פרויען רעכטען - א בראך אויף קאלאמבאס
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
פרויען רעכטען - א בראך אויף קאלאמבאס
אוך בין נושט אנטי פרויען עפעס רעכטען מיזען זיי האבען עטליסט מער פין בעלי חיים אבער סאיז א בראך אז זיי האבען גלייכע רעכטען צי מענער
א ביישפיל איז ווען א פרוי באקימט אויטאריטי וועלען זיי ''ווייזען'' וואס זיי קענען
די דזשאדזש ביי סאמעט אין ביי רובאשקין געוען א פרוי אין ביידע האבען ארויסגעויזען אזא אימממענטשליכקייט עקשנות אין הארטנעקיקייט וואס נאר א פרוי קען
אינז ווייסן אז א פרוי טאר נושט זיין א שופט און קעניג אין אפילי ביי דבורה הנביאה און חילדה הנבואה זאגט די גמרא אז סהאט נושט געטויגט וכו'

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
איך ווייס נישט אויב דו רעדסט ערנסט, אבער צו אזוי עקסטרעם סטערעאטיפן האלב פון דער מענטשהייט (און איך מיין אפי' גראדע אביסל מער ווי האלב) איז אזא שטות אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן דיר דאס מסביר זיין. נאר וועגן דיין פונקט פון רשעות'דיגע ריכטערין (אויב מען זאל אננעמען דיין מסקנא אז זיי זענען טאקע געווען רשעות'דיג), ווילסטו טאקע א ליסטע פון אלע רשעות'דיגע מענער-ריכטער?
אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן. גיי מאך אביסל ריסוירטש וועסטו פארשטיין פארוואס.
אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן. גיי מאך אביסל ריסוירטש וועסטו פארשטיין פארוואס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
שרגא האט געשריבן:אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן. גיי מאך אביסל ריסוירטש וועסטו פארשטיין פארוואס.
עקסקיוז מי !, מאכסט מיר לאכען, אבער כ'קען פארשטיין פארוואס ביסט געקומען צי אזא החלטה ווייל די וועלט היינט איז זייער פארדרייט, אין ס'איז שווער צי זעהן וויזוי וועלט האט אויסגעקוקט ווען וועלט איז געווען מער נארמאל, כ'האף בל"נ נאך צי שרייבען באריכות דערוועגען ווען כ'וועל האבען געדולד אין צייט אבער יעצט וועל איך פשוט שרייבען אזוי:
טאמער גלייבסטע אין תורת משה איז די תירוץ זייער קלאר, דער מאן איז חשובער פין די פרוי, אין דער פרוי איז א עזר כנגדו, ביידע זענען מענטשען וואס איז די מבחר הבריאה אבער דער מאן איז חשובער, נישט אומזינס מאכט מען א ברכה שלא עשני אשה, ס'דא זייער גוטע סיבות פארדעם,
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
שרגא האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דו רעדסט ערנסט, אבער צו אזוי עקסטרעם סטערעאטיפן האלב פון דער מענטשהייט (און איך מיין אפי' גראדע אביסל מער ווי האלב) איז אזא שטות אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן דיר דאס מסביר זיין. נאר וועגן דיין פונקט פון רשעות'דיגע ריכטערין (אויב מען זאל אננעמען דיין מסקנא אז זיי זענען טאקע געווען רשעות'דיג), ווילסטו טאקע א ליסטע פון אלע רשעות'דיגע מענער-ריכטער?
אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן. גיי מאך אביסל ריסוירטש וועסטו פארשטיין פארוואס.
קודם, זר זהב, זיי מיר מוחל אבער כנהוג ברענג איך נישט קיין לינקס. (מיין שיטה איז אז אין די היינטיגע וועלט דארף מען קיינעם נישט פיטערן, יעדער האט גוגל און קען אפירזוכן וואס עס גלוסט, אויב וויל ער טאקע. ווידער אויב האט איינער נישט גענוג אינטערעסע, פארוואס דארף מען אים אריינשטופן אין מויל דעם לעפל און שטופן "קוק דא" און "קוק דארט".) .
אקעי, לענין, טעיתי אז כ'האב אנגעהויבן דעם שמועס אויף דעם טרעק, כ'האב באמת נישט דאס געמיינט. איך האב נישט ליב זיך אריינצולאזן אין די טעמעס; יעדער קען עס אויסקנעטן פאר זיך. כ'האב זיך אויך נישט אויסגעדרוקט די בעסטע מיט'ן זיין דערקלערן אלס די "מבחר האנושי", נאר ענדערש געמיינט צו ארויסברענגען אז זיי זענען פיל מער ווערט ווי מען געט זיי קרעדיט און יא, אפשר נאך מער ווי דעם מאן. און אז איינער האט דא געשריבן אזוי שארף קעגן זיי און זיי אזוי אוועקגעמאכט ווי עפעס ברואים נשפלים, האב איך זיך אנגענומען פאר זייער כבוד און געמיינט עקסטרעם ארויסצוברענגען ווי ראנג עס איז זיי אזוי אונטערצושאצן (ווי מען זעט אויך אין אנדערע מקומות אז מען דרוקט זיך אויס שארפער ווי געווענליך, ארויסצוברענגען ווי ערנסט די זאך איז).
פראפעסאר שפירא, איך מאך דיר לאכן? האט זיך שוין געלוינט. אבער ווער אויב נישט א פראפעסאר לאכט קיינמאל נישט פון יענעמ'ס ווערטער איידער ער פרובירט נאכקוקן און פארשטיין אויב עס איז יש דברים בגוי.
איך האב גערעדט פון די כאראקטער און נאטורן פון א פרוי אז זיי זענען בעסער, וואס לגבי דעם גלייב איך נישט אז עס ווערט געברענגט ערגעץ אז מען טאר נישט שרייבן קיין מעלות אויף פרויען. וואס איז דען א ראיה אז זיי זענען די עזר כנגדו? אפשר פארקערט, מען האט גענומען דעם אומגעלומפערטן מאן און אים "פארענדיגט" מיט די מער שלימות'דיגע עזר כנגדו. ווייטער די ברכה שלא עשני אשה האט לענ"ד גארנישט מיט גשמיות, נאר מען מאכט עס לכ' פשוט ווייל מיר האבן באקומען די אלע מצוות און זיי נישט (וואס מ'קען נאך אפשר אפי' נעמען אלס ראיה צו זייער שלימות און העכערע מדריגה אז עס פעלט זיי נישט אויס און זיי זענען גאנץ אויך אן דעם. נאכאמאל, דאס איז נאר געווען א בחינה בדרך אפשר לויט איין מאן דאמר, נישט קום יעצט מאכן קולות.)
יעצט נאכאמאל, לענין, פשוט גערעדט, דארף מען קודם נאכקוקן א פשוט'ע זאך: וויפיל מענער זענען אין טורמע און וויפיל פרויען?
אויב זענען מענער וואס קומען אן אהין אין די מאסן, און פרויען זענען א פיצעלע פראקציע דערפון, וואס ווייזט דאס אליין? ווער איז א נארמאלערער מער פערפעקטע בריאה (אין דעם הינזיכט, רעדט מען יעצט. נישט קום יעצט פרעגן צי די תורה וואס מיר לערנען איז נישט חשוב'ער. לייג די זאכן אליין אין קאנטעקסט, פליז.)
וויפיל מענער האבן שוין געמארדעט? יעצט דערקעגן וויפיל פרויען? וויפיל באצווינגער האסטו שוין געהערט פון פרויען, און געוואלד, וויפיל מענער? דאס אליין איז גענוג צו ענדיגן דעם שמועס. אויב מענער זענען די ווילדע חיות אויף דער וועלט וואס מארדן בעיקר אנדערע, וואס דאס איז די גרעסטע פארברעך פאר די מענטשהייט, שטייען זיי נישט אויף א העכערע מדריגה דערמיט?
ווער זענען די גרויסע שרעקעדיגע חיות? פון וועמען באשטייט די גרעסטע מערהייט פון נייעס איבער חברה וואס האבן ארויסגעשלעפט א מעסער אדער א גאן און דערשטאכן דעם חבר ווייל ער האט דיר עפעס געזאגט וואס איז דיר נישט פינקטליך געפאלן די אומריכטיגע זייט? ווען דו הערסט פון א באוואפנטע באנק רויבעריי, איז עס געווענליך א מאן אדער א פרוי? ווען דו הערסט פון רויבערייען אין בארא פארק, ווער זענען זיי, מענער אדער פרויען? גייסט אויפ'ן גאס און א פרוי קומט דיר אקעגן, זאל זיין א טונקעלע, וועסטו מורא האבן? ניין! ווען דו ביסט מיט א פרוי אין אן עלעוויטאר (שוין, געפילטע, הייב אן שרייען "נו, יחוד"), וועסטו ציטערן? ניין! ווידער פון א מאן גלייב איך איז שוין געווען ווען דו האסט געטראכט פאר א סעקונדע צי ער קען נישט זיין א פאטענציעלער געפאר. ווייל אינערליך ווייסן מיר דעם אמת אז געווענליך איז פון זיי נישטא וואס מורא צו האבן. זיי טשעפען געווענליך נישט קיין מענטשן.
ווער מיינסטו זענען בעסערע דרייווערס, מענער אדער פרויען? קוק זיך נאר ארום אויפ'ן ראוד. סארי, אבער ווען דו זעסט אריבערשמייסן איינעם ווי א ווילדן מטורף, וועסטו ווארשיינליך נישט ערווארטן צו זען א פרויען דרייווער. ריכטיג? (און דאכט זיך אויך שטודיעס האבן דאס באשטעטיגט).
ווער איז מער פאלגזאם בכלל מיט'ן אויספאלגן סיי וועלכע געזעצן? אדער טון ווי די רעגולאציעס פון א פלאץ פארלאנגטן? זענען מיר די וואס גלייכן אייביג צו זיין אן אויבער חכם אדער זיי? ווער מיינסטו טרינקט מער אלקאהאל, נעמט מער דראגס, מענער אדער פרויען?
ווער האט מער פון די מידה פון רחמנות?
ווער איז געווענליך דער אגרעסיווער בעל כעס, דער מאן אדער די פרוי?
ווער וועט ענדערש פארראטן זיין באליבטן?
ווער האט בכלל מער די מידה פון געטריישאפט?
הע, לאכסטו מסתמא, אבער קלוגשאפט? דו שווערסט זיך זיכער אז מיר מענער זענען קלוגער, רייט? דער מציאות איז אבער ווייט נישט אזוי. איך ווייס נישט צי זיי זענען קלוגער אדער די זעלבע (עס איז נאך א שטיקל מחלוקת הפוסקים און רוב האלטן אז מענער זענען נישט קליגער), אבער דאס איז זיכער אז מענער האבן איין זאך: א גראבן שווארצן איבערגעטריבענע גאוה. מיר האלטן זיך אייביג פאר די קלוגסטע, אפילו עס האט גארנישט מיט'ן מציאות. און די פרויען? פונקט פארקערט, צווישן זייערע איידעלע מידות איז ענוה. זיי וועלן זיך סעקאנד געסן אפילו זיי זענען גערעכט. טראכט אריין איין מינוט וועסטו כאפן אז דאס איז דער מציאות.
זייערע אינוועסטירונגען זענען טאקע פאר דעם פיל מער מיט שכל, זיי שאצן זיך נישט איבער און זענען מער קעירפול און דורכגעטראכט, און סטאטיסטיק ווייזט אז זיי דערלייגן ווייניגער אויפ'ן סטאק מארקעט ווי מענער (אפי' מענער קענען טאקע מער פארדינען, ווייל א גרעסערער געמבלער אויב געלונגט אים שוין יא, מאכט ער מער ווי דעם רואיגן מעסיגן געמבלער)
יא, מען באגייט נאך אסאך אומרעכטן קעגן זיי און מען באהאנדלט זיי נאך נישט אינגאנצן ווי אייניגע מיט אונז, ווי אין דער ארבעט ווי זיי מאכן ווייניגער אפילו אויף די זעלבע פאזיציע ווי א מאן און אנדערע עוולות. נאר לויט פון וואו זיי קומען, פון די גאר נידריגע שטאנד אין וועלכן מען האט זיי געלייגט במשך הדורות, זענען זיי גאר גאר שנעל געוואקסן און זיך ארויסגעהויבן אין עדיוקאציע און אין דער ארבעטס קראפט.
לסיום, עס איז מיר נישט גרינג אנגעקומען דאס צו אנערקענען. איך ווייס ב"ה גוט די מעלות פון אונז הויכגעשעצטע מענער. דער נאטירליכער עגא האט מיך אויך נישט גרינג געלאזט דאס זאגן און אנערקענען (וואס דער עגא איז אגב טאקע אויך א שרעקליכער קרענק פיל ערגער ביי מענער ווי פרויען; יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איר קענט אזוי שווער זאגן איי'ם סארי [און זיי נישט]) אבער פארפאלן, איך מוז שלינגען דעם אמת ווי עס פירט מיך.
אוודאי קען מען אויך זאגן פארשידענע זאכן וואס זענען אויף די אנדערע זייט (ווי למשל פירערשאפט וואס די מענער זענען לכ' געווענליך בעסער), אבער עס איז דא גענוג מעלות, אפשר צופיל, וואס זענען מער גענויג צו זייער זייט. אלזא, מאכט זיי נישט אזוי אוועק, און געערטער פראפעסאר טייערע, לאך נישט אזוי.
אפשר איז אויך דא א סיבה פארוואס פון הימל שענקט מען זיי א היפש גרעסערן אריכות ימים ווי אונז מענער. איבער דער גאנצער וועלט איז דא דער מציאות אז פרויען לעבן לענגער ווי מענער. אין אמעריקע איז עס אין דורכשניט מיט ארום פיר יאר, אויב דענק איך גוט. און אין אנדערע לענדער איז דא וואו זיי לעבן איבער די מענער אין דורכשניט מיט מער ווי צען יאר!
שוין, פון מיין זייט איז דער שמועס געענדיגט דא. יעדער קען יעצט קומען אפפרעגן. איך גיי זיך בל"נ נישט טענה'ן. ווער עס וויל וויסן, קען נאכזוכן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
שרגא האט געשריבן: נאר ענדערש געמיינט צו ארויסברענגען אז זיי זענען פיל מער ווערט ווי מען געט זיי קרעדיט און יא, אפשר נאך מער ווי דעם מאן. און אז איינער האט דא געשריבן אזוי שארף קעגן זיי און זיי אזוי אוועקגעמאכט ווי עפעס ברואים נשפלים, האב איך זיך אנגענומען פאר זייער כבוד און געמיינט עקסטרעם ארויסצוברענגען ווי ראנג עס איז זיי אזוי אונטערצושאצן
פראפעסאר שפירא, איך מאך דיר לאכן? האט זיך שוין געלוינט. אבער ווער אויב נישט א פראפעסאר לאכט קיינמאל נישט פון יענעמ'ס ווערטער איידער ער פרובירט נאכקוקן און פארשטיין אויב עס איז יש דברים בגוי.
סארי פארען לאכען, ס'גארנישט פערזענליך, אין כ'האלט זיך ווייטער ביי מיין אז דער מאן איז ביסודו חשובער, חאטשיג אין די היינטיגע פארדרייטע וועלט קען זיין במציאות אנדערש, (אין ווען כ'גיי שרייבען פין א מאן און פרוי אין דעם תגובה רעד איך פין א געזונטע מאן און פרוי ווען וועלט איז וועלט)
שרגא האט געשריבן:איך האב גערעדט פון די כאראקטער און נאטורן פון א פרוי אז זיי זענען בעסער, וואס לגבי דעם גלייב איך נישט אז עס ווערט געברענגט ערגעץ אז מען טאר נישט שרייבן קיין מעלות אויף פרויען.
אדרבה זיי האבען אסאך מעלות אין געוויסע פרטים מער פין מענער, אין פארשטייט זיך אנדערע פרטים האבען מענער מער מעלות,
שרגא האט געשריבן:וואס איז דען א ראיה אז זיי זענען די עזר כנגדו?
פשוט ווייל אזוי גייט עס אז דער ווייניגער חשוב באדינט די מער חשובע,
שרגא האט געשריבן:אפשר פארקערט, מען האט גענומען דעם אומגעלומפערטן מאן און אים "פארענדיגט" מיט די מער שלימות'דיגע עזר כנגדו.
א מאן אין א פרוי ציזאמען זענען א גאנצע מענטש, איינער אליין איז א פלג גופא, סיי די פרוי אין סיי די מאן, אבער די מאן וואס האט מער דעת איז חשובער, די פרוי האט מער בינה, (וואס די אפטייטש פין דעת אין בינה איז נאך א זאך)
שרגא האט געשריבן:ווייטער די ברכה שלא עשני אשה האט לענ"ד גארנישט מיט גשמיות, נאר מען מאכט עס לכ' פשוט ווייל מיר האבן באקומען די אלע מצוות און זיי נישט (וואס מ'קען נאך אפשר אפי' נעמען אלס ראיה צו זייער שלימות און העכערע מדריגה אז עס פעלט זיי נישט אויס און זיי זענען גאנץ אויך אן דעם. נאכאמאל, דאס איז נאר געווען א בחינה בדרך אפשר לויט איין מאן דאמר, נישט קום יעצט מאכן קולות.)
ניין, א פרוי האט ווייניגער דעת אין פארדעם איז זי פטור פין טייל מצוות, ווי מען זעהט אז חז"ל לייגען ציזאמען נשים עבדים וקטנים, א פרוי איז אויך פסול פאר עדות אין דאס קענסטע נישט זאגען ווייל זי האט מער שלימות,
שרגא האט געשריבן:יעצט נאכאמאל, לענין, פשוט גערעדט, דארף מען קודם נאכקוקן א פשוט'ע זאך: וויפיל מענער זענען אין טורמע און וויפיל פרויען?
אויב זענען מענער וואס קומען אן אהין אין די מאסן, און פרויען זענען א פיצעלע פראקציע דערפון, וואס ווייזט דאס אליין? ווער איז א נארמאלערער מער פערפעקטע בריאה,
וויפיל מענער האבן שוין געמארדעט? יעצט דערקעגן וויפיל פרויען? וויפיל באצווינגער האסטו שוין געהערט פון פרויען, און געוואלד, וויפיל מענער? דאס אליין איז גענוג צו ענדיגן דעם שמועס. אויב מענער זענען די ווילדע חיות אויף דער וועלט וואס מארדן בעיקר אנדערע, וואס דאס איז די גרעסטע פארברעך פאר די מענטשהייט, שטייען זיי נישט אויף א העכערע מדריגה דערמיט?
ניין ווייל פרויען ניצען מער די צינג ווי די הענט, אין זיי קענען גוט טשעפענען אין וויי טוהן אין דאס איז מער זייער געווער ווי די הענט, אין פאר ניצען די צינג גייט מען נישט אין טורמע, אין אויך זענען זיי שוואכער סיי אין גייסט אין סיי פיזיש, צי טוהן אזאלכע זאכען, אבער אסאך פרויען שטייען אינטער מערדער אין רעדען זיי צי דערצי, אין שלעכטע מדות איז דא ביי פרויען פונקט אזוי אדער מער ווי מענער, פארשטייט זיך אויף זייער נוסח,
שרגא האט געשריבן:ווער מיינסטו זענען בעסערע דרייווערס, מענער אדער פרויען? קוק זיך נאר ארום אויפ'ן ראוד. סארי, אבער ווען דו זעסט אריבערשמייסן איינעם ווי א ווילדן מטורף, וועסטו ווארשיינליך נישט ערווארטן צו זען א פרויען דרייווער. ריכטיג?
פרויען זענען נישט קיין בעסערע דרייווער, שטודיעס זאגען טאקע אז זיי מאכען ווייניגער עקסידענטס, אבער דאס איז נישט ווייל זיי קענען בעסער דרייווען נאר ווייל זיי דרייווען ווי דערשראקענע האזלעך, אבער גוטע דרייווער וואס קענען גוט האלטען א רעדעל איז לכאורה דא מער ביי מענער,
שרגא האט געשריבן:ווער איז מער פאלגזאם בכלל מיט'ן אויספאלגן סיי וועלכע געזעצן? אדער טון ווי די רעגולאציעס פון א פלאץ פארלאנגטן? זענען מיר די וואס גלייכן אייביג צו זיין אן אויבער חכם אדער זיי? ווער מיינסטו טרינקט מער אלקאהאל, נעמט מער דראגס, מענער אדער פרויען?
פרויען זענען טאקע מער פאלגזאם, אין דאס איז ווייל זיי דאס א חלק פין זייער טבע צי זיין פאלגזאם, זייער מהות איז מער זיך צי צישטעלען צי יענעם וואס דאס איז א חלק פין עזר כנגדו, אין ס'אפשער גוט אבער א מאן איז מער א מענטש וואס פאלגט נישט אין גלייבט נישט אלעס בלינדערהייט,
שרגא האט געשריבן:ווער האט מער פון די מידה פון רחמנות?
מענער
שרגא האט געשריבן:ווער וועט ענדערש פארראטן זיין באליבטן?
א אראבער
שרגא האט געשריבן:ווער האט בכלל מער די מידה פון געטריישאפט?
פרויען,
שרגא האט געשריבן:הע, לאכסטו מסתמא, אבער קלוגשאפט? דו שווערסט זיך זיכער אז מיר מענער זענען קלוגער, רייט? דער מציאות איז אבער ווייט נישט אזוי. איך ווייס נישט צי זיי זענען קלוגער אדער די זעלבע (עס איז נאך א שטיקל מחלוקת הפוסקים און רוב האלטן אז מענער זענען נישט קליגער),
די שאלה וואס ביי דיר הייסט קלוגשאפט, "איי קיו" איז מסתם דא ביי ביידע מער קלוגע אין ווייניגער קלוגע,
שרגא האט געשריבן:אוודאי קען מען אויך זאגן פארשידענע זאכן וואס זענען אויף די אנדערע זייט (ווי למשל פירערשאפט וואס די מענער זענען לכ' געווענליך בעסער), אבער עס איז דא גענוג מעלות, אפשר צופיל, וואס זענען מער גענויג צו זייער זייט. אלזא, מאכט זיי נישט אזוי אוועק, און געערטער פראפעסאר טייערע, לאך נישט אזוי.
סארי פארען לאכען, איך קוק אינגאנצען נישט אראפ אויף א פרוי, אבער ס'טוישט נישט די מציאות א א מאן שטייט העכער אין די בריאה, אפילו ווען א פרוי האט טאקע בעסערע מידות,
א מאן וואס קומט אן ווי ער דארף שטייט העכער ווי א פרוי,
היינט מאכט זיך אבער אסאך אז די פרוי שטעלט זיך בעסער אוועק, אין דאס איז א סדרה פאר זיך וואס די סיבות זענען, אבער דאס דאס טוישט נישט די יסוד הבריאה,
שרגא האט געשריבן:שוין, פון מיין זייט איז דער שמועס געענדיגט דא. יעדער קען יעצט קומען אפפרעגן. איך גיי זיך בל"נ נישט טענה'ן. ווער עס וויל וויסן, קען נאכזוכן.
דורך זיך אויסטענ'ן קען מען אמאל מער דורעכטהון א זאך,
"די גאנצע פימינין מאוומענט איז מעשה יצר, ס'נישט גוט נישט פאר די פרוי אין נישט פאר די מאן,ס'איז א חורבן, א מאן אין אפרוי זענען נישט גלייך אין יעדער שפירט זיך גוט ווען ער טוט זיין תפקיד"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:"די גאנצע פימינין מאוומענט איז מעשה יצר, ס'נישט גוט נישט פאר די פרוי אין נישט פאר די מאן,ס'איז א חורבן, א מאן אין אפרוי זענען נישט גלייך אין יעדער שפירט זיך גוט ווען ער טוט זיין תפקיד"
מיט דעם האסטו צוגרינד געלייגט דיין גאנצע תגובה. שרגא איז ביי מיר נישט נחשד מיט פעמיניזם, בעת דו האסט קלאר אן אנטי פעמיניסטיק בייעס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
כהאב קיינעם נישט אוועקגעמאכט אויב יא בעט אוך זיי איבער (זעסט? א מאן קען אוי זאגען איימסארי....) קען זיין אז אין גוגעל וועסטי טרעפען ואס האלטען וי דיר אבער אין אינזער תורה שטייט קלאר אנדערש (פימפל) == אין גיי ווייטער צום גוי, מישעל באקמאן אדער סארע פעילין? וער זענען די געלינגענע פרעזידענטען אין אמעריקא? פעילין וועלכע איז שוין אנגעקימען די העכסטע ואס א פרוי קען אנקימען איז דעך אזא נארישע פרוי די אייבישטער זאל אפהיטען
ויפיל מענער זענען אין טורמע אין וויפיל פרויען? ויפיל פרויען האבען שוין געהארגעט אנדערע? == כעל דור ענפערען מיט א פראגע ציריק (וי א יוד) ויפיל קינדער זענען אין טורמע? ויפיל מוריקשעס זענען אין טורמע?= ויפיל קינדער האבען שוין געהארגעט א מענטש?
זיי זענען קלאהר נושט קליגער (אפילי די שרייבסט אז סיז א מציאות) קען זיין אז זיי זענען מער דורכגעטראכט וועגען דעם מאכען זיי בעסערע אינוועסטמענטס
מענער קענען שוער זאגען איימסארי אבער זיי זאגען עס, פרויען וועלען קיימאל נושט זאגען איימסארי זיי זענען נישט שטאלץ עגאיסטיש וי א מאן אבער זיי זענען הארטנעקיג פארביסען ואס ווילען נאר אז די מאן זאל האלטען ואס זיי זאגען – אין אנדערע ווערטער די מאנס שטארקייט איזה גיבור הכובש את יצר"ו אז ער קען איינגיין אין נאכגעבען פאר זיין פרוי (טאקע נושט וייל ער ויל נאר וויל ער מוז, אנדערש וועט זי עם אויסטיילען צרות) די פרויס שואכקייט איז אז זי פירט געווענליך אויס אין הויז, יא דעס איז איר שואכקייט (ודוק כי עמוק היא)
די סיבה פארואס פרויען לעבען לענגער פין די מענער? וייל זיי באקימען נישט אזויפיל צרות פין זייערע מענער ווי די מענער באקימען פין זיי
ויפיל מענער זענען אין טורמע אין וויפיל פרויען? ויפיל פרויען האבען שוין געהארגעט אנדערע? == כעל דור ענפערען מיט א פראגע ציריק (וי א יוד) ויפיל קינדער זענען אין טורמע? ויפיל מוריקשעס זענען אין טורמע?= ויפיל קינדער האבען שוין געהארגעט א מענטש?
זיי זענען קלאהר נושט קליגער (אפילי די שרייבסט אז סיז א מציאות) קען זיין אז זיי זענען מער דורכגעטראכט וועגען דעם מאכען זיי בעסערע אינוועסטמענטס
מענער קענען שוער זאגען איימסארי אבער זיי זאגען עס, פרויען וועלען קיימאל נושט זאגען איימסארי זיי זענען נישט שטאלץ עגאיסטיש וי א מאן אבער זיי זענען הארטנעקיג פארביסען ואס ווילען נאר אז די מאן זאל האלטען ואס זיי זאגען – אין אנדערע ווערטער די מאנס שטארקייט איזה גיבור הכובש את יצר"ו אז ער קען איינגיין אין נאכגעבען פאר זיין פרוי (טאקע נושט וייל ער ויל נאר וויל ער מוז, אנדערש וועט זי עם אויסטיילען צרות) די פרויס שואכקייט איז אז זי פירט געווענליך אויס אין הויז, יא דעס איז איר שואכקייט (ודוק כי עמוק היא)
די סיבה פארואס פרויען לעבען לענגער פין די מענער? וייל זיי באקימען נישט אזויפיל צרות פין זייערע מענער ווי די מענער באקימען פין זיי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
יידל האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:"די גאנצע פימינין מאוומענט איז מעשה יצר, ס'נישט גוט נישט פאר די פרוי אין נישט פאר די מאן,ס'איז א חורבן, א מאן אין אפרוי זענען נישט גלייך אין יעדער שפירט זיך גוט ווען ער טוט זיין תפקיד"
מיט דעם האסטו צוגרינד געלייגט דיין גאנצע תגובה. שרגא איז ביי מיר נישט נחשד מיט פעמיניזם, בעת דו האסט קלאר אן אנטי פעמיניסטיק בייעס.
כ'האב נישט געזאגט, אין נישט געמיינט צי זאגען א שרגא איז נחשד אויף פעמיניזים, נאר די פעמיניזים מאוומענט איז די סיבה פאר וואס אין די לעצטע הונדערט יאר צי וויפעל איז מען ביזי מיט גלייכע רעכטען פאר פרויען,
יעצט פרויען האבען זייער חשיבות אין זייער פלאץ אין די זעלבע מענער האבען זייער חשיבות אין זייער פלאץ, (אין כ'האב בכלל נישט קיין אנטי פעמיניסטיק בייעס... )
נאר ווען מען מאכט א ווינט אז א פרוי דארף ווערען גלייך צי א מאן אדער פארקערט א מאן גלייך צי א פרוי, איז עס א פארדרייטע שקר, א פרוי איז די מערסטע ציפרידען ווען זי איז וואס זי איז באשאפען געווארען צי זיין, דהיינו א פרוי, אין א מאן דארף זיין א מאן, ס'איז צוויי סארטען אין יעדער דארף שפילען זיין ראלע, די רעג מען פארטוישט ראלע איז קיינער נישט עכט ציפרידען, אפילו אמאל איז דא א צייטווייליגע הנאה,
אין דאס האב איך געמיינט צי זאגען אז די פעמינין מאוומענט איז מעשה יצר, ווייל די ציל דערפין איז א פרויען זאלען נעמען מענערישע ראלעס, ארבעטען ווי א מאן, פירערשאפט ווי א מאן אין אזוי ווייטער, אין דאס פארדרייט די נאטור אין הארגעט די פאמיליע לעבען, אדרבה קוק וויזוי די פאמיליע לעבען קוקט היינט אויס ביי די מערב וועלט אין וויזוי ס'האט אויסגעקוקט פאר הונדערט יאר צוריק, נאכדעם עמער רעדען צי איך האב א אנטי פעמיניסטיק בייעס....
די חברה פארדרייען די נאטור מיט קלאמפישע אומשולדיגע סלאגאנען פין פרויען רעכטען, זיכער איז געווען פראבלעמען אז מענער האבען אביוזט פרויען, ס'איז אלעמאל דא שלעכטע מענטשען וואס האבען זיך באניצט מיט כל דאלים גבר, אבער פארדרייען די בריאה איז נישט די ענפער דערויף,
ס'איז א שטיק שקר די גאנצע זאך, יעצט איז אבאמה ארויס געקומען אין שטיצע פין אבארשען זאגענדיג אז ער שטיצט "די רעכט פין פרויען צי בוחר זיין " אזא אומשולדיגע סלאגאן ווער קען זיך דען קריגען דערויף, אבער כ'מיין ער זאל זאגען די אמת אז ער שטיצט "די רעכט פין פרויען צי רצח'ענען", ווייל דעי אבארשען וואס ער שטיצט דאס איז ר צ י ח ה, פארשטייסט אזוי גייט עס מיט די שקרנים, זיי פארדרייען די בריאה מיט אומשולדיגע סלאגאנען, אין נאכדעם ווער ס'קויפט נישט זייער בלאף אין שקר זאגט מען אז ער האט א "אנטי פעמעניסטיק בייעס", קוק ווי די מערב ווועלט איז געפאלען אין דעם הינזיכט אין די לעצטע הונדערט יאר, אין כ'זאג נאכאמאל:
"די גאנצע פימינין מאוומענט איז מעשה יצר, ס'נישט גוט נישט פאר די פרוי אין נישט פאר די מאן,ס'איז א חורבן, א מאן אין אפרוי זענען נישט גלייך אין יעדער שפירט זיך גוט ווען ער טוט זיין תפקיד"
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
קרעקער האט געשריבן:די סיבה פארואס פרויען לעבען לענגער פין די מענער? וייל זיי באקימען נישט אזויפיל צרות פין זייערע מענער ווי די מענער באקימען פין זיי
האסט מיר דערמאנט פין די וויץ אז אדם הראשון הא געלעבט טויזענט יאר ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער, אין ווען ער האט ווען נישט קיין ווייב לעבט ער נאך היינט,
(אין ס'איז אמת אויך, ווייל ווען נישט די חטא וואס זי האטעם איבערגערעדט וואלט ער דאך נישט געזינדיגט וואלט נישט נגזר געווארען מיתה)
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
שרגא,
זייער גוט ארויסגעברענגט. איך בין, אין פרינציפ, מסכים מיט'ן פראפעסאר וואס שייך דער פעמיניסטישער באוועגונג. יא, פרויען האבן א סך מעלות. (איך ווייס נישט צי ווען מען שטעלט די צוויי מינים איינער נעבן אנדערן בכללית ווער, אויב איינער, וואלט געווינען. ס'איז אבער קלאר אז ביידע פארמאגן מעלות וואס דער צווייטער מין האט נישט.) די פעמיניסטישע באוועגונג שטערט מיך, ווייל זי האט גענומען די מערכה פון גלייכבארעכטיגונג צו א זינלאזן עקסטרעם. נעם אין באטראכט אז פרויען כהיום האבן שוין גלייכע רעכטן מיט מענער. (עס זענען דא פרטים אין וועלכע מען קען זיך דינגען. איך רעד אבער בכללית.) די פעמיניסטן פון היינט זענען ראדיקאלן, וואס ווילן מאכן א סטעיטמענט דורך שטעלן די רעכטן פון פרויען העכער די פון מענער. זיי ווילן צושרייבן צו פרויען זאכן וואס זיי זענען נישט. זיי ווילן זען פרויען זיין עפעס וואס זיי זענען נישט.
וואס איז שייך זיך צו דינגען: די צוויי מינים זענען נישט אייניג. א פרוי איז בדרך כלל נישט געאייגנט צו ארבעטן אין קאנסטראקשאן; א מאן טויג בדרך כלל נישט אזוי גוט ווי א פרוי אין דעם זיך-אריינלייגן-אין-יענעמס-מצב חלק פון א סאושעל ווארקער. דאס מיינט אבער נישט אז איין מין שטייט העכער פונעם צווייטן, נאר אז זיי זענען אנדערש.
אזא שלאגווארט ווי "לעידיס פוירסט" איז פונקט אזוי זינלאז ווי דעם אנדערן עקסטרעם. די פעמיניסטישע באוועגונג איז אין א געוויסן זין שולדיג אז די טעמע איז בכלל נאך אויפ'ן טיש.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
קול דודי האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ווייל דעי אבארשען וואס ער שטיצט דאס איז ר צ י ח ה,
ס'נישט! עכ"פ נישט אויב דו רעדסט פון הלכה און תורת משה. וואס זעמיר דא, קריסטן?
ביי בני נח הייסט עס רציחה,אין א בני נח וואס טוט עס איז חייב מיתה,
"אחת משבע מצוות בני נח היא איסור הרציחה, וכפי שנאמר בפרשת נח (בראשית ט, ו): "שֹׁפֵךְ דַּם הָאָדָם בָּאָדָם דָּמוֹ יִשָּׁפֵךְ כִּי בְּצֶלֶם אֱלוֹהִים עָשָׂה אֶת הָאָדָם". ודרש רבי ישמעאל, שגם מי שהורג עובר חייב מיתה, שנאמר: "שֹׁפֵךְ דַּם הָאָדָם 'בָּאָדָם' דָּמוֹ יִשָּׁפֵךְ", ואיזהו אדם שבאדם, זהו עובר"
א ישראל איז נישט חייב מיתה אבער ס'איז אויך אסור, חוץ אין א פאל וואס מען קען מתיר זיין,
"תשובה לכך נמצאת בכלל המובא בתלמוד מסכת סנהדרין (נט, א), שלא יכול להיות דבר שיהיה אסור על בני נח ואילו לבני ישראל יהיה מותר. כלומר, מעצם זה שאנו רואים שלבני נח אסור להרוג עובר, יש ללמוד שגם לישראל אסור להרוג עובר. ואף שבן נח נהרג על הריגת עובר ואילו ישראל אינו נהרג, מכל מקום, האיסור קיים גם לגבי ישראל."
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
הער שפירא,
איך וויל דיר קלאר זאגן אז יידל איז זייער גערעכט. איך בין לגמרי נישט קיין "פעמיניסט" פער סעי, און איך האב דא בכלל נישט געמיינט צו נעמען א שטעלונג אין דעם, איך בין אויך נישט איבערצייגט אז מען מוז מיט אלע כוחות דוקא פרובירן פארוואנדלען פרויען אין מענער, אפילו איך בין קלאר קעגן אומרעכטן קעגן פרויען פשוט אלס זייער מין, נאר כ'האב דא פשוט גערעדט פון זייער כאראקטער און נאטורן וואס איך האב אבזערווירט און אנאליזירט במשך די צייט און אנגעהויבן איינזען מער און מער אז אזוי איז עס.
דעריבער זעענדיג ווי איינער באצייכנט זיי דא אלס פשוטע שלעכטע ברואים, האב איך נאר געוואלט זיך אננעמען און אביסל ארויסברענגען די פאזיטיווע חלק פון א פרוי, וואס אין פיל הינזיכטן שטייען זיי אין מיינע אויגן העכער ווי מענער. און אוודאי איז נישט קיין פראגע אז עס זענען אויך דא ביטער שלעכטע פרויען, וואס דעמאלט איז שלמה המלך ביטער גערעכט, אבער פונקט אזוי האבן מענער פון זיי איבערגענוג, סאו מען רעדט אלץ אין אלגעמיין.
פונדעסטוועגן פארשטיי איך אויב דו האלטסט אנדערש און איך רעספעקטיר דיין מיינונג. איך מיין אז כ'דארף עס נישט מער אויסשמועסן און פארענטפערן דיינע פריערדיגע ווערטער, ווייל די "פירכות" קען יעדער אליין פארשטיין וויאזוי צו פארענטפערן און זאל יעדער אליין אויסוועלן.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שרגא,
זייער גוט ארויסגעברענגט. איך בין, אין פרינציפ, מסכים מיט'ן פראפעסאר וואס שייך דער פעמיניסטישער באוועגונג. יא, פרויען האבן א סך מעלות. (איך ווייס נישט צי ווען מען שטעלט די צוויי מינים איינער נעבן אנדערן בכללית ווער, אויב איינער, וואלט געווינען. ס'איז אבער קלאר אז ביידע פארמאגן מעלות וואס דער צווייטער מין האט נישט.) די פעמיניסטישע באוועגונג שטערט מיך, ווייל זי האט גענומען די מערכה פון גלייכבארעכטיגונג צו א זינלאזן עקסטרעם. נעם אין באטראכט אז פרויען כהיום האבן שוין גלייכע רעכטן מיט מענער. (עס זענען דא פרטים אין וועלכע מען קען זיך דינגען. איך רעד אבער בכללית.) די פעמיניסטן פון היינט זענען ראדיקאלן, וואס ווילן מאכן א סטעיטמענט דורך שטעלן די רעכטן פון פרויען העכער די פון מענער. זיי ווילן צושרייבן צו פרויען זאכן וואס זיי זענען נישט. זיי ווילן זען פרויען זיין עפעס וואס זיי זענען נישט.
וואס איז שייך זיך צו דינגען: די צוויי מינים זענען נישט אייניג. א פרוי איז בדרך כלל נישט געאייגנט צו ארבעטן אין קאנסטראקשאן; א מאן טויג בדרך כלל נישט אזוי גוט ווי א פרוי אין דעם זיך-אריינלייגן-אין-יענעמס-מצב חלק פון א סאושעל ווארקער. דאס מיינט אבער נישט אז איין מין שטייט העכער פונעם צווייטן, נאר אז זיי זענען אנדערש.
אזא שלאגווארט ווי "לעידיס פוירסט" איז פונקט אזוי זינלאז ווי דעם אנדערן עקסטרעם. די פעמיניסטישע באוועגונג איז אין א געוויסן זין שולדיג אז די טעמע איז בכלל נאך אויפ'ן טיש.
איי עגרי. יעדע זאך וואס ווערט גענומען צום עקסטרעם, איז ווייטער אין שטח פון ראדיקאל.
נאר איין זאך דארף מען פארשטיין, וואס איז א כלל ביי אסאך ענליכע טעמעס (ווי פימ"א, ענווייראנמענט, האומאס, רעישעל אישוס, וכו'), וויבאלד זיי זענען ענינים וואס זענען אמאל געווען ביים אנדערן עק און די וועלט האט נארוואס אנגעהויבן גיין אין פארקערטן ריכטונג, קען עס אין אנהייב גיין צו אן עקסטרעם ביז'ן אנדערן עק, ווייל מען דארף עס נאך "פייטן". דאן אפילו דער מצב ווערט בעסער אין דעם ענין און אפילו עס איז שוין גאנץ גוט, זענען אבער די "לוחמים" וואס זענען אריינגעטינקען אין דער פרשה און קעמפן פאר די רעכטן שוין צו טיף פארזונקען אין די מלחמה און זיי קעמפן ווייטער מיט'ן שטייפסטן ווי גלייך עס וואלט נאך געווען די צייטן וואס א פרוי (שווארצער, האומא אדער קעצל) האט קיין שום רעכטן און איז מיסט. אפילו דער באן פארט שוין אין גוטן ריכטונג, הערן זיי נישט אויף שטופן דעם באן מיט אלע כוחות ווי גלייך דער מאטאר איז נאך צעבראכן.
עס גייט אבער דורך א צייט און עס ווערט סטאביליזירט. (אזוי ווי מען זאגט ביי א טבע אז מען דארף קודם גיין צום אנדערן עק כדי עס גענצליך צו דערשטיקן און צעברעכן, דאן קען מען צוריק צום דרך הממוצע. ) נישט אז איך בארעכטיג עס, נאר איך זאג דער מציאות.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
שרגא האט געשריבן:הער שפירא,
איך וויל דיר קלאר זאגן אז יידל איז זייער גערעכט. איך בין לגמרי נישט קיין "פעמיניסט" פער סעי,
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די ביסט א פעמיניסט, אין כ'האב עס שוין פריער געשריבען, נאר די גאנג פין דיין שרייבען דארט האט געשמעקט פין פעמיניזים, דהיינו ארויפהייבען די פרוי העכער די מאן,
ארויפהייבען די פרוי איז א גוטע זאך, ארויפהייבען די פרוי העכער די מאן שמעקט מיט פעמיניזעם, נאר אויף דעם האסטע גענפערט אז די האסט נאר רעאגירט צי וואס דער פריערדיגע שרייבער האט לדעתך געקלאפט פרויען, אבער די האסט נישט ממש דאס געמיינט,
נו טאמער האסטע נישט דאס געמיינט איז א צווייטע זאך,נאר פין די וועג וויזוי די האסט געשריבען האט עס אזוי אויסגעקוקט,
שרגא האט געשריבן:און איך האב דא בכלל נישט געמיינט צו נעמען א שטעלונג אין דעם, איך בין אויך נישט איבערצייגט אז מען מוז מיט אלע כוחות דוקא פרובירן פארוואנדלען פרויען אין מענער,
ביזט אבער יא איבערצייגט אז דאס פרובירען פאר'מענער'ען פרויען איז א חורבן ??
שרגא האט געשריבן: אפילו איך בין קלאר קעגן אומרעכטן קעגן פרויען פשוט אלס זייער מין,
מיט דעם האלט איך מיט דיר מען טאר נישט באגיין קיין אומרעכט קעגען קיין שום נברא,
שרגא האט געשריבן:נאר כ'האב דא פשוט גערעדט פון זייער כאראקטער און נאטורן וואס איך האב אבזערווירט און אנאליזירט במשך די צייט און אנגעהויבן איינזען מער און מער אז אזוי איז עס.
א זכר וואס ארבעט זיך אויס, קומט אין דארעכשניט אן העכער ווי א נקבה, אין לאידך גיסא א זכר קען טאקע פאלען מער, ווייל אזוי גייט עס ווער ס'קען אנקומען העכער קען אויך אנקומען טיפער, כל הגדול מחבירו יצרו גדול,
שרגא האט געשריבן:דעריבער זעענדיג ווי איינער באצייכנט זיי דא אלס פשוטע שלעכטע ברואים, האב איך נאר געוואלט זיך אננעמען און אביסל ארויסברענגען די פאזיטיווע חלק פון א פרוי, וואס אין פיל הינזיכטן שטייען זיי אין מיינע אויגן העכער ווי מענער.
אבער די האסט עס גענומען צי א עקסטרעם זאגענדיג אז די פרוי איז די מבחר הבריאה, אין דער זכר איז עפעס א אומבאלומפערטער בריאה,
שרגא האט געשריבן:אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן.
שרגא האט געשריבן: מען האט גענומען דעם אומגעלומפערטן מאן און אים "פארענדיגט" מיט די מער שלימות'דיגע עזר כנגדו.
אין דאס וועט יעדער מודה זיין אז דאס שמעקט מיט פעמיניזעם, סארי אבער אזוי האסטו געשריבען אין די זעלבע זאגען די פעמיניסטען,
שרגא האט געשריבן: און אוודאי איז נישט קיין פראגע אז עס זענען אויך דא ביטער שלעכטע פרויען, וואס דעמאלט איז שלמה המלך ביטער גערעכט, אבער פונקט אזוי האבן מענער פון זיי איבערגענוג, סאו מען רעדט אלץ אין אלגעמיין.
שלמה המלך האט אויך געזאגט, "אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי."
נאכאמאל כ'מאך נישט אוועק פרויען, כ'קריג נאר אויפען געדאנק צי זאגען אז פרויען זענען די מבחר הבריאה מער ווי מענער, מידות איז איין חלק פין די מענטש, אין מען קען דן זיין צי פרויען אין דארעכשניט האבען בעסערע מידות,
אבער דער מאן אלץ "זכר" איז אין די סדר ההשתלשלות פאר א פרוי אין ממילא א משפיע פאר די פרוי וואס איז א מקבל לגבי די מאן, אין ממילא ווען מען שטעלט די פרוי העכער פארדרייט מען די נאטור אין די סדר הבריאה,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
שפירא, ווידער קען איך זיך נישט אפשטעלן אויף יעדע שורה דיינע, ווייל עס וועט מיר קאסטן א מגילה פון דא ביז אהין. איך האב געמיינט צו זאגן אז יעדער קען אליין פארשטיין וויאזוי אפצופרעגן די פירכות, אויב האלט מען ווי מיר, דעריבער איז א שאד צו גיין פארענטפערן יעדע שורה. איך האף דו פארשטייסט אז איך קען אויך יעצט נעמען יעדע שורה דיינע און עס ענטפערן און צוריקפרעגן, נאר איך נעם אן אז ווען מ'רעדט צו פארשטענדליכע מענטשן, דארף מען נישט אריינגיין אין יעדע דעטאל און גיין הין און צוריק, ווייל ווער עס וויל קען עס אליין טון. אויך האסטו עטליכע מאל ארויסגענומען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט און זיי אזוי געברענגט כדי צו מאכן עס מער דראמאטיש, און אנדערע מאל האסטו זיי פשוט שלעכט אויסגעטייטשט, וואס דערפאר קלערסטו אז איך בין א ראדיקאלער פעמיניסט. אבער נאכאמאל, ווער עס קוקט מיט שכל, קען דאס אליין באמערקן. אבער חלילה האב איך נישט דערמיט געמיינט אוועקצומאכן דיין שיטה.
וואס איך דארף יא צולייגן נאך דיינע שורות איז אז פארשטייסט נישט גוט מיינע ווערטער אויב זאגסטו אז איך האלט אז עס וואלט געווען בעסער אויב פרויען וואלטן "געפירט" די וועלט. איך האב דיר פשוט געברענגט די אנדערע צד, וואס איך גלייב אז ביז נעכטן האסטו מסתמא נישט צופיל געטראכט דערפון. סאו איך האב געטאן מיינס און יעצט קענסטו בוחר זיין אדער אננעמען טיילן דערפון כרצונך הטוב.
וואס איך דארף יא צולייגן נאך דיינע שורות איז אז פארשטייסט נישט גוט מיינע ווערטער אויב זאגסטו אז איך האלט אז עס וואלט געווען בעסער אויב פרויען וואלטן "געפירט" די וועלט. איך האב דיר פשוט געברענגט די אנדערע צד, וואס איך גלייב אז ביז נעכטן האסטו מסתמא נישט צופיל געטראכט דערפון. סאו איך האב געטאן מיינס און יעצט קענסטו בוחר זיין אדער אננעמען טיילן דערפון כרצונך הטוב.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
קרעקער האט געשריבן:מענער קענען שוער זאגען איימסארי אבער זיי זאגען עס, פרויען וועלען קיימאל נושט זאגען איימסארי זיי זענען נישט שטאלץ עגאיסטיש וי א מאן אבער זיי זענען הארטנעקיג פארביסען ואס ווילען נאר אז די מאן זאל האלטען ואס זיי זאגען – אין אנדערע ווערטער די מאנס שטארקייט איזה גיבור הכובש את יצר"ו אז ער קען איינגיין אין נאכגעבען פאר זיין פרוי (טאקע נושט וייל ער ויל נאר וויל ער מוז, אנדערש וועט זי עם אויסטיילען צרות) די פרויס שואכקייט איז אז זי פירט געווענליך אויס אין הויז, יא דעס איז איר שואכקייט (ודוק כי עמוק היא)
די סיבה פארואס פרויען לעבען לענגער פין די מענער? וייל זיי באקימען נישט אזויפיל צרות פין זייערע מענער ווי די מענער באקימען פין זיי
דאס אנטי פרויען מענטאליטעט, וואס מען זעהט ביי אונז חסידים איז אבנארמאל, איינער זאל זיך אריינטון אין די שיך פון א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט איינעם וואס האט די מיינוג צו פרויען ווי קרעקער (אז זייערע רעכטען דארפן זיין עטוואס מער ווי בעלי חיים). וועט זיך איינער ווינדערן פארוואס די פרוי דארף רעזאטירן צו די מעטאדן קרעקער שרייבט דא.
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
איינער האט געשריבן:דאס אנטי פרויען מענטאליטעט, וואס מען זעהט ביי אונז חסידים איז אבנארמאל, איינער זאל זיך אריינטון אין די שיך פון א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט איינעם וואס האט די מיינוג צו פרויען ווי קרעקער (אז זייערע רעכטען דארפן זיין עטוואס מער ווי בעלי חיים). וועט זיך איינער ווינדערן פארוואס די פרוי דארף רעזאטירן צו די מעטאדן קרעקער שרייבט דא.
דאכטזיך אז אין אונדזערע קרייזען זענען די פרויען אסאך אסאך אסאך איידעלער אין בעסער ווי אין די גויאישע מערב וועלט ווי ס'איז דא די היינטיגע פרויען רעכטען מענטאליטעט, סאו טרעף א אנדערע טאלקינג פוינט, (א חוץ פין דעם האלטעך נישט אז פרויען זענען אראפגעקוקט ביי אונז חסידים, כ'ווייס נישט, איך קוק בכלל נישט אראפ אויף א פרוי)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:דאכטזיך אז אין אונדזערע קרייזען זענען די פרויען אסאך אסאך אסאך איידעלער אין בעסער ווי אין די גויאישע מערב וועלט ווי ס'איז דא די היינטיגע פרויען רעכטען מענטאליטעט, סאו טרעף א אנדערע טאלקינג פוינט, (א חוץ פין דעם האלטעך נישט אז פרויען זענען אראפגעקוקט ביי אונז חסידים, כ'ווייס נישט, איך קוק בכלל נישט אראפ אויף א פרוי)
דאס אז די פרויען זענען איידעלער, איז נישט קיין ראי אז מען רעספעקטירט זיי.