די נומער 2000 דערמאנט פון מצות שבת, וואס ווי באקאנט טאר מען שבת נישט גיין מער ווי צוויי טויזנט (2000) איילן, און דבר בעתו מה טוב אז ס'איז אויסגעקומען צו שרייבן די צוויי טויזענסטע תגובה אום ליל שישי בשעת מ'גרייט זיך צו שבת קודש.
באמת קלער איך אזוי צו מיר מען קען עס אריינלייגן אין די וואכעדיגע סדרה אויך, אם בחוקותי תלכו קען מען זאגן אז ס'גייט ארויף אויף די פסיעות און די הליכה פון שבת וואס דארף זיין געמאסטן און געוואויגן נישט מער ווי 2000 טריט, און אפשר פארדעם שטייט טאקע נאנט את שבתותי תשמורו צו אם בחוקותי תלכו, מרמז צו זיין אויף דעם.
אצינדער וויל איך מיינע הערצליכע געפילן אויסדריקן איידער איך טוה דעם שלח קנעפל דרוקן אין פאבליק די תגובה צו שיקן
צום הערשט א דאנק די געטרייע הנהלה כולם אהובים כולם ברורים וואס שטייען יעדן איינעם צו הילף סיי פאר ערוואקסענע און סיי פאר בחורים אילו פינו מלא שירה כים קען איך נישט אויפהערן צו זינגען מיינע לויב שירים
ווי אויך א דאנק פאר יעדן איינעם דא אין שטיבל כאו"א בשמו הטוב יבורך סיי די אלט געזעסענע און סיי די נייע א גאסט א אורח פאר יעדן ממש א לויב פיל איך א צורך
ווייל איך אליין וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזא הויכע נומער תגובות איך מיין עס גאר אמת'דיג ס'איז נישט מכח עניוות ס'איז נאר אין זכות וואס ענק שרייבן אויך צו הערות חשובות
דאס גיט חשק און מוהט צו גיין ווייטער מעלה מעלה דאס איז חוץ די לייקס וואס גיט זיכער באזונדער צי בלי שום שאלה ויה"ר איך זאל זיך בקרוב קענען פרייען אי"ה ביי ענק אלע