איך האב פיינט GMAIL

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

איך האב פיינט GMAIL

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב פיינט GMAIL, פראסט און פשוט.

איי, פארוואס נוצטו עס? א גוטע קשיא. ווייל יעדער. די אלטע חסיד'ישע קרענק, "יעדער". ואי תימא, ווייל איך וויל גוגל טאלק, און איך קען נישט אן א אימעיל אדרעס.

קומענדיג פון אוטלאק, אוטלאק עקספרעס, טאנדערבוירד, און יאהו אנליין, און MSN, און אנדערע אימעיל פראגראמען/סייטס, וואו די סאבשעקטס און די מעסעדזש זענען פאנאנדערגעטיילט (אויבן און אונטן, אדער רעכטס און לינקס) איז דער אויסשטעל פון ג'ימעיל עקלדיג און נאריש. קודם כל, אלע העדערס פון די מעסעדזשעס פון אויבן ביז אראפ, נישט צעטיילט. כ'ווייס ס'איז פאראן 2 בדיעבד'דיגע אויסוועגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך.

אבער דאס ערגסטע איז נאך מיט זייער מאביל עפפ. ערשטנס, א זאך וואס באדערט שוין מענטשן זינט זייער ערשטן ריליעס, איז אז מען קען נישט אוועקנעמען דעם conversation view. אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער קען מען טוישן דעם סעטינג, אבער אויפן סעלפאן איז עס נישט בנמצא. און אויסער דעם, מיט יעדע אפדעיט ווערט איין זאך בעסער אבער 2 זאכן ערגער. מגלה טפח ומכסה טפחיים. זיי מאכן קאמפליצירט און טוישן די אייקאנס פון די פשוט'ע פונקציעס, ווי צב"ש אויסמעקן א מעסעדזש, אדער אפילו רעפלייען אדער פארווערדן. אטעטשן קען מען נאר בילדער אדער קליפס, נישט קיין אנדערע סארט פיילס, א מין משוגעת! אויך איז עס גאנץ שטייט. און כ'ביניש דער איינציגסטער וואס באקלאגט זיך דערויף; איך זעה די זעלבע אין אסאך רעוויואס.

לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות. עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.

א אנדערע מעלה דערפון אויפן קאמפיוטער איז פאראן, אז ער ווייזט דיר אלע בילדער, אפילו מיט א פילטער. ד"ה, למשל, איך האב אין די ארבעט א ווייט-ליסט, און יעדע אימעיל פון א קאמפאני וואס איז נישט אפן אויף מיין ליסט, וועט א אימעיל פון זייערע עדס נישט ווייזן קיין בילדער, נאר א גרויסן ליידיגן באקס מיט א רויטע X אויבן. דאס איז ביי אנדערע אימעיל קלייענטס, ווי יאהו און גימעיל. אבער אוטלוק וועט עס יא צייגן. פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט קליקן דערויף וועט זיך עס נישט אויפמאכן וויל די סייט איז געבלאקט, אבער די אימעיל ערשיינט במלוא הודה והדרה.

עכ"פ, איך נוץ אוטלאק אסאך, און טוה עס הייס רעקאמענדירן. פאר די וועלכע מוזן נוצן ג'ימעיל אויפן סעלפאן, איז רעקאמענדירט צו דאונלאודן א דריטע-פארטיי אימעיל עפפ, ווי סעמסאנג האט זייער אייגענע אין זייערע פאונס, אבער מען קען דאונלאודן א דאזן אנדערע, אויב נישט מער, איטליכע מיט זייערע מעלות און חסרונות. אויפן קאמפיוטער האב איך אנגעשטעלט אז אלע מעסעדזשעס פון ג'ימעיל קומט אויך אריין אין אוטלאק, און איך קען עס דארטן זעהן, הגם עס נעמט צייט ביז עס קומט אריין, נישט תיכף ומיד ווען איך ערהאלט דעם מעסעדזש אין ג'ימעיל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איך ניץ gmail. סע זעהט מיך אויס גוט. קען טאקע זיין ווייל כאב נישט קיין מאל נישט געהאט א אנדערע אימעיל.

וועלעכע איז בעסער? סע דא א סאך אבער וועלעכע זאלעך אויס טרייען ערשט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך האב פיינט אוטלאק כ'האב עס גענוצט א שטיק צייט, אין כמו גימעלמייל (גימעיל בלע"ז)..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אבי איך האב טעפל אויף מיין טיעם! @שמעקי, דו ווילסט עכט אנהייבן א ג'ימעיל סומאטאכע? איך בין קאמפסגרייט, ראה הוזהתיך. ;)

איך וועל מיך באלד אוועקזעצן 'דיבאנקען' אלע דיינע קלאמפישע טענות אויף אונזער אלעמען באליבטע ג'ימעיל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ווען איך שיק ארויס א אימעיל פון מיין גאגעל אקאנט (נישט ג'מעיל, עס איז א ביזנעס עפפ) קומט עס אריין אין אטלאק אין אינבאקס. עני סעלאשען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדרבה, געפילטע, פליז! איך וארט דערויף!
הלואי קענסטו מיר באליבט מאכן א זאך וואס איך נוץ א גאנצן טאג מיט אזא ווידערווילן.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קודם כל אביסל היסטארי, פאר גוגל'ס קינד, דזשי-מעיל איז געבוירן געווארן האט יעדער גענוצט אימעיל פון זייער ISP, וואס מ'האט נאר געקענט טשעקן מיט א אימעיל קלייענט אינדערהיים, אדער האט מען גענוצט webmail פון קאמפאניס ווי יאהו! און hotmail. די אלע האבן געגעבן מעילבאקס סייזעס אין די רעינדזש פון 2-3 מעגאבייטס, יא דו לייענסט גוט, 2-3 MB. און דאס איז געווען ווייניגער ווי צען יאר צוריק!

אפריל פול'ס דעי יארע 2004 האט גוגל אפיציעל ריליסט דזשימעיל צום פאבליק, מיט א גיגאבייט מעילבאקס סייז, ביי אינוויטעישען אנלי. יעדער האט אנגעהויבן זוכן ווער ס'קען עם אינווייטן צום נייעם אימעיל סיסטעם, אינוויטאציעס האבן זיך פארקויפט אויף אי-בעי פאר הונדערטער דאלער, און מיט די צייט האט גוגל געהעכערט די צאל אינווייטס און אני הקטן האב זיך אויך איינגעהאנדעלט איינס, און מזכה געווען פריינד און פאמיליע צום געגערטן דזשימעיל סיסטעם, אבער ווער גייט אמאל נוצן א גאנצע רינדעכיגע גיגאבייט??? (דא קומט אריין די ארכיוו פיטשער, מער אויף דעם שפעטער.)

איך מיין אז מ'קען רואיג זאגן אז גוגל האט געשטופט די אימעיל מארקעט אין איין טאג מיט א צען פופצן יאר פאראויס, און דאס הייסט א ריכטיגע וויזשענערי, סטיוו דזשאבס ז"ל האט נישט קיין עקסקלוסיוו רייטס צו דעם נאמען.

בלית ברירה האבן זיך די אנדערע פראוויידערס צוגעשטעלט, יאהו האט זיך אויסגעקראצט און געגעבן גאנצע הונדערט מעג פאר פרייע אקאונטס, און די אנדערע האבן אויך מיטגעטאנצט. אבער גוגל האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, נאר געהאלטן אין איין צולייגן פיטשערס, בשעת יאהו האט גטשארדזשד $20 דאלער א חודש פאר א "פרימיום" אקאונט, צו קענען האבן א "גרעסערע" מעילבאקס, קענען אויפסעטן אוטומאטישע פארווארדינג, POP3, וכדו', האט גוגל צוגעשטעלט די אלע פיטשערס פאר פרי.

נאך אסאך זאכן וואס איך געדענק נישט פונקטליך יעצט, וואס גוגל האט פאראויס געשטופט די וועב-מעיל אינדוסטרי, סיי מיטן סייז פון עטעטשמענס, און די וויירוס סקענינג פון עטעטשמענס, ספעם פילטערינג וואס איז נאך געווען אין די ווינדלען דעמאלס (פרעג די וואס פלעגן נוצן די אנדערע סערוויסעס ווילפיל אימעיל'ס זיי פלעגן באקומען פון ניידזשעריע פרינצ'ן און פון ביל געיטס) און די דזשימעיל לעב'ס וואס לאזן דיר טוהן געוויסע זאכן וואס זענען נאר עקספערימענטאל.

יעצט צו דיינע טענות, לאמיר זעהן וואס זיי זענען.

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב פיינט GMAIL, פראסט און פשוט.

וואס איז מיט שנאת חינם, אין די ניין טעג? קעי, נעקסט.
שמעקעדיג האט געשריבן:איי, פארוואס נוצטו עס? א גוטע קשיא. ווייל יעדער. די אלטע חסיד'ישע קרענק, "יעדער". ואי תימא, ווייל איך וויל גוגל טאלק, און איך קען נישט אן א אימעיל אדרעס.

קומענדיג פון אוטלאק, אוטלאק עקספרעס, טאנדערבוירד, און יאהו אנליין, און MSN, און אנדערע אימעיל פראגראמען/סייטס, וואו די סאבשעקטס און די מעסעדזש זענען פאנאנדערגעטיילט (אויבן און אונטן, אדער רעכטס און לינקס) איז דער אויסשטעל פון ג'ימעיל עקלדיג און נאריש. קודם כל, אלע העדערס פון די מעסעדזשעס פון אויבן ביז אראפ, נישט צעטיילט. כ'ווייס ס'איז פאראן 2 בדיעבד'דיגע אויסוועגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך.

צוויי זאכן, קודם כל, ווער לאזט דיר נישט נוצן אוטלוק פאר דיין דזשימעיל? אזוי קענסטו עס אויסשטעלן ווי אזוי דיין הארץ באגערט.
צווייטענס, אין דזשימעיל אנליין קענסטו דאס אויך טוהן, טאקע א נייערע פיעטשער, אבער פאר די וואס ס'גייט זיי אין לעבן איז עס א גרויסע מעלה. אויבן אויפן רעכטע זייט וועל אויס האריזאנטאל ספליט אדער ווערטיקאל ספליט, האסטו דיין אוטלוק אויסזעהן.
בילד

איך האב גראדע יא ליב די קלינע אויסזעהן פון אלע סובדזשעקט ליינס, און איך האב געהאט די sneak peek לעב פיטשער ענעיבעלד, אבער ליידער האט גוגל ריטייערט די פיטשער אפאר וואכן צוריק, און ער ערזעצט מיט די נייע רייט קליק קאנטעקסט מעניו וואס קען ארכיווירן, מעקן, און מארק עז אנרעד\רעד.
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דאס ערגסטע איז נאך מיט זייער מאביל עפפ. ערשטנס, א זאך וואס באדערט שוין מענטשן זינט זייער ערשטן ריליעס, איז אז מען קען נישט אוועקנעמען דעם conversation view. אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער קען מען טוישן דעם סעטינג, אבער אויפן סעלפאן איז עס נישט בנמצא. און אויסער דעם, מיט יעדע אפדעיט ווערט איין זאך בעסער אבער 2 זאכן ערגער. מגלה טפח ומכסה טפחיים. זיי מאכן קאמפליצירט און טוישן די אייקאנס פון די פשוט'ע פונקציעס, ווי צב"ש אויסמעקן א מעסעדזש, אדער אפילו רעפלייען אדער פארווערדן. אטעטשן קען מען נאר בילדער אדער קליפס, נישט קיין אנדערע סארט פיילס, א מין משוגעת! אויך איז עס גאנץ שטייט. און כ'ביניש דער איינציגסטער וואס באקלאגט זיך דערויף; איך זעה די זעלבע אין אסאך רעוויואס.

די מאביל עפפ איז קיינמאל נישט געווען זייער סטראנג פוינט, אבער ווער דארף עס, יעדע פאון קומט מיט א מעסעדזשעס עפפ, לייג אריין דיין גימעיל אקאונט דארט און טוה וואס דו ווילסט.
שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות.

אויב האסטו אזוי ליב די אוטלוק אינטערפעיס, קענסטו אריינלייגן דארט דיין דזשימעיל POP3 אדער IMAP סעטינגס, און נוץ אוטלוק.קאם אלץ דיין אנליין אימעיל קלייענט.
שמעקעדיג האט געשריבן: עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

וויבאלד ג'מעיל געט אזא גרויסע מעילבאקס, (האלט שוין היינט ביי 15 GB און וואקסט) מעק איך קיינמאל נישט אויס קיין אימעיל, אלעס ווערט ארכיווט, און מיט זייער ענדווענסד סוירטש אפשען קען מען טרעפן יעדע אימעיל פון יארן צוריק. און אז דו רעדסט שוין פון פאלדערס, פארוואס דארפסטו דאס מעניועלי אריינלייגן אין די פאלדער? קענסט אויפסעטן פילטערס וואס זאלן עס טוהן פאר דיר אוטאמאטיש.
שמעקעדיג האט געשריבן:איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.

דאס איז א סעקיוריטי פיטשער, אסאך קאמפאניס, ספעמערס, לייגן אריין פיקטשערס אין די HTML קאוד פון די אימעיל, אז ווען דו עפעסנט עס אויף ריקוועסט די אימעיל קלייענט די בילד פון זייער סערווער. אזוי ארום ווייסן זיי אז דו האסט עס געליינט, וואו דו ביסט, דיין IP אדרעס, און מעגליך אויך דיין אפערעיטינג סיסטעם, בראוזער ווערסיע, וואס זיי קענען דאס נוצן פאר זייער מארקעטינג, דעמאגראפיקס, און דאטא קאלעקשען.
גוגל גיט דיר אבער די אפציע אז מענטשען מיט וועם דו אימעילסט זיך אפט, דאס הייסט אז דו טראסט זיי, קענסטו מאכן אז ס'זאל אלעמאל גלייך ווייזן די בילדער. אין סעטינגס וועל אויס Always display external content (such as images) sent by trusted senders.
שמעקעדיג האט געשריבן:א אנדערע מעלה דערפון אויפן קאמפיוטער איז פאראן, אז ער ווייזט דיר אלע בילדער, אפילו מיט א פילטער. ד"ה, למשל, איך האב אין די ארבעט א ווייט-ליסט, און יעדע אימעיל פון א קאמפאני וואס איז נישט אפן אויף מיין ליסט, וועט א אימעיל פון זייערע עדס נישט ווייזן קיין בילדער, נאר א גרויסן ליידיגן באקס מיט א רויטע X אויבן. דאס איז ביי אנדערע אימעיל קלייענטס, ווי יאהו און גימעיל. אבער אוטלוק וועט עס יא צייגן. פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט קליקן דערויף וועט זיך עס נישט אויפמאכן וויל די סייט איז געבלאקט, אבער די אימעיל ערשיינט במלוא הודה והדרה.

דאס מיינט אז מייקראסאפט עפענט דיין אימעיל אויף זייער סערווער, און דאונלאודט די אימעדזש, און ווייזט דיר עס אזוי, רייט קליק די אימעדזש, און קוק וואו ס'ליגט.
שמעקעדיג האט געשריבן:עכ"פ, איך נוץ אוטלאק אסאך, און טוה עס הייס רעקאמענדירן. פאר די וועלכע מוזן נוצן ג'ימעיל אויפן סעלפאן, איז רעקאמענדירט צו דאונלאודן א דריטע-פארטיי אימעיל עפפ, ווי סעמסאנג האט זייער אייגענע אין זייערע פאונס, אבער מען קען דאונלאודן א דאזן אנדערע, אויב נישט מער, איטליכע מיט זייערע מעלות און חסרונות. אויפן קאמפיוטער האב איך אנגעשטעלט אז אלע מעסעדזשעס פון ג'ימעיל קומט אויך אריין אין אוטלאק, און איך קען עס דארטן זעהן, הגם עס נעמט צייט ביז עס קומט אריין, נישט תיכף ומיד ווען איך ערהאלט דעם מעסעדזש אין ג'ימעיל.

אויב נעמט עס צייט קענסטו פארקירצערן די צייט אפשניט ציווישן אפדעיטס, אין די אוטלוק סעטינגס, אדער פראביר IMAP אנשטאט POP3.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק געפילטע!

איך וועל נישט אוועקמאכן זייערע אויפטוען. ס'איז פאראן א ריעזאן פארוואס יעדער נוצט זיי. עס באדערט מיר נאר פארוואס אין אויסזעהן און אין אפאר אנדערע וויכטיגע עריעס זענען זיי ממש צוריקגעשטאנען.

איך וועל ענטפערן עטליכע נקודות, די ווערטער אין רויט זענען מיינע.

געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל אביסל היסטארי, פאר גוגל'ס קינד, דזשי-מעיל איז געבוירן געווארן האט יעדער גענוצט אימעיל פון זייער ISP, וואס מ'האט נאר געקענט טשעקן מיט א אימעיל קלייענט אינדערהיים, אדער האט מען גענוצט webmail פון קאמפאניס ווי יאהו! און hotmail. די אלע האבן געגעבן מעילבאקס סייזעס אין די רעינדזש פון 2-3 מעגאבייטס, יא דו לייענסט גוט, 2-3 MB. און דאס איז געווען ווייניגער ווי צען יאר צוריק!

למעשה רעד איך פון היינט, נאכדעם וואס אלע האבן נאכגעטאנצן. איך וועל געבן פולע קרעדיט פאר גוגל פאר אלע זייערע אויפטוען, אבער איך וויל נוצן וואס איז היינט די בעסטע.

איך האב פלענטי זאכן גענוצט פון די לעבס, און דאס האב איך טאקע געמיינט צו זאגן אז אוטלוק האט נישט אלע פיטשעווקעס, אבער אין די ענדע פונעם טאג, פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס נישט צופיל ווערד.

אה, כ'האב נישט געוואוסט אז עס איז שייך ביי א נישט איד.

דאס האב איך געוואוסט. און כ'האב געשריבן טאקע אז ס'איז דא 2 בדיעבד'דיגע וועגן, איך האב אפילו נישט געוואוסט אז איינס ארבעט שוין נישט. עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו דעם געהעריגן אויסזעהן.
און איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו האסט ליב צו דארפן קליקן אויף יעדע מעסעדזש און דערנאך דרוקן נאכאמאל דעם BACK באטאן, צוריקצוגיין צום אינבאקס ליסטע, בשעת ביי מיין באליבטע פארמאט קענסטו פשוט קליקן איינמאל אדער סקראולן מיט די עראו קנעפלעך.

נישט געווען זייער סטראנג פוינט? נע, א שוואכער תירוץ. איך מיין עס איז יא געווען, און אפילו אויף עפל דעווייסעס האבן זיי רעליעסט א שיינעם עפפ.
גימעיל איז איינע פון זייערע הויפט פראדוקטן פון וואנעט זיי מאכן געלט און טוען שפיאנירן. אויב איז עס נישט זייער סטראנג פוינט קומט זיך זיי פעטש. ס'איז נישט קיין תירוץ, נאר ענדערש א קשיא.
און מיין פאון (מאטאראלע) איז נישט געקומען מיט א מעסדזש עפפ, כאטש איך קען טאקע דאונלאודן.

ווי געשריבן טוה איך טאקע דאס, אבער דער פראבלעם איז אז עס קומט אריין שפעטער, וכדלהלן.

וואס מיינט ארכיווט? אז איך לאז עס לויפן אין מיין אינבאקס, וואס איז דער חילוק צווישן די ביידע?
איך האב פארשידענע פאלדערס בי מיר, למשל "אימפארטענט", "קאווע שטיבל" וכדומה, און איך רוק אהין אלע מעסעדזשעס אין די פאסיגע פאלדערס.
אגב אין אוטלאק קען מען טאקע אנשטעלן אויטאמאטיש עס זאל פון זיך אליין גיין וואו עס באלאנגט (גערופן sweep), און נאך ענליכע פונקציעס, נאך בעסער ווי ביי אנדערע קליענטס.

דאס איז דאך א פשטות. אבער איך כאפ נישט וואס דו ווילסט מיר זאגן. כ'האב נישט געפרעגט וואס צו טון, כ'האב נאר ארויסגעברענגט די מעלה דערפון, אז די אימעילס באווייזן זיך קלאר טראץ סייטס זענען געבלאקט. אפשר האסטו נישט פארשטאנען מיין כוונה.

כ'האב שוין אלעס פרובירט, ס'קוקט אויס הילפלאז. ס'איז ממש א שאד. אבער נאך אלץ בעסער ווי מיינע יאהו! אקאונטס וועלכע ערלויבט בכלל נישט קיין פארווערדינג, כנ"ל.
און צום סוף, נאך אלע דעבאטעס, זאג איך נאך אלץ קלאר, אויב איינער וויל עפענען אן אימיל אקאונט און דאס קוקן בעיקר אויפן סעלפאון, איז אוטלאק דער וועג צו גיין. ס'איז א הערליכע עפפ.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אלץ עם הארץ דטעכניק, וועל איך זיך נישט אריינלאזען אין די טיפע געשפרעכן צווישען די קאמפיוטער דשיניעס'עס פון אונזער שטיבעל, אלזא, שמעקעדיג, געפילטע, שפארט אייך ארום ביז עס קומט ארויס אן ענדגילטיגע מסקנה און לאזט אונז פשוטע מענטשען, אדער ווי מ'רופט עס אויף טעק שפראך "end users", וויסען וואס די מסקנה איז והודעתם לנו את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה.
I have a dream
Martin Luther King ~
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אקעי, אז דו ווילסט שפילן קאלערס, איך בין בלוי.

שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק געפילטע!

איך וועל נישט אוועקמאכן זייערע אויפטוען. ס'איז פאראן א ריעזאן פארוואס יעדער נוצט זיי. עס באדערט מיר נאר פארוואס אין אויסזעהן און אין אפאר אנדערע וויכטיגע עריעס זענען זיי ממש צוריקגעשטאנען.

איך וועל ענטפערן עטליכע נקודות, די ווערטער אין רויט זענען מיינע.

געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל אביסל היסטארי, פאר גוגל'ס קינד, דזשי-מעיל איז געבוירן געווארן האט יעדער גענוצט אימעיל פון זייער ISP, וואס מ'האט נאר געקענט טשעקן מיט א אימעיל קלייענט אינדערהיים, אדער האט מען גענוצט webmail פון קאמפאניס ווי יאהו! און hotmail. די אלע האבן געגעבן מעילבאקס סייזעס אין די רעינדזש פון 2-3 מעגאבייטס, יא דו לייענסט גוט, 2-3 MB. און דאס איז געווען ווייניגער ווי צען יאר צוריק!

אפריל פול'ס דעי יארע 2004 האט גוגל אפיציעל ריליסט דזשימעיל צום פאבליק, מיט א גיגאבייט מעילבאקס סייז, ביי אינוויטעישען אנלי. יעדער האט אנגעהויבן זוכן ווער ס'קען עם אינווייטן צום נייעם אימעיל סיסטעם, אינוויטאציעס האבן זיך פארקויפט אויף אי-בעי פאר הונדערטער דאלער, און מיט די צייט האט גוגל געהעכערט די צאל אינווייטס און אני הקטן האב זיך אויך איינגעהאנדעלט איינס, און מזכה געווען פריינד און פאמיליע צום געגערטן דזשימעיל סיסטעם, אבער ווער גייט אמאל נוצן א גאנצע רינדעכיגע גיגאבייט??? (דא קומט אריין די ארכיוו פיטשער, מער אויף דעם שפעטער.)

איך מיין אז מ'קען רואיג זאגן אז גוגל האט געשטופט די אימעיל מארקעט אין איין טאג מיט א צען פופצן יאר פאראויס, און דאס הייסט א ריכטיגע וויזשענערי, סטיוו דזשאבס ז"ל האט נישט קיין עקסקלוסיוו רייטס צו דעם נאמען.

בלית ברירה האבן זיך די אנדערע פראוויידערס צוגעשטעלט, יאהו האט זיך אויסגעקראצט און געגעבן גאנצע הונדערט מעג פאר פרייע אקאונטס, און די אנדערע האבן אויך מיטגעטאנצט. אבער גוגל האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, נאר געהאלטן אין איין צולייגן פיטשערס, בשעת יאהו האט גטשארדזשד $20 דאלער א חודש פאר א "פרימיום" אקאונט, צו קענען האבן א "גרעסערע" מעילבאקס, קענען אויפסעטן אוטומאטישע פארווארדינג, POP3, וכדו', האט גוגל צוגעשטעלט די אלע פיטשערס פאר פרי.

למעשה רעד איך פון היינט, נאכדעם וואס אלע האבן נאכגעטאנצן. איך וועל געבן פולע קרעדיט פאר גוגל פאר אלע זייערע אויפטוען, אבער איך וויל נוצן וואס איז היינט די בעסטע.

נאך אסאך זאכן וואס איך געדענק נישט פונקטליך יעצט, וואס גוגל האט פאראויס געשטופט די וועב-מעיל אינדוסטרי, סיי מיטן סייז פון עטעטשמענס, און די וויירוס סקענינג פון עטעטשמענס, ספעם פילטערינג וואס איז נאך געווען אין די ווינדלען דעמאלס (פרעג די וואס פלעגן נוצן די אנדערע סערוויסעס ווילפיל אימעיל'ס זיי פלעגן באקומען פון ניידזשעריע פרינצ'ן און פון ביל געיטס) און די דזשימעיל לעב'ס וואס לאזן דיר טוהן געוויסע זאכן וואס זענען נאר עקספערימענטאל.

איך האב פלענטי זאכן גענוצט פון די לעבס, און דאס האב איך טאקע געמיינט צו זאגן אז אוטלוק האט נישט אלע פיטשעווקעס, אבער אין די ענדע פונעם טאג, פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס נישט צופיל ווערד.

יעצט צו דיינע טענות, לאמיר זעהן וואס זיי זענען.

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב פיינט GMAIL, פראסט און פשוט.

וואס איז מיט שנאת חינם, אין די ניין טעג? קעי, נעקסט.
אה, כ'האב נישט געוואוסט אז עס איז שייך ביי א נישט איד.
און ווער פונקטליך איז די נישט איד דא? לערי פעידש אדער סערגיי ברין?

שמעקעדיג האט געשריבן:איי, פארוואס נוצטו עס? א גוטע קשיא. ווייל יעדער. די אלטע חסיד'ישע קרענק, "יעדער". ואי תימא, ווייל איך וויל גוגל טאלק, און איך קען נישט אן א אימעיל אדרעס.

קומענדיג פון אוטלאק, אוטלאק עקספרעס, טאנדערבוירד, און יאהו אנליין, און MSN, און אנדערע אימעיל פראגראמען/סייטס, וואו די סאבשעקטס און די מעסעדזש זענען פאנאנדערגעטיילט (אויבן און אונטן, אדער רעכטס און לינקס) איז דער אויסשטעל פון ג'ימעיל עקלדיג און נאריש. קודם כל, אלע העדערס פון די מעסעדזשעס פון אויבן ביז אראפ, נישט צעטיילט. כ'ווייס ס'איז פאראן 2 בדיעבד'דיגע אויסוועגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך.

צוויי זאכן, קודם כל, ווער לאזט דיר נישט נוצן אוטלוק פאר דיין דזשימעיל? אזוי קענסטו עס אויסשטעלן ווי אזוי דיין הארץ באגערט.
צווייטענס, אין דזשימעיל אנליין קענסטו דאס אויך טוהן, טאקע א נייערע פיעטשער, אבער פאר די וואס ס'גייט זיי אין לעבן איז עס א גרויסע מעלה. אויבן אויפן רעכטע זייט וועל אויס האריזאנטאל ספליט אדער ווערטיקאל ספליט, האסטו דיין אוטלוק אויסזעהן.
בילד

איך האב גראדע יא ליב די קלינע אויסזעהן פון אלע סובדזשעקט ליינס, און איך האב געהאט די sneak peek לעב פיטשער ענעיבעלד, אבער ליידער האט גוגל ריטייערט די פיטשער אפאר וואכן צוריק, און ער ערזעצט מיט די נייע רייט קליק קאנטעקסט מעניו וואס קען ארכיווירן, מעקן, און מארק עז אנרעד\רעד.
דאס האב איך געוואוסט. און כ'האב געשריבן טאקע אז ס'איז דא 2 בדיעבד'דיגע וועגן, איך האב אפילו נישט געוואוסט אז איינס ארבעט שוין נישט. עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו דעם געהעריגן אויסזעהן.
און איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו האסט ליב צו דארפן קליקן אויף יעדע מעסעדזש און דערנאך דרוקן נאכאמאל דעם BACK באטאן, צוריקצוגיין צום אינבאקס ליסטע, בשעת ביי מיין באליבטע פארמאט קענסטו פשוט קליקן איינמאל אדער סקראולן מיט די עראו קנעפלעך.

מיט וואס איז עס בדיעבד'יג? מאך די ווערטיקעל ספליט זעהט עס אויס פונקט ווי אוטלוק. קענסטו ארומרייטן מיט די עראו'ס, סקראלען וויפיל דו ווילסט.
פארוואס איך האב עס ליב אזוי? כ'ווייס נישט, אזוי בין איך צוגעוואוינט.

שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דאס ערגסטע איז נאך מיט זייער מאביל עפפ. ערשטנס, א זאך וואס באדערט שוין מענטשן זינט זייער ערשטן ריליעס, איז אז מען קען נישט אוועקנעמען דעם conversation view. אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער קען מען טוישן דעם סעטינג, אבער אויפן סעלפאן איז עס נישט בנמצא. און אויסער דעם, מיט יעדע אפדעיט ווערט איין זאך בעסער אבער 2 זאכן ערגער. מגלה טפח ומכסה טפחיים. זיי מאכן קאמפליצירט און טוישן די אייקאנס פון די פשוט'ע פונקציעס, ווי צב"ש אויסמעקן א מעסעדזש, אדער אפילו רעפלייען אדער פארווערדן. אטעטשן קען מען נאר בילדער אדער קליפס, נישט קיין אנדערע סארט פיילס, א מין משוגעת! אויך איז עס גאנץ שטייט. און כ'ביניש דער איינציגסטער וואס באקלאגט זיך דערויף; איך זעה די זעלבע אין אסאך רעוויואס.

די מאביל עפפ איז קיינמאל נישט געווען זייער סטראנג פוינט, אבער ווער דארף עס, יעדע פאון קומט מיט א מעסעדזשעס עפפ, לייג אריין דיין גימעיל אקאונט דארט און טוה וואס דו ווילסט.
נישט געווען זייער סטראנג פוינט? נע, א שוואכער תירוץ. איך מיין עס איז יא געווען, און אפילו אויף עפל דעווייסעס האבן זיי רעליעסט א שיינעם עפפ.
גימעיל איז איינע פון זייערע הויפט פראדוקטן פון וואנעט זיי מאכן געלט און טוען שפיאנירן. אויב איז עס נישט זייער סטראנג פוינט קומט זיך זיי פעטש. ס'איז נישט קיין תירוץ, נאר ענדערש א קשיא.
און מיין פאון (מאטאראלע) איז נישט געקומען מיט א מעסדזש עפפ, כאטש איך קען טאקע דאונלאודן.

האסטא פוינט, זיי וואלטן געמעגט אינוועסטירן מער אין די עפפ, אבער איך האב קיינמאל נישט געוואלט נוצן איבעריגע עפפס וואס זאלן לויפן אין די בעקגראונד, נוץ איך די בילט אין מעסעדזשינג עפפ און שוין.
וואס מיינסטו אז דיין פאון קומט נישט מיט קיין אימעיל עפפ? דיין מאטאראלע איז א ענדרויד פאון? די אימעיל איז דאך בילט אין אין די OS, ס'איז א חלק פון ענדרויד, ווי אזוי קען זיין ס'קומט נישט מיט קיין מעסעדזשעס עפפ?

שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטנס האט "מייקראסאפט" איבערגעפרישט זייער האטמעיל אימעיל, גערופן outlook. וואס זאל איך ענק זאגן? עס איז הערליך שיין, איך בין צופרידן למעלה מן המשוער, סיי אויפן קאמפיוטער, און בפרט אויפן סעלפאן. די אויסשטעל, שיינע אותיות, קלאר צו ליינען, הערליכע און פשוט'ע אייקאנס, און נאך מעלות.

אויב האסטו אזוי ליב די אוטלוק אינטערפעיס, קענסטו אריינלייגן דארט דיין דזשימעיל POP3 אדער IMAP סעטינגס, און נוץ אוטלוק.קאם אלץ דיין אנליין אימעיל קלייענט.
ווי געשריבן טוה איך טאקע דאס, אבער דער פראבלעם איז אז עס קומט אריין שפעטער, וכדלהלן.

שמעקעדיג האט געשריבן: עס האט טאקע נישט אפשר אלע אומוויכטיגע פיטשעווקעס פון ג'ימעיל, (למשל ארקייוו, ווער דארף עס פאר א גוט יאר? ארכיוון מיינע אימעילס? איך סעיוו עס אין א אייגענע פאלדער וואס איך וויל און ס'איז גרינגער און א מחי'), אבער פארן טאג-טעגליכן באנוץ איז עס הונדערט מאל בעסער און געשמאקער.

וויבאלד ג'מעיל געט אזא גרויסע מעילבאקס, (האלט שוין היינט ביי 15 GB און וואקסט) מעק איך קיינמאל נישט אויס קיין אימעיל, אלעס ווערט ארכיווט, און מיט זייער ענדווענסד סוירטש אפשען קען מען טרעפן יעדע אימעיל פון יארן צוריק. און אז דו רעדסט שוין פון פאלדערס, פארוואס דארפסטו דאס מעניועלי אריינלייגן אין די פאלדער? קענסט אויפסעטן פילטערס וואס זאלן עס טוהן פאר דיר אוטאמאטיש.

וואס מיינט ארכיווט? אז איך לאז עס לויפן אין מיין אינבאקס, וואס איז דער חילוק צווישן די ביידע?
איך האב פארשידענע פאלדערס בי מיר, למשל "אימפארטענט", "קאווע שטיבל" וכדומה, און איך רוק אהין אלע מעסעדזשעס אין די פאסיגע פאלדערס.
אגב אין אוטלאק קען מען טאקע אנשטעלן אויטאמאטיש עס זאל פון זיך אליין גיין וואו עס באלאנגט (גערופן sweep), און נאך ענליכע פונקציעס, נאך בעסער ווי ביי אנדערע קליענטס.

איך האב ליב צו האלטן די אינבאקס קלין, עפעס וואס איך דארף נישט קער נעמען דערפון, אדער ענטפערן, לייג איך עס אין די ארכיוון, אוט אוו סייט, אוט אוו מיינד. ס'איז גרינגער פאר די אויגן, און פאר די נערווען ווען די אינבאקס איז נאר א האלבע פעידזש לאנג.

שמעקעדיג האט געשריבן:איין חסרון וואס באדערט מיר אויפן סעלפאן, פאר יעדע אימעיל וואס האט בילדער דערויף דארף מען באזונדער רעקוועסטן "show images". אבער עס איז נישט מער א קוועטש אויפן סקרין צו פארלאנגען די בילדער, ממילא איז עס נישט געפערליך.

דאס איז א סעקיוריטי פיטשער, אסאך קאמפאניס, ספעמערס, לייגן אריין פיקטשערס אין די HTML קאוד פון די אימעיל, אז ווען דו עפעסנט עס אויף ריקוועסט די אימעיל קלייענט די בילד פון זייער סערווער. אזוי ארום ווייסן זיי אז דו האסט עס געליינט, וואו דו ביסט, דיין IP אדרעס, און מעגליך אויך דיין אפערעיטינג סיסטעם, בראוזער ווערסיע, וואס זיי קענען דאס נוצן פאר זייער מארקעטינג, דעמאגראפיקס, און דאטא קאלעקשען.
גוגל גיט דיר אבער די אפציע אז מענטשען מיט וועם דו אימעילסט זיך אפט, דאס הייסט אז דו טראסט זיי, קענסטו מאכן אז ס'זאל אלעמאל גלייך ווייזן די בילדער. אין סעטינגס וועל אויס Always display external content (such as images) sent by trusted senders.

שמעקעדיג האט געשריבן:א אנדערע מעלה דערפון אויפן קאמפיוטער איז פאראן, אז ער ווייזט דיר אלע בילדער, אפילו מיט א פילטער. ד"ה, למשל, איך האב אין די ארבעט א ווייט-ליסט, און יעדע אימעיל פון א קאמפאני וואס איז נישט אפן אויף מיין ליסט, וועט א אימעיל פון זייערע עדס נישט ווייזן קיין בילדער, נאר א גרויסן ליידיגן באקס מיט א רויטע X אויבן. דאס איז ביי אנדערע אימעיל קלייענטס, ווי יאהו און גימעיל. אבער אוטלוק וועט עס יא צייגן. פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט קליקן דערויף וועט זיך עס נישט אויפמאכן וויל די סייט איז געבלאקט, אבער די אימעיל ערשיינט במלוא הודה והדרה.

דאס מיינט אז מייקראסאפט עפענט דיין אימעיל אויף זייער סערווער, און דאונלאודט די אימעדזש, און ווייזט דיר עס אזוי, רייט קליק די אימעדזש, און קוק וואו ס'ליגט.
דאס איז דאך א פשטות. אבער איך כאפ נישט וואס דו ווילסט מיר זאגן. כ'האב נישט געפרעגט וואס צו טון, כ'האב נאר ארויסגעברענגט די מעלה דערפון, אז די אימעילס באווייזן זיך קלאר טראץ סייטס זענען געבלאקט. אפשר האסטו נישט פארשטאנען מיין כוונה.

האב איך דיר געזאגט פארוואס ס'איז אזוי, ווייל בשעת גוגל דיליווערט דיר די HTML קאוד און דו עפענסט עס אין דיין בראוזער, עפענט מייקראסאפט דיין אימעיל, דאונלאדט די קאנטענט צו וואס די HTML קאוד פוינט צו דעם, און לייגט עס פאר פאר דיר. מאנכע וועלן אפשר זיין אומבאקוועם דערמיט, ספעציעל ווען מייקראסאפט האלט אין איין האקן אויף די פאקט אז גוגל עפענט דיינע אימעילס כדי צו טארגעט'ן עד'ס, און זייער You've been scroogled עד, בשעת וואס זיי אליין טוהן בערך די זעלבע זאך.

שמעקעדיג האט געשריבן:עכ"פ, איך נוץ אוטלאק אסאך, און טוה עס הייס רעקאמענדירן. פאר די וועלכע מוזן נוצן ג'ימעיל אויפן סעלפאן, איז רעקאמענדירט צו דאונלאודן א דריטע-פארטיי אימעיל עפפ, ווי סעמסאנג האט זייער אייגענע אין זייערע פאונס, אבער מען קען דאונלאודן א דאזן אנדערע, אויב נישט מער, איטליכע מיט זייערע מעלות און חסרונות. אויפן קאמפיוטער האב איך אנגעשטעלט אז אלע מעסעדזשעס פון ג'ימעיל קומט אויך אריין אין אוטלאק, און איך קען עס דארטן זעהן, הגם עס נעמט צייט ביז עס קומט אריין, נישט תיכף ומיד ווען איך ערהאלט דעם מעסעדזש אין ג'ימעיל.

אויב נעמט עס צייט קענסטו פארקירצערן די צייט אפשניט ציווישן אפדעיטס, אין די אוטלוק סעטינגס, אדער פראביר IMAP אנשטאט POP3.

כ'האב שוין אלעס פרובירט, ס'קוקט אויס הילפלאז. ס'איז ממש א שאד. אבער נאך אלץ בעסער ווי מיינע יאהו! אקאונטס וועלכע ערלויבט בכלל נישט קיין פארווערדינג, כנ"ל.
און צום סוף, נאך אלע דעבאטעס, זאג איך נאך אלץ קלאר, אויב איינער וויל עפענען אן אימיל אקאונט און דאס קוקן בעיקר אויפן סעלפאון, איז אוטלאק דער וועג צו גיין. ס'איז א הערליכע עפפ.

על טעם וריח אין להתוכח, איך וועל מיך האלטן מיט מיין גוגל, און די מעסעדזש עפפ אויפן פאון, וואס איז בד"וו פונקט אזוי שנעל, און אמאל גאר שנעלער ווי די בראוזער push פון גוגל'ס סערווערס.

לעיקוואד האט געשריבן:אלץ עם הארץ דטעכניק, וועל איך זיך נישט אריינלאזען אין די טיפע געשפרעכן צווישען די קאמפיוטער דשיניעס'עס פון אונזער שטיבעל, אלזא, שמעקעדיג, געפילטע, שפארט אייך ארום ביז עס קומט ארויס אן ענדגילטיגע מסקנה און לאזט אונז פשוטע מענטשען, אדער ווי מ'רופט עס אויף טעק שפראך "end users", וויסען וואס די מסקנה איז והודעתם לנו את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה.

וואס גייט דיר אן וואס די "חכמים" זאגן? וואס מאכט זיי אן אוטאריטעט דיר איינצוטיילן וואס צו טוהן? דו זעה וואס מאכט דיר פרייליך, וואס ס'זעט דיר אויס ריכטיג, און דאס זאלסטו טוהן. דארפסט פארשטיין אז מענטשענס טבעיות זענען פארשידענארטיג, און מ'קען זיי נישט אריינלייגן אין איין באקס, וואס פארדעם איז אמאל צו געפאטשקעט איז פארן אנדערן צו פשוט, אבער יעדער מיינט אז דאס וואס ער האט ליב, דארט ליגט די אמת באגראבן. מ'דארף אביסל ארויסקריכן פונעם באקס, זיך אויסטוהן די מלבושים, און עס אנקוקן מיט א דרויסענדע בליק, אן די נגיעות און מסכים המבדילים...

נישט אזוי וואלט לעיקוואד געזאגט?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך פראביר דיר שוין צו געבן אביסעלע כבוד ווארפסטו עס אזוי אוועק?

עניוועיס, יפה אמרת! :like :like :like
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי אזוי האט יענער געזאגט?
כבוד, פוי..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע, עני יאניט אוועילעביל?
משה געציל האט געשריבן:ווען איך שיק ארויס א אימעיל פון מיין גאגעל אקאנט (נישט ג'מעיל, עס איז א ביזנעס עפפ) קומט עס אריין אין אטלאק אין אינבאקס. עני סעלאשען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך פארשטיי נישט דיין קשיא (בלשון בדחן: 'קומסט נישט אריין קלאר').
פון וואו שיקסטו ארויס די אימעיל? וועלכע עפפ? וואוהין שיקסטו עס, וואו ווילסטו עס זאל אנקומען און וואו קומט עס למעשה אן?
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דיין קשיא (בלשון בדחן: 'קומסט נישט אריין קלאר').
פון וואו שיקסטו ארויס די אימעיל? וועלכע עפפ? וואוהין שיקסטו עס, וואו ווילסטו עס זאל אנקומען און וואו קומט עס למעשה אן?

ווען דו שיקסט א אימעיל פון דיין קאמפיוטער פון גוגל עפפס, קומט עס אריין אין מייקראסאפט אוטלוק אין די אינבאקס? געשעהט דאס נאר ווען דו ענטפערסט אויף א אימעיל, אדער אויך ווען דו שרייבסט א נייע?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ווען איך שיק א אימעיל פאר געפילטע פיש דורך מיין גאגעל עפפס, קומט אריין אין אטלאק א אימעיל פון משה געציל. און יעצט אז דו פרעגסט מיר כאפ איך מיר אז עס איז נאר ווען איך ריפליי.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אהא, איז עס טאקע וואס כ'האב געמיינט, די קאנווערסעישען וויאו.

דאס האט צו טוהן מיט די וועג גוגל קוקט אן אימעילס, אז ווען דו ענטפערסט א אימעיל איז עס א נייע אפדעיט צום קאנווערסעישען, און נישט נאר א ארויסגייענדע אימעיל.

פאר דעם איז דא דריי עצות, אדער טוישסטו די אוטלוק סעטינגס פון POP צו IMAP (וואס ארבעט אביסל אנדערש, זוך אויף גוגל די נ"מ ציווישן POP3 און IMAP), אדער אין די גוגל סעטינגס לעש אויס Conversation view, אדער סעט אויף א פילטער, אז אימעיל'ס וואס קומען פון דיין אימעיל אדרעס זאלן סקיפ'ן די אינבאקס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יעצט כאפ איך שוין, פארוואס שמעקעדיג מיסד זיין מיינד. די גי מעיל זיינע איז נישט בסדר.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

[tag]משה געציל[/tag] ס'ארבעט?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אפשר איז דאס נכלל אין די שמועס אפשר נישט. כ'פלעג נוצען גימעל פאר ביזנעס און פערזענליך. העלפט דער אייבישטער אז הרעותי את מעשי און כ'בין יעצט געצווינגן צו ניצן אוטלאאק. ס'איז א רייכע פראגראם אבער געוויסע זאכן באדערן מיך. 1) ווען איך ריפליי צו א מעסעדזש וואס איך האב נארוואס געשיקט, לאמר, "אה כ'האב פארגעסן צו עטעטשן דאס צוגעזאגט פייל. נאדיר. און נאכאמאל, האב א פרייליכע יולי דער פערדער" פארשטייט אוטלאק אז איך ריפליי צו מיר זעלבסט, אינדערצייט וואס גימעל האט געניצט דאס פיפטע שו"ע און עס געשיקט צום פריערדיגן רעסיפיענט בתורת שוב ראיתי. 2) אלס א גימעל עדיקט בין איך אויך עדיקטעט צו סורטשן אימעליס. אינדערצייט וואס גימעל ארבייט ווי, וועל, גוגעל און זיכט בחורין ובסדקין, איז מיט אוטלאאק אן אנדערע מעשה. כ'מיז געדענקן צו כ'זאל זיכן אין די פאלדער היוצא אדער פאלדער הנכנס. 3) דאס נישט צוזאמפארן די קאנווערסעשאן מאכט אז כ'ברויך אלס ארומנישטערן צו געפינען ווער ס'האט געענטפערט און ווער ס'האט געפרעגט, אזא אין מוקדם ומאוחר. הגם זיי טוהן מיר א טובה און אינפארמירן מיר אז כ'האב שוין ריפלייט צו דעם אימעיל.

בין איך בלויז גרין, אדער די זאכן זענען באמת פראבלעמאטיש?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יואליש האט געשריבן:אפשר איז דאס נכלל אין די שמועס אפשר נישט. כ'פלעג נוצען גימעל פאר ביזנעס און פערזענליך. העלפט דער אייבישטער אז הרעותי את מעשי און כ'בין יעצט געצווינגן צו ניצן אוטלאאק. ס'איז א רייכע פראגראם אבער געוויסע זאכן באדערן מיך.

אוטלוק איז גאר א רייכע פראגראם, בכלל נישט אוועק צו מאכן. וועלכע ווערסיע האסטו?
יואליש האט געשריבן: 1) ווען איך ריפליי צו א מעסעדזש וואס איך האב נארוואס געשיקט, לאמר, "אה כ'האב פארגעסן צו עטעטשן דאס צוגעזאגט פייל. נאדיר. און נאכאמאל, האב א פרייליכע יולי דער פערדער" פארשטייט אוטלאק אז איך ריפליי צו מיר זעלבסט, אינדערצייט וואס גימעל האט געניצט דאס פיפטע שו"ע און עס געשיקט צום פריערדיגן רעסיפיענט בתורת שוב ראיתי.

צוויי עצות, איינס, קליק Reply to all אנשטאט סתם ריפליי. אדער קענסטו עפענען די אימעיל, פייל > ריסענד אר ריקאלל > ריסענד.
פאר דיין פראבלעם פון פארגעסן עטעטשמענטס, איז דא א עד אין וואס מ'קען אינסטולירן, וואס קען דיטעקטן אז דו ווילסט שיקן אן עטעטשמענט, און דערמאנט דיר עס מחבר צו זיין.

יואליש האט געשריבן: 2) אלס א גימעל עדיקט בין איך אויך עדיקטעט צו סורטשן אימעליס. אינדערצייט וואס גימעל ארבייט ווי, וועל, גוגעל און זיכט בחורין ובסדקין, איז מיט אוטלאאק אן אנדערע מעשה. כ'מיז געדענקן צו כ'זאל זיכן אין די פאלדער היוצא אדער פאלדער הנכנס.

כ'מיין, גוגל איז גוגל, וואס ווילסטו? אבער נישט געזארגט, גוגל האט א דעסקטאפ סוירטש וואס קען סוירטשן דיין אוטלוק. איך ווייס נישט ווי אזוי די פערפארמענס איז, פראביר עס אויס איז זעה פאר דיר אליינס.
לגבי דיין פראבלעם אז ס'זוכט נאר אין איין פאלדער, ווען אוטלוק ענדיגט סוירטשן וועט עס דיר געבן אן אפציע אונטער די ריזאלטס, Try searching again in All Mail Items.
יואליש האט געשריבן: 3) דאס נישט צוזאמפארן די קאנווערסעשאן מאכט אז כ'ברויך אלס ארומנישטערן צו געפינען ווער ס'האט געענטפערט און ווער ס'האט געפרעגט, אזא אין מוקדם ומאוחר. הגם זיי טוהן מיר א טובה און אינפארמירן מיר אז כ'האב שוין ריפלייט צו דעם אימעיל.

בין איך בלויז גרין, אדער די זאכן זענען באמת פראבלעמאטיש?
דאס דארפסטו אליינס מחליט זיין.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:[tag]משה געציל[/tag] ס'ארבעט?

נאכנישט פראבירט וועל מיר אי"ה נאך שבת, איך וועל דיר לאזן וויסן צו עס האט געארבעט, אבל אוקי גברא אחזקתיה, כ'בין זיכער אז איינער פון דיינע אפציעס וועלן ארבעטן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב ליב זשימעיל אבער איך האב פיינט אז גאגעל push'ט ארויף נייע פיטשערס וואס איך האב זיי נישט געבעטען. די וואך האבן זיי זיך גענימען צוטיילן אלע מיינע אינבאקס'עס אין פאלדער'ס. מוחל טובות!! נעקסט טיים פרעג רשות!
פארשפארט