מעלות פון זיין א היימישער איד
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מעלות פון זיין א היימישער איד
איך ווייס עס איז שוין געווען אן אשכול אויף די מעלות פון אונזער סיסטעם, אבער איך וויל דא עפענען א אשכול צו רעכענען די מער פראקטישע און פשוטע מעלות פון זיין א חסידישע/היימישער יוד, אין פשוטע פראסטע זאכען. אלע זענען געלאדענט זיך באטייליגען דערין, או טי די קאווע טרינקערס אייוועטלינקעס בדחנים שיכורים באמעס ווער עס זאל נאר זיין.
איך הייב אן מיט א קליינער ליסטע, והמוסיף יוסיפו לו מן השמיים.
* אין יעדער חסידישער שוהל קען מען כאפן א קאווע בחינם. ווער עס גייט אמאל קויפען א קאווע אינדרויסען ווייסט וואסארא ריזיגע חילוק דאס איז. טאקע די חסידישע קאווע האט נישט אזא ווייסע פאום פון אויבען, אבער עס איז נישט ווערט קיין צען דאלאר..
* די חסידישע רעקלעך, ווער רעדט נאך פון די וועסטס, זענען פיל מיט גרויסע טאשען ווי מ'קען אריינשטעקן אלעס פון פעיפערס ביז פענס, געלט, קרעדיט קארדס, צוויי דריי טעלעפאנען (א כשר'ע טריפה'נע און פארעווע), אפאר פאר זאקען, און אלעס נאך וואס מ'דארף איבער'ן טאג, אלס אן עס זאל זיך ארויסזעהן בכלל.
*פאר צוויי דריי דאלאר האסטו א ווארעמע וואנע/מקווה זיך צו ווייקען אין אינדערפרי, און אויב ביסטו א גנב קענסטו אפילו זיך אריינכאפן מיט'ן חבר'ס קארד און קיינער וועט נישט שטערן..

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
* ווען איר דרייט זיך אין א שאפינג מאל, עירפארט, צו וואס, בפרט אין ישראל, פראבירט נישט עפעס א 'תמים' אייך אנטוהן תפילין אדער מחזיר בתשובה זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
* ביי די שמחות פון די אייניקלעך זענען די זיידעס, עטרת זקנים, די חשוב'סטע מחותנים, מען רעכנט זיך מיט זיי, מען גיט זיי דעם אויבן אן, בשעת אין די אלגעמיינע וועלט באקומען זיי נישט זייער פארדינטן רעספעקט אינעם אלטנס-היים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.
רוב עלטערע אידן ביים היימישן עולם קענען קוים ווארטן אויף די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, זיי קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.
וירח ה' את ריח הניחוח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יא, אפשר טאקע באלאנגט עס אין שמייכל.. אבער איך מיין דאך ערנסט..
די פאר זאקען האב איך נאר אריינגעלייגט אויף מדגים זיין די סייז, נישט אלץ ערנסטע הצעה..
די פאר זאקען האב איך נאר אריינגעלייגט אויף מדגים זיין די סייז, נישט אלץ ערנסטע הצעה..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
* אז איר זענט אין חדר, ישיבה, אדער כולל, און איר האט געבט'לט די גאנצע צייט איין זמן, נישט געלערנט קיין אות אחת, קענט איר נאכאלץ זיך נעמען לערנען די אנדערע זמן און ווערן די בעסטער בחור און קיינער וועט נישט געדענקן וואס איז געווען. ביי די נארישע גוים אין פאבליק סקול אדער קאלעדזש וועסט אלעמאל בלייבען מיט א לאך אין דיינע מארקס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:*פאר צוויי דריי דאלאר האסטו א ווארעמע וואנע/מקווה זיך צו ווייקען אין אינדערפרי, און אויב ביסטו א גנב קענסטו אפילו זיך אריינכאפן מיט'ן חבר'ס קארד און קיינער וועט נישט שטערן..
סתם א זייטיגע הערה אויפן חשבון, וועלכע טוט פארגרעסערן די מעלה:
אז דו האסט א מקוה קארטל וועלכע קאסט דיר $25 א חודש (מאנכע בעטן נאך ווייניגער) און דו רעכנסט אריין 30 טעג יעדן אינדערפרי בנוסף צו לכה"פ 4 מאל עש"ק, און ווער רעדט נאך פון ערב יו"ט, קומט דאס אויס צו ווינציגער ווי 75 צענט יעדע מקוה/וואנע/שויער.
און פארגעס נישט צוצולייגן די געפלוידעריי וואס טוט זיך דארט אפ, די סאמע גרעסטע סודות און דעליקאטע ענינים העומדים על הפרק ומתחת הפרק ווערן דארט געשמאק אויסגעלופטערט בשעת מען זיצט האלב אויסגעטון מיט איין פוס אויפן צווייטן -
וירח ה' את ריח הניחוח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
* אז עס כאפט אייך ממש אן א יצר הרע, איר לעכצעט אויף עפעס א מורא'דיגע עבירה אדער כפירה, קענט איר זיך אויסדרייען אין פאליש און זאגען אזוי שנעל שטילערהייט צו נאבאדי אין פארטיקלוער "די רעבעזכיסעאגענעליינו איז נאר געווען איין שיטה, רב קוק האט אויך געהאט א צד, אלו ואלו", און זיך שפירען ממש אויפגעקלערט און האבען אויף וואס תשובה צו טוהן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:* די חסידישע רעקלעך, ווער רעדט נאך פון די וועסטס, זענען פיל מיט גרויסע טאשען ווי מ'קען אריינשטעקן אלעס פון פעיפערס ביז פענס, געלט, קרעדיט קארדס, צוויי דריי טעלעפאנען (א כשר'ע טריפה'נע און פארעווע), אפאר פאר זאקען, און אלעס נאך וואס מ'דארף איבער'ן טאג, אלס אן עס זאל זיך ארויסזעהן בכלל.
לעיקוואד ווערט מיר א לץ אויף די עלטער..
א נישט-חסידישע איד האט איין פאון, עס פיט פונקט אריין אין זיין גראדע טאש אויף די jeans, ממילא דארף ער נישט קיין עקסטער טאש פאר א כשר'ע; א פען דארף ער אויך נישט, זיי שרייבען נישט אונטער קיין קול קורא'ס, פארוואס דארף ער א פען? מיט זאקען מוז ער נישט גיין.
Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
לעיקוואד, זייער א גוטער טאפיק. און איך וועל צולייגן.
פראביר נאר אמאל אויפצושרייבן אין א גראסערי אין א גויאישע געגענט.
זוך א דזשאב אדער אן אפארטמענט אן א גוטע קרעדיט סקאר.
זוך א גמ"ח, אינטערעסט פרי לאון.
טיילווייז צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות איז גרינגער פאר א היימישן יונגערמאן צו ווערן רייך, טרעפן א גרויסע פאזיציע אן א קאלידזש דעגרי.
די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.
פראביר נאר אמאל אויפצושרייבן אין א גראסערי אין א גויאישע געגענט.
זוך א דזשאב אדער אן אפארטמענט אן א גוטע קרעדיט סקאר.
זוך א גמ"ח, אינטערעסט פרי לאון.
טיילווייז צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות איז גרינגער פאר א היימישן יונגערמאן צו ווערן רייך, טרעפן א גרויסע פאזיציע אן א קאלידזש דעגרי.
די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:די אלע סארטן חסד ארגענעזאציעס ווי חסד, חברים, הצלה, שומרים, ביקור חולים, מקימי, מתעסקים, RCCS, קרן עזר א.א.וו. עקזיסטירט כמעט נישט ביי די גויאישע וועלט.
ס'האט אבער נישט מיט זיין א "חסידישע" איד. איך מיין אז אין פלעטבוש איז אויך דא הצלה. נישט נאר איינס, זיי האבן צוויי, הצלה און east midwood.
Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
* די העמד/ציצית/ הויזן דארף מען נישט אויסביגלען אדער אפילו אויסרייניגען, סייווי איז אלץ פארדעקט מיט א לאנגע רעקל, מ'דארף זיך נאר זארגען אויף דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:* אז עס כאפט אייך ממש אן א יצר הרע, איר לעכצעט אויף עפעס א מורא'דיגע עבירה אדער כפירה, קענט איר זיך אויסדרייען אין פאליש און זאגען אזוי שנעל שטילערהייט צו נאבאדי אין פארטיקלוער "די רעבעזכיסעאגענעליינו איז נאר געווען איין שיטה, רב קוק האט אויך געהאט א צד, אלו ואלו", און זיך שפירען ממש אויפגעקלערט און האבען אויף וואס תשובה צו טוהן.
NO WAY
אויף כפירה העלפט נישט קיין תשובה נאר דער טויט,
דער ישמח משה'ס פעטער איז נפטר געווארן ווייל ער האט געהאט א צד ספק צי כת ש"ץ איז געווען גערעכט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:אינעם קעפל פון דעם אשכול שטייט נישט חסידיש, ס'שטייט היימיש.
מ'דארף טוישען דעם קעפל.
ליין די ערשטע צוויי משלים פון הרב לעיקוואד
וועלכע cong אין פלעטבוש האט קאווע א גאנצען טאג בחינם?
וועלכע איד אין פלעטבוש גייט מיט א רעקל און 7 טאשען?
---
לעיקוואד האקט מיט נאך א גוטס.
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
* איר דארפט זיך קיינמאלנישט זארגען אויב איר זענט אין סטייל, אויב איר האט אויסגעקליבען די פאסיגע סארט שיך/העמד/הויזן פאר די מעמד. אלעס זעהט אויס די זעלבע אלע גיין די זעלבע, צווישען די זעכצן סטיילס וואס איז דא אין g&g האט קיינער נישט קיין שווערע התלבטות'ן וועלכע צו נעמען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יא, און אין מער א סאטמאר געשטימטער ביהמ"ד זענען די סייז האט קאפס 12 אונסעס, מיט רויטע שטרויס אין דער זייט, און אן אויסווייל פון 3 סארטן צוקער רינעדיגע פיר עקיג און ספלענדע.
דינסטאג פרעגלט מען אין ביהמ"ד אייער שפייז אויף א רעזשא לעי"נ הושע בן בארי, און ביי לאנטש איז דא אין כולל א שלישי למילה מיט פרישע אוואקאדא און מעלבא טאוסט מיט סעיבל פון גאלדען טעיסט צוגעשטעלט דורכ'ן בעל שמחה מעשה נגיד אויפ'ן פיי סאמעך קארטל.
ווען די סאפער געלונגט נישט אדער ווען די אידענע איז אין די ערשטע 3 קען מען אלץ משלים אביסל סעסעמי טשיקן ביי א וואכנאכט.
ווען דו ביזט לאנגווייליג כאפסטו א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק און צוריק אזוי האנדלסט אייך נאך צוויי ידידים וואס ווייסן שוין אלעס ביז דיין סאושעל סיקיוריטי נומער.
ווען דו רופסט א קאר סערוויס קומט אן דיין שכן און דו קענסטוך מער נישט קריגן מיט דיין פרוי.
שבת ביים ליינען כאפט אן בליק אין ווארמער און מ'גנב'ט ארויס אלע פיפיקלעך פון די טשאלענט.
שבת נאכ'ן דאווענען דארפן דיך צוויי גוטע פריינד אהיימבאגלייטן, און דיין פרוי עפנט די טיר מיט א רויט פארפלעקטע פנים'ל אז איר צדיק'ל האט שוין ווייטער געוויזן וואס ער קען.
צו שלש סעודות גנב'ט מען אראפ שוין אינמיט מנחה די מענגא פונעם פרוט פלעטדער וואס ר' מעכל דער גביר האט צוגעשטעלט ווייל ער האט יארצייט.
ביי די תורה קייעט מען פיסטעטשוס אז מ'קען הערן א ווידער קול.
ביי מחצית השקל מישט מען די טאפ האלבע דאלערס און זאל יעדער מיינען כ'האב געצאלט.
און ווי איז נאך דא אזא תענוג ווי ליינען דער שטערן אומזיסט אין לעפקאוויטש'ס גראסערי דאנערשטאג נאכט מיט זיבן באטלעך מילך און 4 פעקלעך ספליט פיס באנדלעך צו באצאלן מיט דער וויק-טשעקל.
אדער דער זיסער טעם פון איינקויפן אלע צייטונגען פעמפערס און פעיפער גודס מיט עסן-זיגלעך.
צו שרייען אויף א חבר, יונגערמאן האסטוך געקויפט אן ענדרויד? דו מיינסט טאקע מיר העסטו איינרעדן אז k9 איז עפעס ווערד. מ'קען אין איין מינוט אראפנעמען די גאנצע פילטער.
פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין פאר דעם פאר דעם פאר דעם אליין איז כדאי א חסיד צו זיין.
און איך מיין א שנארן א ציגארטל איז שוין אויך אוונטערגעברענגט געווארן אויסער ביי חסידישע אידן וואס יעדער האט א ברודער וואס קומט צוריק פון ארץ ישראל מיט קארטונום פון דוטי פרי, אדער א פעטער וואס פארט צום ראש חודש סעודה פון טאשער רבי.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
א היימישער איד קען זיך אוועקזעצן ביי סיי וועלכע שבע ברכות, די מהדרין קענען אפילו אנבינדן די שפיץ טישטעך ארום דעם האלז, מעשה ביב, און אכל'ען ממצרים ועד הנה, פון די האלבע קענטעלאפ, א ראפאגאש בארכע, די בלינטשע באגאסן מיט כמהין ופטריות, הייסע סקוואש זופ, פלייש-אדער-פיש-אדער-ביידע איש איש לפי אכלו תאכעסו, מיט קארטאפלען און שישקעלעך, א אייזקרעם לקינוח סעודה און אזוי ביני לביני נאשן מאנדלען און שטיקער מזונות, גלעזלעך משקה און דא דארטן שרייען בקול רם "דערלאנג די פיקלס" ויש אומרים נוסח אחר, "שטופ אהער די קאל-סלאו". אינצווישן הערט מען וואונדערבארע דברי תורה פונעם שוואגער וואס לערנט זיך שערן אויף יעדנס בארד מיט די צווייט שוערסטע שאלה אין יהדות, נאכן בית יוסף קושיא, די קושיא פון נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, שכר מצוה בהאי עלמא פלעגט דער רבי זאגן איז דאך לעקא, אשר ברא ששון ושמחה, מיט דעם קען מען פארשטיין. דערנאך קען מען מאכן עקסערסייז פארן געזונט דורך צירקולירן ביי א שנעלקייט פון 4 מפ"ש ארום דעם טיש, זינענדיג-ברומענדיג סאמייעך, טעסאמעך, און בו בזמן אריינרוקן מערערע גניחות לסירוגין.
ווען מען פרעגט אים "ווער זענט איר" איז די ענטפער זייער פשוט, "איך בין פונעם מחותן'ס צד".
א גוי צאלט פאר אזא מעשה אלפים!
ווען מען פרעגט אים "ווער זענט איר" איז די ענטפער זייער פשוט, "איך בין פונעם מחותן'ס צד".
א גוי צאלט פאר אזא מעשה אלפים!