון געוויסע היימישע חברה וואס לעבן אין א וועלט פון קאנספיראציעס. און יעצט נעם איך שוין ווייניגער ערנסט וואס דו האסט געשריבן פריער איבער די "עסקנים וואס האבן זייטיגע מאטיוון", האבן "געשטערט אנדערע", "אונטערגעברענגט אנדערע אסיפות" און "אנדערע רביס האבן געוואלט מיט זיי ארבעטן אויף אמתע לאנג טערמיניגע לייזונגען און זיי האבן נישט געוואלט." איך הייב אן חושש זיין אז אלעס קומט פון די זעלבע חשדות'דיגע גענע וואס ליגט ערגעץ פארווארפן אין דיין די-ען-עי, וואס שטופט דיך מיך אויך צו חושד זיין פשוט ווייל איך האב ארויסגעברענגט דעם אנדערן צד.
און אפילו אויב איך זאל יא זיין אן עסקן, א מארגן, און אפילו סקולענער רבי אליין, וואס איז דאס א חילוק לגבי אונזער וויכוח דא? איך האב דיר, מיין איך, זייער שיין ערקלערט מיין מיינונג פארוואס איך האלט יא אז מען דארף שטיצן די אסיפה, ממילא אפילו אויב איך זאל דאס זאגן אלס עסקן מיט נגיעות נעמט עס גארנישט אוועק פון מיינע ווערטער, ווי לאנג דו ביסט מודה אז איך רעדט לאגיש און נישט סתם אין דער וועלט אריין.
און אזוי קלערנדיג פארוואס עפעס זאלסט טראכטן אז איך האב דא עפעס נגיעות, הייבט מיר אן אויפשווימען א געדאנק אז אפשר וויבאלד דו האסט דא אפשר עפעס נגיעות, דעריבער טראכסטו אויף מיר פון אזא קוק-ווינקל. אפשר ארבעטסטו מיט פילטערס און מען האט דיך נישט געוואלט ניצן, אדער אפשר ביסטו טאקע אן עסקן וואס טוט אין די ענינים און יעצט האסטו זיך עפעס צעאמפערט מיט די חברה... און יעצט כאפ איך שוין פון וואו קענסט וויסן אז מען האט פרובירט האנדלען מיט געוויסע עסקנים אויף לאנג-טערמיניגע לייזונגען אבער זיי האבן נישט געוואלט, וואס דאס איז אינפארמאציע וואס איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט און אפשר האסטו אלס אינסיידער אזעלכע אינפארמאציע...
אקעי, כ'האף וועסט מיר פארגעבן אויף דעם וויץ, נאר פאר דעם קליינעם שאנס אויב ביסטו טאקע אן עסקן, פליז געב נישט אויף , לאז דיך נישט פון קיינעם און פרוביר טון כל מה שביכולת אז מען זאל טאן וואס דארף געטאן ווערן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ידען האט געשריבן:האט קאפ האט געשריבן:
דא קעמען הערן די דרשה
rtsp://v1.cache2.c.youtube.com/CjYLENy7 ... /video.3gp
אוי וויי, דיין לינק איז צובראכן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יידל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:האט קאפ האט געשריבן:
דא קעמען הערן די דרשה
rtsp://v1.cache2.c.youtube.com/CjYLENy7 ... /video.3gp
אוי וויי, דיין לינק איז צובראכן.
נישט צובראכן, דיין פלעיער דארף קענען שפילן rstp לינקס.
ס'סאונד ווי ער האלט זיך איין פון וויינען, אדער אפשר האב אים נישט געהערט זייער לאנג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:האט קאפ האט געשריבן:
דא קעמען הערן די דרשה
rtsp://v1.cache2.c.youtube.com/CjYLENy7 ... /video.3gp
אוי וויי, דיין לינק איז צובראכן.
נישט צובראכן, דיין פלעיער דארף קענען שפילן rstp לינקס.
ס'סאונד ווי ער האלט זיך איין פון וויינען, אדער אפשר האב אים נישט געהערט זייער לאנג.
לויט ווי איך האב געהערט פון א בחור איז עס טאקע געווען אזוי מיט א קול געשטיקט פון טרערן, די דרשה איז נישט געווען פאראויס פלאנירט, נאר פשוט די לעצטע פאר טעג האבן מענטשן נישט אויפגעהערט צו קומען פרעגן צו מען מעג גיין, היות יעדער האט געוואוסט אז ער האט נישט געאסרט נאר ער וויל נישט שיקן דעם ציבור, איז די אידן וואס האבן געוואלט גיין פאר די היסטארישקייט זענען געקומען פרעגן, אויף דעם ארויף האט ער געלאזט הערן זיינע ווערטער
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל