ספר הזכרונות, די שרעקליכע עוולות פין די פעלקער צי אונז אידען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

ספר הזכרונות, די שרעקליכע עוולות פין די פעלקער צי אונז אידען

שליחה דורך חזקיהו המלך »

לייינענדיג דא אין דארט קומט מען אסאך מאל אקעגען שרעקליכע עוולות וואס איז אפגעטוהן געווארען צי אונז אידען דורעך די אומות העולם,

וויל איך עס דא אריינשרייבען, אזוי אז ס'זאל ווערען פארשריבען לזכרון די געמיינקייט פין די אומות, אפילו די אזוי געריפענע ציוויליזירטע אומות,
-------

פריער האב איך געליינט איבער עטליכע הונדערט יודישע קינדערלאך, קאלעכיגע יתומים, וואס האבען בשעת די צווייטע וועלט קריג זיך געראטעוועט קיין איראן, אין געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל,

אין קודם האט מען זין געדארפט זייער פלאגען ביז מען האט געקענט פועל'ן פאר זיי רשות צי אריינקומען אין ארץ ישראל,

אין נאכדעם, האבען זיי געדארפט פארען דורעך איראק צי אנקומען קיין ארץ ישראל, האט מען געבעטען די איראקער (וואס איז דאן געווען אינטער ענגלישע איינפלוס) אז זיי זאלען זיי לאזען דורעך פארען, אין זיי וועלען אפילו נישט ארויס טרעטען פין די באו אויף איראקער ערד, אבער ס'האט גארנישט געהאלפען, זיי האבען קיין רשות נישט באקומען, אין זיי האבען געדארפט פארען דורעך אינדיע, דאס מיינט זיי האבען געדארפט ארום פארען א האלבע וועלט צי אנקומען קיין ארץ ישראל,

איראן איז געווען אינטער ענגלישע איינפלוס, אין האט דאן באקומען מיליטערישע הילף פין אמעריקע, אבער ס'קיינעם נישט אנגעגאנגען די נעבאכיגע אידישע יתומים, אזש אפילו פשוט דורעך פארען מיט די באן האט מען זיי בשום אופן נישט געלאזט,

אוי באשעפער ווי ווייט קען גרייכען די שנאה אין די האס צי דיינע קינדער, אזש אפילו ווען די וועלט האט שוין געוויסט אז מען טרינקט די בלוט פין דיינע קינדער אין אייראפע, האט קיינער נישט געהאט קיין ברעקעלע רחמנות אויף געראטעוועטע קאלעכיגע יתומים,

קומה ה' ויפוצי אויבך וינוסו משנאך מפניך,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נא, לאמיר אנפאנגען מיט א ליסט:
מצרים
בבל
רוים
ענגלאנד גירוש
שפאניא גירוש
פארטיגאל גירוש
אמעריקא פאר נישט באמבאדירען אוישוויץ

וואס נאך??
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גזירות ת"ח ות"ט
אינקוויזיציע
די ישמעאלים לכל אורך הדרך, פונעם ברענגען זאלציגע קריגלעך צו מאכן די אידישע בייכער פלאצן עד ימינו אלה, ימ"ש
קרייצציגלער
ואחרון, נאציס ימ"ש
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:גזירות ת"ח ות"ט
אינקוויזיציע
די ישמעאלים לכל אורך הדרך, פונעם ברענגען זאלציגע קריגלעך צו מאכן די אידישע בייכער פלאצן עד ימינו אלה, ימ"ש
קרייצציגלער
ואחרון, נאציס ימ"ש

אינטרעסאנט. כ'האב אייביג געמיינט אז די ישמעאלים זענען פיינע, ארנטליכע מענטשן. ווען נישט די ציונים וועלכע פראקטיצירן א שרעקליכן התגרות באומות וואלטן די אידן געלעבט בשלום ובשלוה מיט אונזערע קאזינס די אראבער. הרב קאפלאן זכותו יגון עלינו זאגטאך אין טעיפ אז די אידישע שכינים און די אראבערס אין חברון האבן גלעבט אזוי גוט אז די אראבישע גוי'טעס האבן געוואטשט די אידישע בעיביס און מ'האט געטריקנט די וועש אויף איין שטריק. נאר די ציונים (ימ"ש?) האבן אלעס קאליע געמאכט. זיי האבן געצווינגען די וואוילע אראבערס צו נעמען מעסערס און אנדערע כלי רציחה און אויסהרג'נען די אידן.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גלייב נישט יעדנ׳ס בי עס ווי א בעל עגלה..
אבער אנעסטלי, אראבער זענען פון אייביג אן געווען רוצח׳יש געשטימט, אונז האמיר דאס געלערנט אין חדר, און אוודאי איז נישט קיין סתירה אז מעגליך האבן זיי געלעבט גוט מיט די אידישע שכנים. ארנטליכע רוצחים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאליפאפ האט געשריבן:גלייב נישט יעדנ׳ס בי עס ווי א בעל עגלה..
אבער אנעסטלי, אראבער זענען פון אייביג אן געווען רוצח׳יש געשטימט, אונז האמיר דאס געלערנט אין חדר, און אוודאי איז נישט קיין סתירה אז מעגליך האבן זיי געלעבט גוט מיט די אידישע שכנים. ארנטליכע רוצחים.

לידיעת הרב לאליפאפ שליט"א. די אויבנדערמאנטע תגובה איז געשריבן געווארן מיט א סארקאסטישע כוונה תחילה. כ'האב מיר פארגעשטעלט אז דו וועסט עס אליין כאפן. ס'איז מובן מאליו אז אפילו א בעל עגלה אדער א ראשעשיווע 'עט ענדערש גלייבן פאר רש"י און א מדרש ווי די היינטצייטיגע חכמים (להרע(.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

איין עפיזאד אבער עס רעדט ווי טויזענט,
[געליינט אין דעם בוך "ווען די וועלט האט געברענט" פין חיים ליבערמאן, ער האט געשריבען באריכטען אין איינע פין די יודישע צייטונגען אין אמעריקע בשעת די צווייטע וועלט קריג, אין נאך די קריג האט עס ציזאמען גענומען די באריכטען אין געמאכט דערפין א בוך "ווען די וועלט האט געברענט"],

"מאמע קוק נישט"


עס דערמאנט זיך איין באריכט וועגען די גרויליכע גרויזאמקייטען וואס די דייטשען ימ"ש זענען באגאנגען קעגען די יידן פין פוילען,

די דייטשען, דערציילט דער באריכט, האבען גענומען פייניגען א יידיש מיידעלע פין אכט יאר פארענט פין איר מאמע, אין דאס יידישע קינד אינמיטען פין איר שרעק אין ווייטאגען, האט פינדענסוועגען געהאט דעם גרויסען כח צו באגרייפען ווי שרעקליך איר מאמע האט געליטען זעהנדיג ווי איר קינד ווערט געפייניגט אין צעפליקט אויף שטיקער,

עס איז נאטורליך אז דאס מיידעלע זאל שרייען צי די מאמע נאך הילף, אבער נישט אזוי איז עס געשען, אנשטאט צי שרייען מאמע העלף מיר ! מאמע ראטעווע מיר ! האט זי גאר געשריגען:

מאמע קוק נישט !

אט יענער געשריי, מאמע קוק נישט ! קומט אויפען געדאנק יעצט ווען מיר ליינען איבער די דייטשע מפלות, ווען זייערע פירער זאגען זיי נישט צי קוקען אויף די מפלות נאר ווייטער זיך שלאגען,

נאר עס וועט זיי נישט העלפען דאס נישט קוקען, אזוי ווי די קערפער פין יענע יידיש קינד איז ציפליקט געווארען אויף שטיקער, אזוי וועט די קערפער פין דייטשלאנד ציפליקט ווערען אויף שטיקער,

אין ווען נישט נאר דאס דייטשע לאנד אין די דייטשע שטעט זאלען ציפליקט ווערען אויף שטיקער, נאר ווען מיליאנען דייטשע קערפער'ס זאל צעפליקט ווערען אין פיץ פיצלעך, וואלט עס נאכאלץ נישט גענוג שטראף געווען פאר אט יענעם איינציגען יידיש נפש, וואס האט אינמיטען פין איר אומגעהויערען פיין אינזין געהאט צי פארהיטען איר מאמע פין איר פיין אין געשריגען: מאמע קוק נישט !

אין דעם הארצען פין דעם גאנצען דייטשען פאלק, אין אלע זיינע פאעזיעס אין פילאזאפיעס אין קינצען צאמגעשטעלט אינאיינעם, איז נישטא אין איז קיינמאל געווען אפילו א שאטען פין יענע נשמה'דיגע גרויסקייט וואס די דאזיגע יידישע מיידעלע האט אויסגעשריגען צי די וועלט מיט איר ריף: מאמע קוק נישט !

ארץ ארץ אל תכסה דמם,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען אלע וואסערן וואלטן געווען טינט, און אלע ביימער פעדערן, און אלע הימלען פארמעט, און אלע איינוואוינער פון דער ערד שרייבער, וואלט מען נישט געקענט באשרייבען די אלע צרות, רציחות, וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט בימי הזעם, און די יארן תרצ''ט ביז תש''ה, דורך דעם פארגעשריטענעם און דיסיפלינטען דייטשע פאלק, מיט זייער גרויזאמער פירער דער געוועזענער מאלער יונג, דער רוצח כל הדורות, דער רשע היטלער ימ''ש.

דער נביא קלאגט, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה את חללי בת עמי, דאס איז געווען ביים חורבן בית המקדש, אבער ווען מען רעדט פון די צרות וואס מיר האבן מיט געמאכט ביי דעם דייטש, איז שווער זיך מצמצם זיין, מען ווייסט גארנישט וואו אנצוהייבן, די צרות און די געטאס, דאס פארן אין די בהמה וואגאנען גאנצעטע טעג צוזאם געשטופט אן קיין לופט צו אטעמען, די טרויעריג בארימטע סעלעקציעס, וואו די מלאכי חבלה האבן צוטיילט מאמעס פון קינדער, די צוואנג ארבייטס לאגערן, די הונגער און דארשט, די אפעל'ס, די גאז קאמערן, וואו הייבט מען אן?

דאס פארראט פון די אומות העולם, וואס האבן זיך פארמאכט די אויגן, און געלאזט אז דער דייטש זאל אויסשעכטען מיליאנען אנשים נשים וטף, דער פארראט פון די ציונים וואס האבן נישט צוגעלאזט מען זאל ראטעווען יודן, כדי אז זיי זאלן קענען באקומען זייער מדינה, וואו הייבט מען אן?

וואו נעמט מען די מקוננים וואס זאלן באוויינען די הייליגע קהילות וואס זענען חרוב געווארן? ווארשע, קראקע, לאדש, קאוונע, ווילנא, און נאך.

וואו נעמט מען די מקוננים וואס זאלן באוויינען די רבנים, די גאונים, די צדיקים, וואס דער דייטש האט פארברענט און די גאז קאמערן?

וואו נעמט די מקוננים צו באוויינען די קרוב צו א מיליאן קליינע פיצל קינדער שלא טעמו טעם חטא, וואס דער דייטש האט ברוטאל אויסגעשאכטען?

וואו נעמט די מקוננים צו באוויינען די מיליאנען יודישע מאמעס וואס דער דייטש האט דערשטיקט צום טויט, מיט ציקלא''ן בי גאז?

וויפיל יודישע קינדער זענען ארויסגעקומען פון אוישוויץ, טרעבלינקע, בעלשיץ, מיידאנעק, סאביבאר, בערגן בעלזן, פלושוב, מיט א קלארן דעת?

עס איז פשוט נישטא וואו אנצופאנגען, וויפיל מען שרייבט נאר דערוועגן איז עס ניטאמאל א טיפה מן הים פון וואס דארט איז באמת פארגעקומען.

די איינציגסטע טרייסט איז נאר, אז ווען משיח וועט קומען, וועט דער אייבישטער דער קל קנא ונוקם ארויסנעמען די אלע רשעים, וואו הימלר, געבעלס, מרטין בארמאן, הערימן גערינג, מיט זייערע נאכשלעפער, פון גיהנם, און טאן מיט זיי וואס זיי האבן געטאן מיט אונז.

נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

צו חזקיהו המלך

שליחה דורך berlbalaguleh »

Powerful.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

צו קאך לעפל

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו שרייבסט זייער א רירנד שטיקל. נאר כ'האב מורא אז צו מאל לערנען מיר זיך נישט ארויס דעם לימוד וואס מ'וואלט געדארפט. למשל, מ'ווארפטצעך ארום מיט די ווערטער אז "די ציונים זענען ערגער פון די נאציס" וכדומה. צו אזוי ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט געשריבן אז דער דייטשער גוי (ימ"ש) וואס האט געהאלפן פארכאפן דעם עראפלאן מיט די אידן אין ענטעבבע, אוגאנדא, איז געווען א וואוילער גוי, און ר'האט באוויינט זיין טויט. און אז די מדינת ישראל סאלדאטן וועלכע זענען געקומען ראטעווען די אידן זענען רוצחים. ווייל די נאציס ימ"ש און אנדערע רוצחים און שונאי ישראל האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אן ערליכן איד אדער א פושע ישראל. זיי האבן זיי אלע אייניג אויסגעהרג'ט. :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ואחרון הכביד די גויים וואס האבן אונז אנגעברענגט וואקסינען

ימ"ש

ארץ ארץ
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:ואחרון הכביד די גויים וואס האבן אונז אנגעברענגט וואקסינען

ימ"ש

ארץ ארץ

איך זאל לאכן? מ'טאר נישט אזוי שטארק לאכן ערב תשעה באב! :?: :!:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט קיין וויץ, אבער נאכן ליינען די ארטיקל דעם חודש אין דער בליץ פון די 'מיינד קאנטראל' טאקטיקן פון די סי.איי.עי. האב איך ערנסט אנגעהויבן טראכטן אז דער מלך האט א שטארקע פוינט!
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

berlbalaguleh האט געשריבן:דו שרייבסט זייער א רירנד שטיקל. נאר כ'האב מורא אז צו מאל לערנען מיר זיך נישט ארויס דעם לימוד וואס מ'וואלט געדארפט. למשל, מ'ווארפטצעך ארום מיט די ווערטער אז "די ציונים זענען ערגער פון די נאציס" וכדומה. צו אזוי ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט געשריבן אז דער דייטשער גוי (ימ"ש) וואס האט געהאלפן פארכאפן דעם עראפלאן מיט די אידן אין ענטעבבע, אוגאנדא, איז געווען א וואוילער גוי, און ר'האט באוויינט זיין טויט. און אז די מדינת ישראל סאלדאטן וועלכע זענען געקומען ראטעווען די אידן זענען רוצחים. ווייל די נאציס ימ"ש און אנדערע רוצחים און שונאי ישראל האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אן ערליכן איד אדער א פושע ישראל. זיי האבן זיי אלע אייניג אויסגעהרג'ט. :oops: :roll:


אדון berlbalaguleh:

עס זעט עפעס אויס אז די ווילסט דיך אהער שטעלן אלס אזא אויפגעקלעטער, און די פארנעמסט נישט קיין בי. עס. אד''ג

וואו זעסטי אז איך האב געשריבן אז די ציונים זענען ערגער וואו די נאציס?

2 די קענסט מיר מסביר זיין א חילוק פון איינער וואס הארגעט איינעם, צו א צווייטען וואס לאזט נישט ראטעווען איינעם?

די נאציס ימ''ש האבן געהארגעט יודן, די ציונים און שפיטץ פון די רשעים, יצחק גרינבוים ימ''ש דער יו''ר פון דעם סוכנות, מיט חיים ווייצמאן ימ''ש, און חיים בערלאס ימ''ש וע''כ דער צר הצורר סאלי מאייער ימ''ש דער הויפט פון דער דשוינט און שווייץ האבן נישט געלאזט ראטעווען קיין יודן,

איך ווייס אז די גייסט איצט ענפערען אז דאס איז רבי מיכאל בער'ס מעשיות, אן אנפאנגען גיסן גרף של ריעי'ס אויפן גיבור הצלה רבי מיכאל בער ז''ל, וועל איך דיר זאגן אז די בית משפט און מדינת ישראל האט אויך באשטעטיק דעם פאקט אז די ציונים האן נישט געלאזט ראטעווען קיין יודן, ביי די באוויסטע קאסטנער פראצעס, ווען דער אדוואקאט שמואל תמיר האט דאס אלעס אויף געוויזן שווארץ אויף ווייס... און דאס האט צוגעברעגט א קאסנער האבן באקימען א קול און קאפ, פון די ש''ב...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט ראנג אויף (לכה"פ) צוויי פוינטס. דו האסט מיך אמאל געהערט אדער געליינט אז איך זאג א ווארט וועיגן ר' מיכאל בער זצ"ל. אבער דו ווייסט. והשנית. אויסצורעכענען די עוולות און רשעות וואס א טייל פון די ציוניסטישע פירערס זענען באגאנגען אקעגן כלל ישראל איז זייער א לאנגע ליסט. אבער דאס נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז די גויים האבן פונקט אזוי פיינט אן ערליכן איד ווי דעם גרעסטן פושע ישראל. והא ראי' אז אין ענטעבבע, אוגאנדא האבן די עראפלאן פארכאפערס אפגעטיילט צווישן אידן און גויים,און נישט צווישן ציונים און ערליכע אידן. זיי זענען געווען גרייט ח"ו אויסצוהרג'נען די ערליכע אידן צוזאמען מיט די נישט ערליכע.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לעפעלע ,דא איז נישט דער איד מען ימ"ש נישט אזוי שנעל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט