איז אנשיל'ס שמייכל א סתירה צו מיין שמייכל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

איז אנשיל'ס שמייכל א סתירה צו מיין שמייכל?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]כדי צו מאכן דעם אנשטעל אז איך ארבעט שווער א גאנץ יאר, האב איך געפייערט א וויקאציע דורכאויס יולי דעם פערטען. א דעטאלע באריכט אינהאלט נישט עפעס באזונדער אינטערסאנט, אבער דער זינטאג האט מיר צושאקעלט אביסל. אפשר נישט אזוי ווייט דער זונטאג ווי דער מאנטאג אינדערפרי, ווען כ'האב אנגעטראפען מיין אלטע חבר, אנשיל, אין איחוד קאנטרי. וויאזוי שטימען די ביידע, מיין פרישע הימלדיגע חלום און זיין העכערקייט? האבן מיר דען נישט איין גאט, איין בורא?
נאדיר-אייך דברים כהוויתן.

מוצאי שבת קלינגט מיר מיין שוואגער, ירוחם.
ירוחם: קאווע'לע? אפשר קומסטו אריבער, איך בין נישט ווייט פון דיר. מיין חבר האט געברעגט א זייער אינטערסאנטע דאקיומענטערי, ס'נאך נישט געווען אין שטיבל, קום אריבער מיט דיין ווייב.
טרינקער: איין מינוט, אזיל ואמלך.
ירוחם: וואס? אה! יו ביסטו פאני. קעי, כ'ווארט.
טרינקער: פיין, אין צעהן מינוט. זי מאכט זיך גרייט.
ירוחם: גוט, דארפסטעך נישט יאגען, מיין חבר וועט זיין דא ערשט אין 20 מינוט.
טרינקער: וואס? ער גייט אויך זיין דארט? ווער איז ער?
ירוחם: שלומי קליין, דער וואס האט יעצט חתונה געהאט. נו, משה'ס איידעם. דו ווייסט ווער.
טרינקער: אה.
ירוחם: ער קומט מיט זיין ווייב. איך טעקסט דיך אריין די אדרעסס פאר דיין GPS, כ'בין אין ROOM 203.
טרינקער: אמממ... או... קעי...

מיין CPU שטרענגט זיך איבער. וואס גייט דא זיין. שלומי, דער פענסי איגערמאן, קומט מיט זיין ווייב, משה'ס טאכטער. וואס פעלט מיר דאס אויס?

15 מינוט שפעטער שטעל איך אוועק מיין קאר אינעם האטלעס לאט. מיר קלאפען אויף ציממער 203. א יונג ווייבעל מאכט אויף די טיר. קאווע טרינקער ווערט רויט, מרס. קאווע טרינקער רופט זיך אן הויעך Sorry. We got a wrong room number - ירוחם'ס ווייב דערקענט איר שוועסטער'ס קול, און שרייט ארויס "צארטי (שם מושאל), קאם אין"... ס'הערש א צומישעניש... מיין ווייב קוקט אין מיין אויגען אריין, ווי זאגענדיג "שוין ווייטער דרייסטו מיך אריין אין די חזריי, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז איך בין נישט מיין שוועסטער. זי איז פראסט און איך נישט! איך בין נישט נייגעריג צו זיצען מיט אנדערע! נישט גענוג כ'האב מיך אונטערגעגעבן און מסכים געווען צו וואטשען דעם מאווי, מאכסטו מיך זיצען מיט דעם באם און באמטע?!" איך פראביר מיין בעסט: "איך האב נישט קיין אנונג ווער דער פרוי איז, פון וואו זאל איך וויסן אז נאך איינער איז דא?".

מיין שוועגערן קומט ארויס, און איז כובש איר שוועסטער'ס הארץ מיט א קיש אין פנים. שטיינער ווערן לויזער, און מר. און מרס. קאווע קומען אריין מיט פולען פראכט. געמיינט האב איך אז איך בין אין די פאהרצוממער, און ס'איז אוודאי דא א גרעסערע שטוב פאר די זעקס מענטשען וואס זענען דא. א מכה. אויף דעם איינעם גרויסען בעט איז מען מיך מכבד צו זיצען. וואס ווייטער? קלער איך האלב רויט און האלב שוויציג. ירוחם ארבעט אריין, זיין ווייב ער שוין געטוישט. געטוישט? איבערגעמאכט פון פריש. זי ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, טראכט הויעך. טראכט? רעדט הויך! זי הייבט אן צו טיילן זיצען, זי איז מסביר וויאזוי דער עולם זאל זיצען, כדי יעדער זאל זיין צופרידען. נאכען אויסטוהן די בגדי שבת און אויסטיילן ממתקים, צינד מען אן די מאווי. ירוחם און שלומי'ס ווייב האבן נישט אויפגעהערט צו לאכן, ירוחם'ס ווייב האט נישט אויפגעהערט צו בארוהיגען איר שוועסטער אז "באלד וועט מען זיין מער נארמאלע זאכן, נאר אין אנפאנג איז עס אביסל אמ....". פארשטייט זיך אז דער אנפאנג האט זיך געצויגען ביזן סוף...
נאך 90 מינוט איז געווען צייט אהיימצוגיין, מיר האבן זיך באדאנקט, איך מיטן הארץ און זי מיטן מויל. שלומי וב"ב זענען נאך געבליבן דארט שמוסען. ביי. ויסעו.
די גאנצע וועג אהיים האב איך זיך געמוזט פארענטפערן אז כ'האב נישט געוואוסט די ראטע פונעם מאווי, און אז כ'האב געמיינט אז זיין חבר ברענגט נאר דעם מאווי, אבער נישט אז ער גייט זיין דארט די גאנצע צייט. און זי האט איבערגע'חזר'ט איר אלטע יסוד, אז ירוחם איז א באם, he makes my sister crazy, און ס'נישט גוט צו האבן א relationship מיט אים, אויסער גיין צו שמחות. Did you see how she looked? Not normal! My mother will die seeing her like this

אהיימקומענדיג צו מיין וויקאציע וואוין ארט בין איך געווען צו מיעד צו פראווענען מלוה מלכה, כ'האב געטרינקען ג'אמפ. די זייגער האט געקלאפט 3 ווען כ'בין אריין אין בעט. 10:23 זעה איך דעם זייגער נאכאמאל, מיין ווייב איז נאך געשלאפען, קיין מנין בין איך נישט געווען בכוח צו גיין זוכען, ווען זי איז אויפגעשטאנען האב איך שוין געהאלטן נאך אלעמען. 11:30 האט מען זיך געזעצט עסן א גרויסע פרישטאג-לאנטש. 12:30 בין איך אריין אין pool מיט די אנדערע אורחים. איינס פון זיי האט געשמעקט פון קאווע, נאך א קורצע שמועס בין איך געווארן זיכער אז ער איז טאקע מאנשי שלומינו. מ'קען דאס זעהן אויף די שפראך... 3 אזייגער בין איך געווארן צוריק הונגעריג, האמיר זיך נאכמאל געזעצט עסן. 3:30 האב איך געזעצט ביים קאמפיוטער ביז 5, געליינט די נייעס, געענטפערט אימעיל'ס, און נאך.
א שפאציר אויף די ראוד האט גענומען א שיינע שעה. בערך 6'ע האב איך ארויסגענומען פון מיין טראנק א גאנצע בעג פון דאקיומענטען וואס כ'וויל שוין פון לאנג מסדר זיין, אבער די צייט ערלויבט נישט, האב איך דאס מיטגעברענגט אין פאל כ'וועל האבן צייט. און אזוי האב איך געטוהן. פארשטייט זיך אז ס'רוב איז געווען ראוי לקנח, סתם שטותים און חספא'ס. א קליין חלק נישט-באצאהלטע בילס, דאס איבריגע איז געווען א געמישעכץ פון חידושי תורה, גראמען, מראי מקומות, בילדער, און ביזנעס קארדס פון די פאריעריגע עקספא.
און אזוי פארט א טאג, כ'האב אפילו געפיצט מיין קאר (די האטעל האט אזא סערוויס) מבית ומחוץ. זיך צוגעקוקט ווי אנדערע מאכן איבונגען, איין קליינע דריי אין די האלוועי, די זייגער קלאפט שוין 8. צייט פאר נאכטמאל. 9 אזייגער, און איך בין טויט מיעד. פארטאגס דארף מען שוין ארויספארן פון דא. אויב ווייס איך וואס איז גוט פאר מיר, גיי איך שוין שלאפן. און אזוי האב איך געטוהן.

די עירקאנדישען האט פיין געארבעט, און מיט א גוטע געפיל, פון אזא פיינע טאג, האב איך איבערגעצויגען דעם דאכענע.
ס'איז נישט געווען קיין שום סיבה פארוואס ס'איז מיר געגאנגען אזוי שווער דעם איינשלאפן. אויסער מחשבות וואס האבן זיך אנגערוקט אן מעלדן און געפארדערט אן הסבר אויף מיין התנהגות במשך'ן טאג. "קאווע!" שרייט מיר איינער אין מוח "דיין טאג איז נישט אנדערשט געווען ווי א גוי לעבט א זינטאג".
גערעכט איז ער געווען. א שטיקל חשבון הנפש שטעלט ארויס א שווארצע בילד. געדאווענט מיט מנין? ניין. געדאווענט פון מה טובו ביז עלינו? שוואכע מעשיות. געלערענט, בלא. מנחה? ניין. מעריב און יעלה ויבוא? ניין. וואס יא? גע'געסען, שפאצירט, געשווימען, גערעדט, געליינט, געוואשען די קאר, געוואטשט מאווי'ס, בעסיקלי גארנישט. - און אזוי קומען ארויף זכרונות פון די ימי הנעורים ווען א זונטאג איז געווען כולו מוקדש פאר חזרה, גאנצעטע בלעטער גמרא תוספות, און נאך גוטע זאכן. און יעצט? גארנישט. ס'איז געווען צו טונקעל צו זעהן אין שפיגל דעם צובראכענקייט אויפן פנים. איך דענק נישט וואס איז געווען ווייטער, אבער ווען כ'בין אויפגעשטאנען לקול הוועקער זייגער, מאנטאג פארטאגס, האב איך געפילט אזא מין קרבת אלקים, א נאנטקייט צו מיין טאטע אין הימל וואס האט זיך מגלה געווען צו מיר אין חלום, און מיך ארומגענומען מיט אזא אהבה, זאגענדיג דערביי:

קאווע, ביסט ביי מיר באליבט. במשך'ן טאג האסטו מיר מכבד געווען, און מקדש געווען מיין נאמען:
מוצאי שבת ווען דו ביסט געזיצען מיט פרעמדע פרויען האסטו געהיטן מיינע געזעצען, ס'נישט געווען קיין נגיעה לשם חיבה וכדומה. ייש"כ קאווע טרינקער.
ווען דו ביסט אהיימגעקומען שפעט האסטו געטרינקען ג'אמפ, און האסט אינזינען געהאט אז דאס זאל זיין לכבוד מלוה מלכה. ייש"כ קאווע טרינקער.
זינטאג אינדערפרי האסטו אנגעטוהן תפילין. ייש"כ קאווע טרינקער.
געליינט שמע וברכותיה. ייש"כ קאווע טרינקער.
ברכת הנהנין, ברכת המזון ועוד. ייש"כ קאווע טרינקער.
ביסטאך מלא מצות! אזא נחת וואס כ'האב פון דיר!

געמיינט האב איך אז דער חלום איז עפעס זאכלעך. כ'האב ארויפגעצויגן א שמייכל אויפן פנים. א קלייניקייט? א זינטאג פון ביידע וועלטען?! מאכט זיך נישט יעדען טאג.
אבער טרעפענדיג אנשיל אין איחוד קאנטרי ביי שחרית, פרעג איך אים, נו, אנשיל, וואס מאכטסטו? וויאזוי איז דורך דיין טאג נעכטען? וואו ביסטו געווען?
אנשיל: אינדערפרי בין איך איך געווען ביים דיין'ס שיעור, נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן מיין זיידע, פון דארט בין איך צוגעפארן צום שפיטאל טראגן עסן פאר מיין פעטער. נאכמיטאג האב איך גע'חזר'ט פאר מיין דרשו בחינה.. און שוין.. אה, פארשטייט זיך אז יעדע שעה האב איך געטויש וועש אלץ הכנה פאר די 9 טעג. כ'האב געגעסען נאכטמאל פרי, כדי אויפצועסן די פליישיגע טשולענט פאר די שקיעה.

א וואונדער אז אנשיל האט א שמייכל אויפן פנים? ער לעבט אין עפעס אן אנדערע וועלט!

אדער איך אדער אנשיל האבן א פאלטשע שמייכל.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר