וויכטיג!!! איז עס מיין אחריות אפצושטעלן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

מורינו הרב האט געשריבן:
shlomyg האט געשריבן:אז סאיז אידיש קען זיין דא


אט איז די בריוו וואס איך האב אפגעשריבן:

...
לכבוד XXXXX

צום אלעמען ערשטן וויל איך דיר קאנגראליגילירן און באגריסן דיין ריכטיגע שריט און החלטה, זיך צו שטעלן אויף די זייט פון יוסף הצדיק, צו זיין מיט אים אין איין מחיצה, ענדערש ווי אויף די זייט פון די רשעים און קאליע לייגן דיין לעבן מיט די לעבן פון דיין זיסע ווייב און קינדער. וואויל איז דיר און גוט איז פאר דיר, עס איז דיר זיכער שווער אנגעקומען צו פאסן דעם באשלוס און עס איז ווערד צו באגריסן.

טייערע XXXXX
דא רעדט צו דיר א גוטע חבר, וואס טרעפט דיר אפט און שמועסט מיט דיר כסדר. איך האב שטארק הנאה צו פארברענגען מיט דיר און הנאה האבן פון דיין נאלידזש און געשמאקקייט. באיזה אופן האב איך זיך דערוויסט וואס עס גייט דורך אויף דיר און מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דיר, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט דורכגעמאכט אזעלכע נסיונות, אבער פארט האב איך נישט געקענט שלאפן אין די נעכט, וויסנדיג וואס עס טוט זיך ארום דיר. ביי א געוויסע פוינט בין איך אויפגעשטאנען פון בעט, זיך אנגעטאן, אריינגעגאנגען אין דיינינג-רום, ארויסגענומען א תהילים און אנגעהויבן זאגן קאפיטל נא, דאס וואס דוד המלך האט געזאגט אין אזא סעטואציע... פלוצלינג האב איך זיך דערזען מיט טרערן אין מיינע אויגן, איך האב פשוט זיך גענומען וויינען ווי א קליין קינד... איך האב געטראכט פון דיר, פון דיין זיסע ווייב, פון דיינע זיסע קינדערלעך... איך האב געטראכט וואס עס קען חלילה פאסירן, אין מיין מח האט אנגעהויבן דורכצולויפן בילדער, שרעקעדיגע בילדער, ווייטאגליכע מאמענטן, קארט-קעיסעס, בושות, שווערע מאמענטן וואס קענען חלילה דורכגיין אויף מיין טייערע חבר, צוליב א שווערע תקופה וואס איז זיך אים דורכגעלאפן.

חבר מיינער, דו קענסט מיר גוט און איך קען דיר גוט... איך וועל אבער קיינמאל נישט ארויסזאגן ווער איך בין, פשוט ווייל איך וויל נאכאלס קענען שמועסן און פארברענגען מיט דיר. איך האב דיר ליב און איך וויל ווייטער זיין גוט מיט דיר אן קיין בושות. מיין נישט, חבר מיינער, אז איך טראכט עפעס שלעכט אויף דיר, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט דורכגעגאנגען אזא נסיון, און לגבי דיר? - איך זעה אז דו האסט זיך געשטארקט, דו האסט געזאגט א ניין פאר דיין יצר-הרע און געזאגט א יא פאר דיין זיסע וואוילע ווייב מיט דיינע קינדערלעך, וואס קוקן אויף דיר מיט בעטנדיגע אויגן, זאגנדיג "טאטי, טוה עס נישט... זיי א גוטע טאטע פאר אונז... פארשעם אונז נישט". איך זאג דיר דעם אמת - איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטאן אין אזא פאל.

XXXXX: לויט ווי עס שטייט אין די הייליגע ספרים, איז יעצט פאר דיר א גרויסער עת רצון, האסט זיך מתגבר געווען אויף א נסיון און דו ביזט יעצט אין די בחינה פון יוסף הצדיק, הייליג און ריין וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן. דו קענסט יעצט בעטן פאר דיר, פאר מיר, פאר דיין משפחה, פאר דיין שלום בית און גוטע קינדער, פרנסה און אלעס. דו שטייסט יעצט אויף גאר א הויכע מדריגה וואס מלאכים און שרפים זענען דיר מקנא יעצט. נוץ אויס די דאזיגע מאמענטן אויסצו'פועל'ן אלעס גוט פאר גאנץ כלל ישראל. יעצט אין די ניין טעג, ווען משיח ווארט צו קומען, איז זיכער אז ער וועט אנווייזן אויף דיר און זאגן אז יא, דו, דו XXXXX האסט מקרב געווען די גאולה, און דער באשפער וועט דיר דערהייבן צו גאר הויכע מדריגות.

זאל קלאר אויסגעשמועסט ווערן: איך מיין דיין גוט'ס, איך וועל דיר אויף קיין פאל נישט בא'עולה'ען, איך גיי אין מיין לעבן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס איך ווייס, איך וויל באמת אז דו זאלסט מצליח זיין, מיט אן אמת'ע הצלחה, און נישט מיט אזעלכע הצלחות וואס קוקט אויס גוט אויפן מאמענט און לאזט זיך ליידער אויס אין רוב פעלער מיט דורכפעלער. איך וועל עס נישט דערציילן, און ווילאנג אלעס פארט אויף גוטע רעלסן האסטו נישט וואס זיך צו זארגן פון קיינעם. איך האב זיך דערוויסט פון די פאסירונג דורך א צופאל, איך האב עס אליין צוזאמענגעשטעלט - אויף אזויפיל קען איך דיר גאראנטירן אז קיינער ווייסט נישט דערפון, דער סוד האט נישט ארויסגערינען און איך וועל עס נישט דערציילן, אפילו נישט פאר דיר, כדאי דו זאלסט זיך נישט דארפן שעמען פון מיר.

איך וואלט דיר פארט געראטן, פאר דיין טובה: אז דו זאלסט גיין נעמען הילף פון א פראפעשנל, עס איז פאראן גוטע ארגאניזאציעס דערפאר, עס איז פאראן גוטע וועב-סייטס וואו דו קענסט נעמען חיזוק אין דיינע שווערע מאמענטן, א שטייגער ווי הד"א און אנדערע (אויב מעגליך, ווייז אים צו עטליכע אדרעסן...). עס איז ענדערש צו זיין אויף די זיכערע זייט און נעמען די הילף, ווי ענדערש טראכטן אז מען וועט זיך אליין מסדר זיין און ווער ווייסט אויב אזא נסיון וועט נישט אונטערקומען נאכאמאל און דעמאלס וועט מען מיר פון הימל נישט מגלה זיין... איך בין זיכער אז דאס וואס איך האב זיך דערוויסט, איז אן אפענע נס פון הימל, א התגלות וואס דער אויבערשטער האט געשיקט ספעציעל פאר דיר, כדי דיר צוריקהאלטן פון אן עבירה. ווען מען האט פון הימל אפגעשריבן דעם נסיון פאר דיר, האט מען גע'פסק'ענט אויבן אין הימל אז מען זאל מיטשיקן א רעטונגס ברעט וואס זאל דיר ראטעווען, און אפשר איז דאס געווען מיר. אבער ווער ווייסט וואס עס קען נאך אלס פאסירן, און מען פארלאזט זיך נישט אויף ניסים. דעריבער ראט איך דיר אלס גוטע חבר, "נעם הילף", אפילו פאר א ספק, און עס וועט דיר גוט זיין.

איידער איך ענדיג, וויל איך דיר נאר קלארשטעלן, אז דו קענסט מיר צוריקשיקן שאלות אויף אימעיל, אלס גוטע חבר בין איך גרייט דיר צו העלפן און צושטעלן הילף מיט וואס נאר מעגליך, איך וועל דיר ענטפערן דיינע אימעילס און דיר העלפן. און אויב וועסטו אויסקלויבן מיר נישט צוריקצושרייבן, וועל איך אויך זיין צופרידן און דאס אננעמען מיט פארשטענדעניש.

איך לייג דא צו אן אינטערעסאנטע מאמר וואס איך האב אמאל באקומען פון איינעם, איך האלט אז עס קען דיר זיין אינטערעסאנט. (שיק אים די לאנגע מאמר וואס איינער האט דא נעכטן ארויפגעשטעלט).

מיט ליבע און אמת'ע שעצונג פאר דיין העראאישע אקט
אנאנאמיס



דיין הערליכע בריוו האט מיר געברענגט טרערען..
למעשה ווייס איך נאכנישט וואס צי שרייבן
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שיק נישט גארנישט.
וואס דו האסט געטוהן - על צד ביסט געווען מחיוב בדבר - איז גענוג. יוצא געווען.

מורינו, קאם דאון, יענער דארף נישט קיין הילף. ער איז געזונט און שטארק.
Under influence
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

איך האלט זייער פון מורינו'ס בריוו סיז זייער זאכלעך און הארציג

איין גיט ווארט, איין גיט ווארט

פארוואס נישט פארגינען
עס קען בלויז העלפען
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך דייטל »

לעיקוואד האט געשריבן:וואס, דו ביסט מיר חושד אז איך גלייב נישט אין אייבישטער ח"ו??


מרא דעלמא, עס טוט מיר לייד אז איר טראכט נאר פון אזא געדאנק אויף מיר.
פארוואס פרובט איר נישט פארשטיין וואס א איד זאגט, ווי שווער איז שוין פאר אייך ״פארשטיין״? פליעז מעיק ען עפפארט.

איר האט געשריבן אז דער אייבערשטער זאל העלפן די חוטאים זאלן זיך נישט באנוצן מיט קאמפעני אימעילס, איך בין זיכער אז עס איז א שיגרא דלישנא.
יעצט קוק ביטע איבער די תגובות והיה בזה שלום.
מוקירך ומעריצך
דייטל
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

שלמה...

ווי אזוי קוקט ער אויס היינט? - ער ארבעט געהעריג? - אנגעצויגן?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

שלומי, קיינער קען דיר נישט זאגן פונקטליך וואס צו שרייבן, נאר דו קענסט דאס וויסן, ווייל עס ווענדט זיך יעדעס ווארט אין 1) וואס דו ווילסט אויפטון, און 2) ווער יענער איז.

אויב ווילסט אים פשוט קאנגראטולירן, געבן חיזוק, און בארואיגן, קענסטו שרייבן בערך ווי מורינו'ס בריוו (נאר אפשר קורצער).
אויב ווילסט אויך פרובירן אינאיינוועגס זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטער געשען, ווענדט זיך אין וועלכע סארט מענטש ער איז. קוקט ער דיר אויס ווי איינער וואס א שטיקל מוסר וועט רעדן צו אים? וועט סתם א דערמאנונג קענען אפשטילן זיין דארשט? אויב יא, איז יענץ פיין.
אויב איז ער א באזעצענער מענטש וואס עס קוקט דיר אויס ווי ער האט פשוט יעצט געהאלטן ביים דורכפאלן צוליב אן אונטערגעקומענע געלעגנהייט, קען אויך העלפן מורינו'ס געפיל/רוחניות סטייל אדער די לאגיק/גשמיות סטייל וואס איך האב אויבן צוגעברענגט. די עצם געשעעניש אז ער האט געהאט אזא שלעכט מזל ווען ער האט שוין געהאלטן ממש פאר כורך און שולחן עורך וועט שוין אזא איינעם אויך העלפן איינשטילן, איבערהויפט ווען ער ווייסט נישט ווער עס איז דער "חבר" וואס האט אים געפאקט ביי די מעשה.

אבער אויב ער קוקט דיר אויס ווי סתם א פארדארבענער יונג, דעמאלט זיי וויסן אז מורינו'ס סטייל בריוו וועט זילטש אויסמאכן אויב איז ער שוין פארזינקען טיף אין בלאטע. מיט יענעם בריוו וועט ער זיך נאר בארואיגן אז ער האט סך הכל צו טון מיט עפעס א פרומאק וואס וויל אים "ראטעווען", ער וועט ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש און נאר זיכער מאכן איר צו אימעילן פון א פארזיכערט פלאץ.
דאס איז אפשר נאו פראבלעם, אבער דא קומט ווידער אריין וואס דו ווילסט דא. אויב האסטו בעיקר געוואלט אויפטון אים אפצוהאלטן אויך בעתיד, און דאך אביסל בארואיגן, וועסטו אין אזא פאל פיל מער אויפטון אויב שרייבסט א קורצן בריוול, וואס זאל זאגן בערך: "זיי וויסן אז איך עדמייער דיך פאר'ן קענסלען די פלענער. און איך וויל דיר זאגן אז ווי לאנג דו וועסט זיך אויפפירן ווי עס איז ערווארטע פון א פארהייראטן מאן קענסט זיין רואיג אז איך וועל זיך האלטן שטיל און נישט אננעמען קיין ווייטערדיגע שריט." וכדומה. אזוי וועט ער זיך אביסל בארואיגן אבער עס וועט נאך אלץ בלייבן די מיסטעריע אז ער האט נישט קיין אנונג ווער עס שטייט אים אויפ'ן וויידל (שוין ווייטער די וויידל?...) און ער וועט זיך מוזן אביסל בארואיגן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

איך זיץ נישט אין איין אפיס ווי אים
זיינע ביזנעס אימעילס ווערן געענטפערט נארמאל
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

@יאנקל, צוויי נקודות, איינס, יענעמס אינפידעליטי איז נישט קיין ביזנעס דאגה, און פון א ביזנעס שטאנדפונקט האט זיך די ביזנעס נישט וואס צו מישן אין יענעמס פריוואטע לעבן. צווייטענס, שלמה ג. איז נישט אינטערעסירט זיך צו פילן אומבאקוועם יעדע מאל ער טרעפט זיך אן מיט יענעם.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

שרגא האט געשריבן:שלומי, קיינער קען דיר נישט זאגן פונקטליך וואס צו שרייבן, נאר דו קענסט דאס וויסן, ווייל עס ווענדט זיך יעדעס ווארט אין 1) וואס דו ווילסט אויפטון, און 2) ווער יענער איז.

אויב ווילסט אים פשוט קאנגראטולירן, געבן חיזוק, און בארואיגן, קענסטו שרייבן בערך ווי מורינו'ס בריוו (נאר אפשר קורצער).
אויב ווילסט אויך פרובירן אינאיינוועגס זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטער געשען, ווענדט זיך אין וועלכע סארט מענטש ער איז. קוקט ער דיר אויס ווי איינער וואס א שטיקל מוסר וועט רעדן צו אים? וועט סתם א דערמאנונג קענען אפשטילן זיין דארשט? אויב יא, איז יענץ פיין.
אויב איז ער א באזעצענער מענטש וואס עס קוקט דיר אויס ווי ער האט פשוט יעצט געהאלטן ביים דורכפאלן צוליב אן אונטערגעקומענע געלעגנהייט, קען אויך העלפן מורינו'ס געפיל/רוחניות סטייל אדער די לאגיק/גשמיות סטייל וואס איך האב אויבן צוגעברענגט. די עצם געשעעניש אז ער האט געהאט אזא שלעכט מזל ווען ער האט שוין געהאלטן ממש פאר כורך און שולחן עורך וועט שוין אזא איינעם אויך העלפן איינשטילן, איבערהויפט ווען ער ווייסט נישט ווער עס איז דער "חבר" וואס האט אים געפאקט ביי די מעשה.

אבער אויב ער קוקט דיר אויס ווי סתם א פארדארבענער יונג, דעמאלט זיי וויסן אז מורינו'ס סטייל בריוו וועט זילטש אויסמאכן אויב איז ער שוין פארזינקען טיף אין בלאטע. מיט יענעם בריוו וועט ער זיך נאר בארואיגן אז ער האט סך הכל צו טון מיט עפעס א פרומאק וואס וויל אים "ראטעווען", ער וועט ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש און נאר זיכער מאכן איר צו אימעילן פון א פארזיכערט פלאץ.
דאס איז אפשר נאו פראבלעם, אבער דא קומט ווידער אריין וואס דו ווילסט דא. אויב האסטו בעיקר געוואלט אויפטון אים אפצוהאלטן אויך בעתיד, און דאך אביסל בארואיגן, וועסטו אין אזא פאל פיל מער אויפטון אויב שרייבסט א קורצן בריוול, וואס זאל זאגן בערך: "זיי וויסן אז איך עדמייער דיך פאר'ן קענסלען די פלענער. און איך וויל דיר זאגן אז ווי לאנג דו וועסט זיך אויפפירן ווי עס איז ערווארטע פון א פארהייראטן מאן קענסט זיין רואיג אז איך וועל זיך האלטן שטיל און נישט אננעמען קיין ווייטערדיגע שריט." וכדומה. אזוי וועט ער זיך אביסל בארואיגן אבער עס וועט נאך אלץ בלייבן די מיסטעריע אז ער האט נישט קיין אנונג ווער עס שטייט אים אויפ'ן וויידל (שוין ווייטער די וויידל?...) און ער וועט זיך מוזן אביסל בארואיגן.


שרגא: כל מילה זהב.

איך האב טאקע געשריבן מיין בריוול על סמך זה אז ער איז א נארמאלער מענטש (זעה צום סוף בריוו ווי איך האב צוגעלייגט דיין בריוו פון נעכטן - איך האלט זייער דערפון). אויב איז ער טאקע א פארדארבענע יונג, דאן וועט א קורצער בריוו - אזא סטייל וואס דו האסט דא געשריבן - מער אויפטון.

אין אלנספאל, האלט איך אז מען דארף אריינמישן זיין נקודה, אז עס איז שטארק מעגליך אז דאס איז א געזונטער אונטערגעציפטער שפיצל פון אפאר חברה, וואס האבן זיך געוואלט אינדזשאויען אויף זיינע ביינער...
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

מורינו,
א דאנק.
אין אלנספאל, האלט איך אז מען דארף אריינמישן זיין נקודה, אז עס איז שטארק מעגליך אז דאס איז א געזונטער אונטערגעציפטער שפיצל פון אפאר חברה, וואס האבן זיך געוואלט אינדזשאויען אויף זיינע ביינער...
נאר גראדע האלט איך נישט פון זיין נקודה, ווייל קודם כל יענער וועט עס נישט אננעמען. די פאנטאזיע העלפט ענדערש גיין אין דעם פאזיטיוון ריכטונג (פונקט ווי יעדער שווערט זי זיי גייען געווינען די לאטא, אפילו ער האט א כמעט-זערא שאנס, בשעת ווען מ'הערט אז בלויז איינס פון צען טויזנט זענען פאטענציעל א קאנדידאט פאר א געוויסע מחלה, טראכט מען 'נע, נישט איך. וואס עפעס פונקט איך?'). און צווייטנס, אויב ווייסט ער קלאר ווער עס איז דער צד השני, וועט מען דאך מיט אזא זאץ הרג'ענען די גאנצע מעשה, ווייל קודם וועט ער וויסן יענער ווייסט נישט קיין שום דעטאלן. משא"כ יעצט זענען אפן אלע מעגליכקייטן (אריינגערעכנט אז דער אנאנימער איז א מקורב פון צד השני).
בכלל זענען די גרעסטע שאנסן אז עס איז יא עכט. פארוואס זאל מען טראכטן פון די פראצענט וואס זענען פרענקס, איבערהויפט ווען מ'האט דא געהערט אזעלכע דעטאלן ווי "מארגן ווען די קינדער גייען ארויף אויפ'ן באס".
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אויב shlomyg האט נישט מיטגעהאלטן אז ער האט איר אפגעשטיפט דורך די ביזנעס אימייל קענסטו נישט וויסען קען זיין ער האט איר אפגעשיפט פאר אן אנדערע צייט. יעצט אז די קונגרעלירסט עם קען ער כאפן אז דיין אינפוא קומט פונעם ביזנעס אימיעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

shlomyg האט געשריבן:איך זיץ נישט אין איין אפיס ווי אים
זיינע ביזנעס אימעילס ווערן געענטפערט נארמאל


shlomyg האט געשריבן:ער איז ארויסגעלאפן פין אפיס ווי א שלאנג געביסענער....


ווי אזוי האסטו דאס געקענט וויסן, אויב דו זיצט נישט מיט אים אין איין צימער?
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

I saw on the monitor
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דייטל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:וואס, דו ביסט מיר חושד אז איך גלייב נישט אין אייבישטער ח"ו??


מרא דעלמא, עס טוט מיר לייד אז איר טראכט נאר פון אזא געדאנק אויף מיר.
פארוואס פרובט איר נישט פארשטיין וואס א איד זאגט, ווי שווער איז שוין פאר אייך ״פארשטיין״? פליעז מעיק ען עפפארט.

איר האט געשריבן אז דער אייבערשטער זאל העלפן די חוטאים זאלן זיך נישט באנוצן מיט קאמפעני אימעילס, איך בין זיכער אז עס איז א שיגרא דלישנא.
יעצט קוק ביטע איבער די תגובות והיה בזה שלום.
מוקירך ומעריצך
דייטל


גנבא אפומא דמחתרתא רחמנא קריא
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

לעיקוואד האט געשריבן:וואס, דו ביסט מיר חושד אז איך גלייב נישט אין אייבישטער ח"ו??

נחום כץ מיט שלום דין דארפן דא לייקן, ניין?
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

שלמה, וואס איז געבליבן? - האסט געשיקט א בריוו, גייסט שיקן?
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

געשיקט צי דיר אין אישו
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

איך לייג ארויף דעם אימעיל אלץ א פיקטשור מ'זאל נישט קענען גוגעלן
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Seek help?
אויף וואס ליידט ער?
Under influence
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

צי זיכן הילף מיז נישט מיינען אז ער איז טויט קראנק
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

שלמה זאג דעם אמת אויסער די געוואלדיגע הנאה פון צוריק האלטן א איד פון א אשת איש האסטו אויך געפילט אביסל קנאה פון יענמס מעגליכקייטן?
אבער נאר דעם אמת!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

יתרו האט געשריבן:שלמה זאג דעם אמת אויסער די געוואלדיגע הנאה פון צוריק האלטן א איד פון א אשת איש האסטו אויך געפילט אביסל קנאה פון יענמס מעגליכקייטן?
אבער נאר דעם אמת!

יתרו, איינער וואס איז געבוירן צום עם ישראל טראכט נישט אזוי.. מה שמועה שמע?
פארשפארט