בדחן האט געשריבן:איך האלט נישט אז עס דא די פלאטץ דא צו גיין פערזענליך קעגן קיינעם, און וויבאלד ניקים ריפען זיך דא מיט עכטע נעמען איז עס געווארען זייער א פערזענליכע פייט, איך האב געפענט די אשכול צו רעדן באופן כללי, אבער וויבאלד עס איז געווארען זייער פערזענליך וואלט איך געוואלט בעטן די הנהלה אז זיי זאלן עס אפשפארען און אוועקפירען.
מ'דארף נישט גארנישט פארשפארן, עס זאלן אלע שרייבער (אלע לאו דוקא) האמערן געגן מיר, וועל איך מיר אויך היבש ווייניג צעקראצן. איך נעם עס נישט אן א פערזענליכע פייט.
די איינציגסטע אמת'ע נעמען דא זענען מיינע און שלום דין, און כ'גלייב אז אים באדערט עס אויך גאר ווינציג. זאל ער מיר פאררעכטן אויב נישט.
פארקערט, צומאל איז עס א פרייליכער אמיוזמענט, און אמאל אפילו א טראגי קאמישע רחמנות. אבער ס'איז גוט זיך אויסצוגעבן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארצן.
ווי אויך איז פאר מיר וויכטיג צוהערן פון איבעראל, יעדעמ'ס מיינונג, און נאכדעם טאן וואס איז דאס בעסטע פאר מיר. די חכמה ליגן דאך ביי די תורה לערנער. מ'דארף שטענדיג זיין גרייט צוהערן.
די גבאים וועלן זיכער פארשטיין וואס איז ס'ריכטיגסטע צו טאן.
אני לכשעצמי וואלט נישט אוועקגעלאפן פון א דרשה, אדער קאנפיסקירט די רעקארדינגס, אויב צעהיס איך מיר אדער צערינט זיך מיר די נאז אינמיטן, אדער אפ' אויב איינער פרעגט מיר גוט אריין אין די דרשה.