בן תמליון האט געשריבן:נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן. איך האב א געפיל אויף א ניק אז דאס ביזטו געווען אבער נישט אויף 100% זיכער.
עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:19 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:און דאס אז ביי דיר איז דאס אוממענטשליך מיינט ביי מיר נישט קיין סאך, דאס וועט נישט זיין די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע זאך וואס מיר האבן א מיינונגס פארשידענהייט.
איז זעהט אויס האסט נאכנישט געהערט פון מענטשליכקייט. קום איך וועל דיר פארציילען, די ערשטער כלל פון מענטשליכקייט איז אז מיין מיינונג איז נישט דער איינציגסטער, און מדארף זיך רעכענען מיט א צוייטענ'ס מיינונג אויכעט. דינגען קענסטו זיך, אבער מענטשליך.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
- מ. גליקמאן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
יענקל, אויב ביי אונזער פאל וויל די טאטע ער זאל אויפוואקסן "וויזוי ער - די טאטע - איז יעצט", דאס מיינט מחלל שבת, האלסטו אז ער דארף גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט, שטומט? איך דיסעגרי, איך האלט אז אין אזא פאל מעג ער גיין דארט וואו די ווייסע פעפער וואקסט אויך.
ערענסט גערעדט, מיט וואס האלסטו אנדערש ווי מיר ביי די יעצטיגע פרשה? אפשר האלסטו אז ס'איז יא שייך א פשרה, איין וואך א יוד און איין וואך א גוי?
ערענסט גערעדט, מיט וואס האלסטו אנדערש ווי מיר ביי די יעצטיגע פרשה? אפשר האלסטו אז ס'איז יא שייך א פשרה, איין וואך א יוד און איין וואך א גוי?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
יאנקל האט געשריבן: בנוגע א טאטע וואס זעט זיך ארויס פון כת העלבראנץ פארשטייט יעדער אז ער קען פארלאנגען עכ"פ א פשרה אפילו עס איז פאראן די א.ג. "סטאטוס קווא" און "ביינדינג אגרימענט" נישט משנה צו זיין. דאס איז ווייל דער דורכשניטליכער חרדי זעט העלבראנץ ווי מער עקסטרעם ווי זיין לעבנסשטייגער, און ער פארשטייט דעם געפיל פון דער וואס האט מחליט געווען אוועקצוגיין דערפון. אפשאצן יענעמ'ס געשיכטע מיט די אייגענע געפילן איז כלל נישט קיין חכמה - לאמיר זען אויב דו קענסט זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך. נעם אט דעם געפיל וואס דו שפירסט אין הארץ לגבי דער היפאטעטישער העלבראנץ געשיכטע - וואס דארטן פאלן אוועק די אלע טערמינען ווי "ביינדינג אגרימענט" - און פארשטיי עס לגבי א מענטש וואס האט פארלאזט דעם חרדישן לעבנסשטייגער.
מיט דעם לעצטן שטיקל דיינער ברענגסטו גאר גוט ארויס די טענות וואס דער אנדערע זייט האט אויף אונז.
יעדער נארמאלער גוי\פרייער\otd קוקט אן אונזער חרידי'שער לייפסטייל פיל פיל ערגער ווי אונז קוקן אן כת העלבראנץ.
זיי קוקן אונז אן אזוווי מיר קוקן אויף די עקסטרעמיסטישער אראבערס און טאליבאנער וואס לאזן נישט פרויען דרייוון אדער רעדן מיט פרעמדער מענער. זיי קוקען אונז אן ווי א כת וואס ווארפט שטיינער אויף זייערס אן אייגענעם מענטש נאר ווייל ער איז געגאנגען אין צה''ל און זיי שמעקט עס נישט. זיי זעען א כת וואס אז ס'עפענט זיך א רעסטארענט וואס שמעקט זיי נישט וועט מען טון די ערגסטער שריט אים אפצושטעלן, זאכן וואס מ'זעט נישט ביי די גרועים שבאומות זאלן זיך אזוי פירן.
אדער אז זיי קוקן און די תורה, זעען זיי א כת וואס הארגעט מענטשן פארן שעלטן די טאטע, אדער פאר ארויסנעמען א ביין פון די פיש שבת. און זיי זעען א פאלק וואס הארגעט אנשים נשים וטף נאר ווייל זיי שטאמען פון א מענטש מיטן נאמען עמלק, אדער ווייל זיי זענען פונקט געבוירן צו די שבע עממין.
איז ממילא אויב פארשטייסטו אז ביי די העלבראנץ כת איז נישטא קיין טענה פון פארטנערשיפ מיט אגרימענט, ווייל זיי זענען עקסטרעם און אנדערש פון דער דורכשניטליכער חרדי, איז וויאזוי ערווארטסטו אז א גוי אדער א פרייער יוד זאל פארשטיין דיין טענה?
מיר זענען אסאך מער עקסטרעם ווי העלבראנץ אין זייערע אויגן!