אין א פרעצעדענטלאזער שריט פון אחדות וואס איז נאך נישט געהערט און געזען געווארן מאז היתה לגוי ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה וואס גלייבט זיך נישט די אויערן. א שיינער צאהל רבנים, אדמורי''ם, דיינים, יחסנים האבן זיך אראפגעזעצט מיט מערערע בעלי בתים, ארבעטס אינגעלייט און סתם עמך אידן צו נעמען שטייפע שריט אקעגן די באקריוועדינג וואס ווערט אדורכגעפירט איבער זיי מידי יום ביומו מידי שבוע בשבוע אויף מערערע ערטער.
הגם דאס אחדות צייגונג איז מכח א גזירה וואס האט נישט פארזעהן קיינעם פון זיי, יעדער פון זיי האט אן אייניגע אינטערעסע דא, און דאס צו אפקעמפען מוז עס זיין מיט א כח הרבים. קען מען דאך נישט איבערהיפן דאס אומגלויבליכע מחזה הוד ווי עס זיצן ביינאזאם כאיש אחד אויף רינדיגע טישן אן קיינע אויבן אן'ס פון די סאמע גרעסערע רבנים און אדמורי"ם ביז דער קלענסטער (ענדערש גרעסטער) טוילעט אויפשטאפער אלע מיט אייניגע פארכמורעטע פענעמער וואס שרייט ארויס יארן פון צער און אויפגעגסענקייט און זענען דא מיט איין ציהל צו ראטעווען דעם מצב, א שעדליכער מצב וועס האט לעצטענס אנגענומען א נייע שטופע. און אויסשרייען אז מער וועט מען זיך נישט לאזן מאנאגופירן און צעלעקערטין פון די עליטע!
~~~~
מיר דארפן נישט פאר קיינעם אויסזאגן פון וואס מ'רעדט דא ליידער, סזיכער דא ליינערס דא וואס זענען אליינס געפאלן א קרבן צו די גזירה. אבער אין די לעצטערע עטליכע יאר איז עס מער מערקבאר געווארן אין די צייטונגען און מאגאזינען. איר באטייליגט זיך ביי א מסיבה, צומאל פארט איר שעה'ן אנצוקומען צו דיין רבי'נס מלוה מלכה. דו ביזט זיך משתתף ביים פטר חמור, א גבאי שלעפט זיין רבי'ן צום פראטעסט, דער הויז בחור צווינגט זיין רב צום אינטערנעט פראטעסט. איך און דו שטעלן זיך ביים פאטאגראפירער'ס לענס אזוי פונקט אינדערמיט, דער גבאי וועהלט אויס א פלאץ פאר זיין רבי'ן וואס ער האלט וועט זיין פונקט אינמיטן די בילדער כאפער'ס אויג.
אבער וואס ווען ווי? ס'קומט סוף וואך און מ'נעמט אפיר די פובליקעשענס. יעדער בילד זאגט פאר א "טייל" אויבן אן, מיין רבי איז נישט דארט. א "טייל" עולם אויף די רעכטע זייט און א "טייל" אויף די לינקע זייט. וואו בין איך? כ'בין נישטא.
די גבאים גיבן איבער די שוידערליכע אינצידענטן און אויסבראכן וואס קומען פאר ווען זייערע הארן דערזעהן זיך נישט אין די בילדער.
~~~~
מער איבער די פלענער פון "חלק כחלק", וועט נאכפאלגן.
דערווייל זוכן מיר א שיינע לאגא, א דאנק.
ביישפולאז! רבנים און עמך אידן גרינדן 'חלק כחלק' ארגעניזאציע
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ביישפולאז! רבנים און עמך אידן גרינדן 'חלק כחלק' ארגעניזאציע
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
א שוואכע נאמען פאר אן ארגעניזאציע וואס איז אנטי "חלק פון די עולם"...
אבער אז די כוונה איז א גוטע, זאל דער אייבישטער העלפן...
לויט ווי כ'הער, איז הערשל שרייבער דעם בריח התיכון פון דעם נייעם ארגעניזאציע, און לייגט פאר א פלאן אז זיין קאמפעני וועט ערצייגן נייע סארט אפאראטן וואס פילמ'ן אפ דעם גאנצען ליידיגען זאל אין איין בילד.
אבער אז די כוונה איז א גוטע, זאל דער אייבישטער העלפן...
לויט ווי כ'הער, איז הערשל שרייבער דעם בריח התיכון פון דעם נייעם ארגעניזאציע, און לייגט פאר א פלאן אז זיין קאמפעני וועט ערצייגן נייע סארט אפאראטן וואס פילמ'ן אפ דעם גאנצען ליידיגען זאל אין איין בילד.
Under influence