לעיקוואד האט געשריבן:זינדיגט מען בכלל?
ווער עס האט שוין געזינדיגט מיט אן אשת איש זאל שוין מודיע זיין!
איך מיין, עס איז אביסעל נאריש צו פראבירען דן זיין ברבים אין א נושא וואס מעצם מהותו באהאלט מען עס גוט וכו'. ניין?
די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען אפשר מברר זיין אזא נושא איז ביי שלום בית מאכער'ס וכדו' וואס האנדלען אין די ענינים. איך האף אז זיי זענען גענוג פראפעשינעל נישט ארויסצוגעבן פונטקליך יעדער חודש א רעפארט וויפיל עפעירס זענען געשעהן ביים היימישען עולם יענער חודש.
באופן כללי נאמנים עלינו דברי חז"ל וואס האבען געזאגט "רובם בגזל ומיעוטם בעריות", איך מיין אז ווילאמסבורג און מאנסי זענען אויך נכלל אין די הייליגע נצחיות'דיגע ווערטער פון חז"ל. איך ווייס נישט פונקט וואס איז די גדר פון מיעוט און רוב, אבער דאס איז זיכער אז רוב איז העכער פופציג פראצענט און מיעוט איז ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איר גייט אריין אין בית המדרש הגדול שבת צופרי, און עס זענען עולה זיבן צו אכט מענטשען לתורה, מעגסטו אננעמן אז פיר פון זיי זענע גנבים, און בערך איינס אדער צוויי לכה"פ זענען נואפים.
און וואס איז די סטאטיסטיק לגבי די וועלכע האבן נישט באקומען אן עלי'?