א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
דאס לעבן איז שווער. דאס לעבן סאקט, דאס לעבן מוטשעט און נאגט. יעדער ברענגט עס ארויס אויף זיין וועג. רבינו תם אין ספר הישר האט עס געשריבן "העולם נוה התלאות".
דער רמח"ל אין ערשטן פרק זאגט דאך איי, איי, איי, כי מה הם חיי האדם בעולם הזה, או מי הוא ששמח ושליו ממש בעולם הזה. ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה ורהבם עמל ואון, (תהלים צ), בכמה מיני צער וחלאים ומכאובים וטרדות, ואחר כל זאת, המות. אחד מני אלף לא ימצא שירבה העולם לו הנאות ושלוה אמיתית. וגם הוא, אילו יגיע למאה שנה כבר עבר ובטל מן העולם.
דער אלטער איד אין מקוה, אזוי ווען א טישו הענגט אונטער און ער באכלעפטשעט זיך קוים מיט זיינע אלטערנאטיווע מאגענאטישע באשטאנדטיילן וואס א חזקיהו-המלך דאקטאר האט אים אנגעהאנגען, קרעכצט ארויס א אנחה המשברת כל גופו של אדם "אוי, שווער צו זיין א איד...." (העי, א דזשים ביי די דרייסיג האסטו אמאל געטרייט...)
דער גויאישער יהושע בהמה, הלא הוא ר' פארעסט גאמפ דרוקט זיך אויס מיט זיין לשון "שיט העפאנס" און די פראפעסיאנאלע מתרגמים האבן עס שוין מתרגם געווען ללשוננו "צואה פאסירט", אדער "שיטן שיט זיך"
על כל בנים ובני בנים, מע' מוטשעט זיך.
הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז געשאנקען דעם קאווע שטיבל, און אריינגעגעבן בלב חכמיו ועבדיו איר אזוי פאסיג א נאמען צו געבן "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
באקאנט איז דאך די חז"ל "ואין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שמכריזים עליו מלמטה" שוין טויזנטער דורות וואס מען מוטשעט זיך וואס די חז"ל מיינען, פארוואס פונקט נוקף אצבעו. דבר זה שאלו לנביאים ולא פרשהו. נישט די חכמי אתונה האבן עס געקענט ערקלערן, נישט די מקובלי פרובאנס, נישט די גורי האר"י און נישט די תלמידי הבעשטה"ק,
ר' עזריאל פארציילט אז דער רבי האט אים אויך אמאל געפרעגט גענוי דאס, געווען איז דאס ביי א געלעגנהייט ווען דער רבי האט געטרונקען א קאווע, אך, דעם רבינס פנים האט געשיינט ווען ער האט עס געפרעגט, זאג נאר זריאל, האט דער רבי געפרעגט "וואס איז דער נוקף אצבעו?
היינט, באחרית הימים זעהט מען די נבואה, די נוקף אצבעו איז דאס טייפן אותיות אויפן קלאפער-געצייג.
די אותיות קומען צו לויפן צום מענטש און בעטן אים "מאך פון מיר ווערטער" די ווערטער בעטן "מאך פון מיר א פאראגראף" און די פאראגראפן בעטן "מאך מיט מיר א מאמר" זייער תכלית איז איינס, צו משמח זיין אידן אין די שווערע צייטן.
וואס גוטס קענען מיר טוען מיט די נקיפת אצבעות? מאכן אידן שמייכלען, זיך אפרוען און הנאה האבן!
די תכלית הבריאה איז "להתענג"
די טבע איז צו זיין בעטריבט פון די שווערע עול החיים, די ריחיים של יד על צווארו, אבער די שבירת הטבע איז צו לעבן און לאכן, להתענג.
אזוי שרייבן אלע ספרי קודש, א מענטש דארף זיך האלטן בשמחה. גיין א נ-נח קאפל אבי צו זיין בשמחה, גיין א גאלדענע-זילבערנע בעקישע אבי צו זיין בשמחה!
מיר לעבן אין שווערע צייטן, ווען יונגעלייטל'ך מיט די מוטער מילך נאך נישט גענצליך אפגעווישט זענען זיך העפטיג נוקם אין היטלער יערליך. איש הירא ורך הלבב איז נוטע כרם, מארס אשה און מוליד בנים ובני בנים אין די מלחמת החיים, און אויב איז עס נישט גענוג טראגט ער נאך דאגות פון שונאי ישראל און גזירת הגיוס און רובאשקין און נחום, און אהרן זלמן לייב מיט חיים שאולזאן מיט OTD און זיין שוויגערס ביטערניש, זיין מומע'ס שלום בית און זיין שכן'ס קענסער.
האט הקב"ה אריינגעשיינט די אור פון קאווע שטיבל. א פלאץ ווי מען זאל נישט קוקן שמוציגע בילדער, נישט ליינען אפיקורסות, נישט טונקען זיך אין גויאישקייט נאר כמשמעו "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
א ריכטיגער סימבאל פון א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען זענען אזוינע טייערע ווי קאווע טרונקער, א רוהיג יונגל צו שמועסן און פארברענגען. יואב, א פרייליך יונגל צו לאכן און הוליען,
שמעקעדיג, א זיס יונגעל צו באקומען אביסעלע מיטגעפיל און ואורעמקייט. זר זהב- א געשמאק זיס יונגל, אייביג אוועילעבל, יאנקל-יידל-יאיר-געפילטע פיש-יואליש-מאראנצן זאפט ודומיהם, רוהיגע יונגעלעך צו שמועסן, קלוג ווערן, שטודירן און הנאה האבן. לעיקוואד-מח שליט-לולקע ציבעך-תחכמוני- קלוגע יונגעלעך צו פארטיפן זיך און הנאה האבן. און נאך אסאך אסאך טייערע אידן, אשרי חלקם.
האלקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים. ליידער, ליידער געוויסע אשכולות פארפירן די תכלית פון קאווע שטיבל.
איך גיי זיך יעצט אנטון די פראק און זאגן אזעי: לאמיר אפלערנען "א רוהיג ווינקל, צו שמועסן און פארברענגען" וואס שטייט דא?
הא, רבותי, געוואלד, נורא נוראות (הייזעריג) וואס שטיייט דא?
שטייט דא אזוי, שטייט דא פיר תנאים אז קאווע שטיבל זאל זיין קאווע שטיבל: "רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען".
וואס איז קאווע שטיבל, איז עס דען א מקום?
איז דען פארהאן א דין אזא פון מקום אין א מושג רוחני, א מושג בלתי נתפס פון אינטערנעט, ווי עס איז ניט פארהאן קיין קנינים, קיין שטחים, קיין ד' אמות של אדם קונה און קיין דינא דבר מצרא, אלא מאי, קאווע שטיבל איז א דין אזא אין ציבור, און אויב פעלט די פיר מושגים איז דער ציבור אן אנדערער!
רבותי, אויב פעלט, רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען איז דאס קיין קאווע שטיבל ניט!
יא, יא, רבותי, עס זעט אויס שארף, אבער דאס איז דאס , אויב פעלט, רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען איז דאס קיין קאווע שטיבל ניט!
נו, אוואס זענען די פיר דינים פון רוהיג, ווינקל, שמועסן און פארברענגען?
רוהיג מיינט לאפוקי אנגעצויגן, רוהיג איז ווי א מענטש וואס האט געדאווענט גוט, געגעסן גוט, געשלאפן גוט (גוט קומט מיט א קמץ) און איז רוהיג!
רוהיג איז א דין אזא ווי שבת נאכמיטיג, און נישט ווי א איד אין די שבוע שחל בו תשעה באב.
א ווינקל איז טייטשט, נישט קיין רשות הרבים, אויך נישט קיין רשות היחיד, א ווינקל אזא, א כרמלית!
נישט א הייסע מקוה ווי מען טענה'ט זאך, נישט קיין רשות היחיד ווי מען לופטערט משפחה זאכן, אזא פארק אזא, א כרמלית!
אויב דארף מען זיך קריגן אין שטוב זאכן, טוט מען עס אין שטוב דארטן לאזט מען פליען טעפ, אויב טענה'ט מען זיך יא אין א כרמלית טוט מען עס מיט א שמייכל, מיט א רוהיגקייט!
שמועסן ווידער איז ניט די כוונה אדורכשמועסן א געוויסן ענין הצריך ליבון ובירור, א עמקות שמועס, דאס איז באדייט ריידן. שמועסן איז אזא עונג'דיגע מושג פון שמועסן לשם שמועסן!
פארברענגען איז שוין א מושג לעצמו, דאס באדייט אהבת חברים, פארברענגען, לאכן, און האבן עונג.
עד כאן דברי הרב
מכאן ואילך דברי בנו ותלמידו:
ווען מען ברענגט דא אריין גאנץ פוט-סטעפס מחד און וועד הפועל שעל ידי התאחדות הרבנים לאידך, ווערט ענג די מצב דא, ווען מען איז מברר ומלבן די נושאים פון OTD קען ווערן היציג און ווייטאגליך, ווייל עס איז באמת א ווייטאגליכע נושא, א נושא וואס ליגט אליבא דאינשי.
אבער לעומת זה איז עס וויכטיגע נושאים, וואס מען דארף אויסשמועסן! עס איז אמת'ע נושאים, מיר זענען נישט אזוי ווי די היימישע צייטונגען וואס וועלן ליבערשט רעדן איבער א בית החיים אין א עק ארץ ישראל וואס איז א ספק חמור און א ספק גוי און א ספק טראקטאר האט עס ספק בארירט, ווי איידער איבער די נושאים וואס פייניגן אונז, די האוזינג, די שכר לימוד, די שידוכים, די דראפ אוטס, די מאלעסטעישאן, די מחלוקת וכדומה.
מיר מוזן עס מלבן זיין, ווי דען אויב נישט דא, דא ווערט עס גאר גוט מלובן דורך חכמים ונבונים.
אבער, מיט רוהיגקייט, באופן פארברענגען. מיט רעספעקט און מיטגעפיל. אזוי אז עס זאל זיין א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.
איך וואלט מציע געווען אז אויף יעדע עיונ'דיגע און אנגעשטרענגטע תגובה, זאל מען אריינווארפן אפאר לייכטע ווערטער איבער מילקשעיקער רבי'ן. נאך יעדע וויכוח צווישן שלום דין מיט בדחן מוז מען האבן אפאר מאדנע פיקטשערס פון א נ-נח, וברם זכור אותו האיש לטוב, לעיקוואד, ער שרייבט עיון און עמקות, אבער אויך אונז מהנה מיט זאראטוסטרא, מיט זיסע רייד און רוהיגע ווינקלעך, וכן נהגו הרבה מאוד אצלנו. נאך יעדע וויכוח איבער מעלעסעטישאן, שרייבט א טפשות'דיגע שטות אין די פיר ווערטער אשכול, נאך יעדע הייסע וויכוח איבער סאטמאר אדער איבער גיוס בני הישיבות, שרייבט א בהמה שטיק וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס איבער כאטצימאטידיס אדער א נארישע דזשאוק ביי מילתא דבדיחותא,
נאך יעדע הייסע קאווע אן צוקער, טרונקט א זיסע אייז-קאווע, נאך יעדע מאל ווען מיר זענען "א צענטער צו מתווכח זיין און זיך פארטיפן" זאל מען צוריק ווערן "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
(פאר די וואס פרעגן אין אישי, יא, מען ארבעט ביטער שווער. אויב האט דער שיבער שווייס ביים באקן, אוי וואס טוט זיך אפ, יעצט ביים שניידן די ווייץ, לעצטנס איז די מנהג אז מען דארף א היתר מאה רבנים צו שניידן ווייץ, איך ווישער דארף זיי אלע (דאוארענט-לאזע) רבנים ווישן, שוין, אבי מען שוויצט, שכוח, איך לויף צוריק צום בולדאזער)

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

גנדי האט געשריבן:שיחות חולין של ת״ח צריכין לימוד.
כהאב נישט פארשטאנען וואס איז דאס?
חכמי פורבאנס
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%A0%D7%A1
Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
גנדי האט געשריבן:קופרניקוס געוואלדיג!
ווען מיין רבי קטלא קניא איז פארנומען מיט שידוכים אדער ארלוב (ריכטיגער ווארט?) און שרייבט נישט. דערהאלטסטו מיר ביים לעבן.
שיחות חולין של ת״ח צריכין לימוד.
כהאב נישט פארשטאנען וואס איז דאס?
חכמי פורבאנס
im doing the leg work for you
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%A0%D7%A1
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך קען שוין אויפהערן לייענען מיט א ליטווישע הברה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן תמליון האט געשריבן:ביזט דא צוריק דו משוגענער קופערניקעס? ווער'ט דיר אייננגערעדט אז קענסט שרייבן?
דזשאסט קידינג, סא גלעד טו סי יו בעק האגס ענד קיסעס דיער.
בן תמליון: דו לערנסט ווי רב אדער ווי שמואל תפס לשון ראשון אדער לשון אחרון. איך בין אינגאנצן קאנפיוז'ד. ס'איז געוועין אמאל א מעשה אין די אלטע צייטן. איינער האט געוואלט מאכן א דזשאוק מיט אן אלטע אידענע. ר'האט איר געזאגט "מ'האט געשחט'ן דיין זון...כמעט. נאר ביז ר'האט ארויסגעזאגט דעם כמע"ט, איז פרחה נשמתה!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1301
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
- האט שוין געלייקט: 1684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען שוין אויפהערן לייענען מיט א ליטווישע העברה?
מעיגסט אננעמען א הגה"ה פון א בעל עגלה אויך. ס'איז "הברה". חוץ אויב דו לערנסט פשט "העברה" איז פון לשון עברי (איוורעה..(
ער האט געמיינט די ליטווישע כוח פון העברה לחלק יצאה..
הבערה לחלק יצאת...
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
קופערניקס איז א סוחר עצום. זיץ איך מיר דא ווי א נער און שרייב און שרייב, איך קלויב צוזאם איין לייק דא 2 לייקס דארט און מער מאל זערא לייקס. נאך א צוויי וואכן זאמעלט זיך אן 30 שטיק. קומט קופערניקס נאך א צוויי וואכן וועקעשאן און נעמט זיך אפ זיינע 30 לייקס און וישן ויחלום שנית...
הלוואי אויף מיר אזא טאלאנט. גוד פאר הים
הלוואי אויף מיר אזא טאלאנט. גוד פאר הים
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אז דער בעל עגלה איז גערעכט איז ער גערעכט. פאראכטן.
@מאטי, א לעיק? לייקן קען נאר א חסיד.
@מאטי, א לעיק? לייקן קען נאר א חסיד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אוי קופערניקוס, איי'ם אין לאוו וויט יו. איך דארף דיר עס גארניט זאגן. איך קום אריין, איך לייען דיינס א גוט'ס און איך קען ארויסגיין טוהן מיין טאג-ארבעט. די טאג אינדערהיים איז שוין גענצליך אנדערש. מיין פרוי פרעגט מיר פארוואס די מאדנע שמיררנדע שמייכעלע באצירט מיין געזיכט, פון די ערשטע רגע איך האב אריינשפאצירט אין הויז. וואס זאל איך איר זאגן? אז דער סייענטיסט קופערניקוס פארשטייט אויך ווי צו מאכן עמיצן אין די גלייזן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.