דער עילוי
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
דער עילוי
.When it rains it pours
אן איר אלטער (אויסגעדראשענער) שפריכווארט וואס האט זיך איידלערהייט אריינגע'גנב'ט און פאראידישט אינעם פאלקס ליד "ווען עס רעגנט עס גיסט, די אלטע באבע היסט"; א קאמישער מורפיס געזעץ וואס קומט מיר ארויף אויפ'ן געדאנק ווען איך שטיי פאר א היטש, ווארטנדיג שוין גאנצע 45 מינוט, און דאן קומען אן 3 קארס אויפאמאל; און א ברייט באנוצטן העדליין סלאגאן די לעצטע עטליכע וואכן, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן יאווען די אבאמא סקאנדאלן איינס נאך דער אנדערער.
דא אבער האבן מיר באגעגנט א גשמי ברכה'דיגע ווערסיע פון דער ערשיינונג.
קוים 24 שעה איז אריבער זינט מיין טרויער-תגובה מיט'ן איכה קלאג-ליד איבער א פריש געשאפענע הארצ-עסנדער סומאטוכע, וואס האט פארנומען דעם אויבן אן דא מיט גאנצע 3 אקטיווע אשכולות, און באלד האט זיך גענומען רעגענען און גיסן ווען עטליכע הערליכע לייכטמוטיגע אשכולות זענען ארויסגעוואקסן, טאקע אויפ'ן רואיג-ווינקל-פארברענגען-שמועסן סטיל, צו וואס מיר אלע גארן אזוי.
בראש וראשון איז ידידינו ר' קופערניקוס. א ריכטיגער קאריצער חסיד וואס פארשטייט אז יעצט איז די צייט! קרו עלי מועד, נישטא אזעלכע פרייליכע טעג - ווי קינות האט שוין ערווענט, אט אט גרייט מען זיך שוין צו לידת משיח, אינעם שפיץ חשכות, בעצם יום התשעה באב, ע"י מעשה של יהודה ותמר, ווען יעקב איז בימי אבלותו, גאר דעמאלט ווערט נולד די התנוצצות פאר א ישועה; איז ער טאקע אריינגעקומען מיט א שטארקייט. וקופער מחייב את ר' יאיר, ער טרויעט זיך שוין צו שרייען אויף אים: איכה?!
קאווע טרינקער האט זאגאר געשריבן נישט איינס נאר 2 גוטגעלוינטע אשכולות בהעלם אחת, זייענדיג גוט אויסגערועט פון זיין נארוואס פארלאפענער וואקאציע; זר איז צוריק ביים אלטן וחלק כחלק יאכלו; יואב האט א שמעק געטון מיט זיין געוואלדיגן הומאריסטישן פעדער; און אפילו אונזער שר צבא ה', דער עמוד האש ההולך לפנינו בלילה בחלומו, האט זיך ברוב רחמיו וחסדיו געבארגט א טלית שאינו שלו און א פאר אנפלאות, און געעפענט אן אשכול וואס פון יעדע תגובה באזונדער גייט א ששון'דיגער פייער אפפער.
והנוגע לאנוכי הקטן חדל האישים זעירא דמאראנצן חבריא, האב איך מיך באקלערט אז ס'דאך ממש א בחינה פון 'חסרון אשר לא יוכל למנות', ס'דאך נמנו חבריו לדבר מצוה ואינו נמנה עמהם. דעריבער וועל איך אויך גם אני אענה חלקי'ען, און ך'על ארויסברענגען מכוח אל הפועל א געדאנק וואס לויפט מיך שוין נאך א לענגערער וויילע, ווען אימער עס בענקט זיך מיר צוריק צו דער משפיעים עפאכע (מאטי האסט א נייע חתימה) ווען ס'איז געגאנגען א רויעך.
קלער איך אז מ'קען לכאורה אדאפטירן דעם שניט און סטיל, און עפענען אן אשכול בשבח פון אונזערע 'עילויים'. איך גלייב אז עס דארף ווען צו זיין העכסט אינטערעסאנט, ובכוח הרבים, אז יעדער וועט אריינווארפן זיינע צוויי קאפיקעס, קען עס זיין מיט ערפאלג, ובשם ה' נעשה ונצליח.
(דער געדאנק איז נישט ממש פריש, איינע פון די ישראלי'שע אויסגאבעס האט אמאל געהאט אזא ארטיקל אין א ביילאגע. איך האב עס נישט געליינט ווייס איך נישט וועמען זיי האבן געדעקט, איך מיין אז בעיקר האבן זי ארומגערעדט איבער ישראלי'שע עילויים, אבער מיר וועלן נוצן אונזער אייגענע זאפאסן בעז"ה).
אן עילוי ווייסן אלע וואס דאס איז לכאורה. דאס זענען א קאטעגאריע מענטשן מיט אויסערארנטליכע כשרונות און בליצנדע מוחות. דא האט איר א בלאט אויף וויקיפעדיע וואס דעקט עילויים פון דער פארגאנגענהייט, פון רבי יונתן אייבעשיץ ביז שלמה קארליבאך. מיר וועלן זיך האלטן צו גאוני זמנינו החיים אתנו לאויט"א.
צוליב די געוואלדיגע כשרונות פון אן עילוי קומט געווענליך מיט פארשידנס און אינטערעסאנטס. זיי האבן צומאל שוועריקייטן זיך גלאט צוצופאסן צום פשוט'ן נארישן אויבערפלעכליכן המון עם, אמאל פלעגט מען זאגן אפילו א שארף ווארט אז א משוגענער איז א האלבער עילוי!
1. איז צו געבן דעם טאן וועל איך אנהייבן דעם סדר היום מיט'ן ערשטן עילוי אויף דער ארענע, האי גאון וגדול מעוז ומוגדל, מורינו באקאנט מיט'ן ניק חידו.
נוטריקון ר' ח'יים י'וסף ד'וד ו'וייס. א תלמיד חכם וגדול בתורה, דער דיין פון דער סאטמארער קהילה אין אנטווערפן.
הרב ווייס איז פון די אינטערעסאנטסטע רבני'שע פיגורן וואס מיר פארמאגן. ער פארקערפערט אין זיך א תלמיד חכם עצום ובקי נפלא בש"ס וד' חלקי שו"ע, א מחבר פון לומד'ישע גאונות ווערק וואס מ'טרעפט שוין היינט זעלטן, א דינאמישער עסקן און כלל טוער בפעולות חובקות זרועות עולם, און אן עושר אדיר א מיליאנער שתורה וגדולה התאחדו על שלחנו.
ודין רפיש מבית אבא: זיין געשיכטע הייבט זיך נאך אן מיט זיין פאטער. ער איז א זון פון הגאון רבי פנחס זצ"ל, בעמ"ח ספר אבני קודש, א שמאל הויכער לומדישער ספר, מיט א גרינער דעקל, אנטהאלט חידושים אויף מסכת מעילה. איר קענט עס געפינען אינעם ווייבער שול ספרים שאנק פון אייער ביהמ"ד.
זיין פאטער ר' פנחס איז געווען אן איש האשכולות א קלוגער געלערנטער פערזאן, אליין א איד א גרויסער עילוי און למדן, און לפי זכרוני א קאלעדזש גראדואירטער מיט אקאדעמישע אויסצייכענונגען און דעפלאמעס. ער האט איבערגעלאזט צוויי זין, און מיר וועלן זיך יעצט בעיקר באציען צום צווייטן.
הרב ווייס האט שוין אלס קינד גע'שמ'ט אלס עילוי. לויט ווי ידידינו הרב הגאון ר' יואל אשר דער מנהל פארציילט אין אן ארטיקל אין דער שטערן, האט ער שוין אין זיין יוגנט זיך פארהערט גרויסע חלקים פון ש"ס ביים טשעבינער רב. דער דיין ברענגט דעם באזוך אין איינער פון זיינע הקדמות און פארציילט אז דער טשעבינער רב האט דאן מודה געווען צו אן אייגנארטיגן דרך הלימוד וואס זיין פאטער האט מחדש געווען און איינגעפירט אין דער תלמוד תורה אין מאנטשעסטער, געבויעט אויף דער גמ' פון ליגמר והדר ליסבר.
אגב, דער דיין האט באמת געהייסן אלס קינד נאר דוד און צוליב א שווערן קרענק האט מען אים צוגעגעבן די נעמען חיים יוסף, צוליב איר פשוט'ן באדייט פון פארמערן לעבן.
די ערשטע אפיציעלע פאזיציע פונעם דיין איז געווען אלס ראש הכולל פון כולל אמת ואמונה שע"י קרית כתר אין מאנסי. דער דיין איז א שטארקער חסיד פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א ער קומט כסדר צו פארן, און רעדט זיך דורך מיט אים על כל דבר קטן וגדול.
ווען דער דיין האט זיך באקלערט ארויסצוגעבן זיינע תשובות האט ער שטארק געזוכט צו קריגן א דיינות שטעלע, מיט דער טענה אז נאר דעמאלט וועלן זיינע פסקים נתקבל ווערן. ער האט זיך דעריבער געצויגן קיין אנטווערפן. לכבודו פון זיין התמנות אלס סאטמארער דיין האט ער געטוישט זיין קאפעלוטש פון א הויעכע צו א פלאכע.
דער דיין ענדיגט יערליך ש"ס צו זיין פאטער'ס יארצייט. דאס איז א קיימא לן פון 7 און א האלב בלאט א טאג. דאס רוב דערפון ווערט געלערנט צווישן הימל און ערד אויפ'ן פליגער, צוליב זיינע פילע רייזעס.
דער דיין איז וועלט בארימט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר פדיון שבויים. בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט פאר'ן זיין דער גיבור בראש מערכת לטובת 2 פון די דריי אסורי יאפאן. די פדיון שבויים אקציעס, און דער פאקט אז דער דיין קען זיך דאס ערלויבן, און אז דער דיין האט משפחה און פארשידענע קאנטינענטן איז גורם אז ער זאל ארומפליען א געוואלד. דאס דערקענט זיך אסאך אין זיינע ספרים, זייער אסאך תשובות זענען איבער שאלות וואס מאכן זיך על אם הדרך וכדו'.
דער דיין איז דער מחבר פון 8 בענדער שו"ת ויען דוד, מיט א קונטרס אויף הל' ריבית. אויב זיין עילוישקייט דערקענט זיך אויף יעדן אספעקט פון זיין לעבן, פון זיין פליען טאג און נאכט נע ונד, פון אויפנעמען מענטשן אן די זאקן, פון זיך בייזערן ווי אן עילוי בבחי' אורייתא קא מרתחא, פון קויפן אנטיק פאר שווערע אלפים ווייל ער קען זיך ב"ה ערלויבן זיין עילוישאפט, פון זיין שטענדיגער נים ולא נים'דיגער מידעקייט צוליב'ן שלאפן ווי אן עילוי, דערקענט זיך עס איבערהויפט אין זיינע תשובות. א בליק אריין וועט עס תיכף אנמערקן.
העלין מיר אביסל אויסשמועסן טובו של ספרי דבי רב.
קודם כל מיין איך אז מ'קען שטעלן זיינע ספרים בשורה ראשונה פון די היינטיגע תשובה ספרים וועלכע זענען עפ"י רוב פון שוואכער קוואליטעט. הרב יוסף זאגט אויף אים 'הוא כותב כמו ספרדי', צוליב זיין ציכטיג מסודר'דיג לשון. דער דיין האט א שטאב פון יונגעלייט תלמידי חכמים וואס זענען נושא בעול אז די ספרים זאלן טאקע זיין ראויין להתכבד.
אגב, האבן פארשידענע תשובות א שדי חמד ספרדי'שן גערויך, ווי אויך פסק'נט ער אסאך מיט כללים, למשל כללים בדיני ספק, כללים במלאכת שבת, און נישט נאר מיט א דין ודברים אין דער עצם סוגיא.
דער דיין נעמט שטעלונגען אין זיינע ספרים אויף האקעלע טעמעס כאחד הגדולים, און טרויעט זיך צו זאגן א מיינונג אויף אלעס און אלעמען, פון הזרעה מלאכתית ביז ווערעם אין די פיש (אין יענער תשובה ארבעט ער שטארק ארום אז מ'דארף יא אננעמען נשתנו העיתים - געבויעט אויף דברי החזון איש וועמען אגב דער דיין ציטירט זייער אסאך אין אלע זיינע ספרים - און היינט איז אנדערש ווי מקובל פון חז"ל).
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה; שו"ת ויען דוד איז מן הסתם דער איינציגסטער תשובה ספר וואס ווידמעט סימנים אויף הלכות מדינה וציונות, א שטייגער ווי צי מעג מען לערנען עברית אין א שולע, מעג מען פארן מיט אן אגד באס, מעג מען לייגן א דגל אויף א ישיבה געביידע א.א.וו.
ער האט הונדערטער אינטערעסאנטע תשובות און פילצאליגע שמעתי ממורי'ס ה"ה דער ריסקעווער רב. עטליכע אינטערעסאנטע תשובות פון זכרון. 1. צי מ'מעג צוברעכן א טעלעוויזיע אנטענע פון א שכן, ער ברענגט א הוראה פון הרב רייזמאן זצ"ל אז יא, און ענדיגט צו אז כל ערים יעשה בדעת און ווענדט זיך ווי איין ווי אויס.
2.א תשובה ווי ער שרייבט אויף רבי משה 'רחמנא ליצלן מהאי דעתא', ווייל רבי משה האט עפעס א שטעלונג איבער דעם איסור פון ונשמרתם מכל דבר רע.
3. א תשובה אז ריח הפה הייסט צואה ביים דאווענען. ער פירט דארט אויס אז ס'איז א חיוב גמור זיך צו בראשן די ציין, און לאזט זיך ארויס אין א תוכחת מגולה אז ער טוט אין שלום בית און זייער אסאך פראבלעמען קומען ווייל דער מאן האט א ריח הפה.
4. ער פירט א מלחמת חרמה קעגן וואטשן מאוויס אויפ'ן פליגער. ער פארציילט אז א 'רבי שמוחזק בכל העולם לצדיק וקדוש' האט אים אליין פארציילט אז ער איז נכשל געווארן באופן חמור צוליב די מאוויס (אני הקטן האב א חשד ווער דער צדיק איז געווען). אויך אז ער האט אליין געזען א תלמיד חכם מופלג וחסיד במעשיו זיצט און וואטשט מאוויס.
5. זיינע מאחורי תשובות זענען ווערד אן עקסטערע אפהאנדלונג און דא איז געוויס נישט דער פלאץ. איין תשובה האט מיר ממש געהויבן די ברעמען. אויפ'ן איידלסטן שפראך איז דער סיפור הדברים איבער אן אשת ת"ח ופרוש וואס האט קיין ברירה נאר זיך צו באנוצן מיט דער גמ' מס' שבת דף ס"ה ע"א פון אונטן.נאך א פארציע מוסר פאר'ן מאן פירט ער אויס אז בצניעות יתירה אפשר איז עס מותר ולמעשה לא התרתי כלום...
6. ער האט א תשובה איבער פרשת וויינגארטן הידועה (דאכט זיך מיר אז ער נעמט זיך נישט אן פאר'ן פאטער) מחמת כבוד המשפחה הייבט ער אן די תשובה בנוגע עסק באיש "בסאוט אפריקע".
7. דער דיין שרייבט אין א תשובה אז מ'זאל נישט לערנען קיין ענגליש מיט קינדער, ווייל אז מ'קען ליינען ענגליש קען מען צוקומען צו ליינען אומאויסגעהאלטענע מאטריאל. מן הסתם האלט דער דיין אז אין ארץ ישראל זאל מען אויך נישט לערנען קיין לשון הקודש. און אפשר זייט קטלא קניא האט אנגעהויבן שרייבן זיינע מאמרים אויף אידיש זאל מען דאס אויך נישט לערנען.
דער דיין ברענגט גאנצעטע שטיקער תורה פון זיינע איידעמער, יונגעלייט תלמידי חכמים. איין איידעם געדענק איך פון ישיבה, שמו הרב אברהם משה באקאן.
ער איז דער ראש הכולל פון באבוב (קארטשינער באבוב) אין בני ברק, א יונגערמאן פון עטליכע דרייסיג יאר, פאר וועמען רבי לייבוש לייזער שטעלט זיך אויף מחמת כבוד תלמיד חכם. ער איז דער חברותא פון הגאון רבי דוב לאנדא. ר' שמואל אויערבאך זאגט אז ווען ער רעדט מיט הרב באקאן אין לערנען האט ער א וואך צייט חלישת הדעת. ר' אברהם משה געדענקט יעדן קרן אורה און יעדן שפת אמת פון גאנץ ש"ס שוין אפגערעדט פון יעדן ראשון און אלע גדולי האחרונים.
ער וואלט ווען געפאדערט א באזונדערע הערכה נאר אז מ'רעדט שוין. ער איז א תלמיד פון ישיבת אלכסנדר וואו מ'האט אים גוט אויסגעצאפט די בלוט פאר'ן נישט וועלן מיטגיין מיט הרב קיוויאט'ס סדר פון אנדערטהאלבן בלאט א זמן, און שפעטער ביים דינער האט מען אויסגערופן אז מיר האבן ב"ה א בחור וואס האט געענדיגט גאננץ ש"ס, און גענומען קרעדיט.
ער איז א זון פונעם בארימטן חרדי'שן שרייבער הרב חיים דוד באקאן, דער פארפאסער פון די ביכער 'שטראלן אין דער פינסטערניש' און 'אידישע חכמות און פקחות' (און ספר 'מקח טוב', אבער דאס איז שוין א סוד...).
רבי אברהם משה קען כל התורה כולה במלוא מובן המילה. זיין ספעציעליטעט איז סדר טהרות. ער איז א שטיקל עובד אויך, ער דאוונט שמונה עשרה מינימום א האלבע שעה, און שטארק קנאות'דיג געשטימט. ער גייט נישט צום כותל וכדו'. (דאס קומט אביסל פון זיין פאטער וועלכער שרייבט אין די הקדמה פון זיין ביכל אז דער קריג איז געקומען צוליב ציונות כמבואר בויואל משה...).
נחזור לענינינו:
איבער דער גארער וועלט איז דער דיין שליט"א בעיקר באקאנט צוליב זיינע פילע לייסטונגען פאר פדיון שבויים. גאר אפט וואס דער דיין דארף אויפהייבן טעלעפאנען אין שבת צוליב די פיקוח נפש שאלות וואס קומען אריין פון איבעראל, פון אידן הנתונים בצרה ובשביה.
דער דיין שליט"א איז ווי באקאנט אראפגעפארן זיך טרעפן מיט כומעני אין איראן שתדל'ען לטובת די 13 פארכאפטע אידן אהין. למעשה ווייסט מען עד היום נישט וואס איז געווארן מיט זיי.
דער דיין איז קריטיקירט געווארן פאר דער וועג וויאזוי ער האט באהאנדלט פרשת אסורי יאפאן. מאנכע האבן גע'טענה'ט אז ס'נעמט צו לאנג, און קאסט צופיל געלט, בעסער זיך צואיילן כשיטתו של רבי מענדל שאפראן. אנדערע זאגן אז אין הנידון דומה, ווייל באנדא איז געווען א מינאר. דער דיין איז אפילו אמאל ארויפגעקומען אויף קול מבשר, וואס איז געוויס געווען א געווינס פאר זלמן ווידער וועלכער האט דאס אויסגעלעקט צוזאמען מיט א לאנגער ליסטע פון רבנים וואס האבן זיך שוין אידענטיפיצירט מיט אים, אנגעהויבן מיט רבי גבריאל צינער און געענדיגט מיט'ן זשיבויער רב וואס גיט אנווייזונגען איבער האריקעין איירין.
אין פאקט האט דער דיין דעליווערט א נאט גילטי ווערדיקט פאר יואל זאב וואס האט אויסגעקוקט ווי א וויסטן חלום. אזויפיל ווייס איך בידועה אז ער האט אריינגעגאסן אין דער מערכה רבוא רבבות פון זיין אייגענער קעשענע; געטון יעדע סארט השתדלות וואס איז נאר עולה על הדעת; און אוועקגעגעבן יארן פון טעג און נעכט לטובת די אסורי יאפאן. געווען צייטן וואס ער האט איבערגעלאזט דעם קראנקן בעט פון זיין איידעם הרב גליק ז"ל פון לאנדאן זיך צו פארען לטובת די בחורים. דער דיין קען היינט און איז אויסגעקאכט אין אלע קרימינאלע יאפאנישע געזעצן גארנישט ווייניגער ווי א גרויסער לויער.
פאר א שטיק צייט צוריק האט דער דיין ארויסגעגעבן א קליין ספר'ל מיט'ן נאמען ובחרת בחיים. געקרוינט מיט א ווארעמע הסכמה פון הרב וואזנער שליט"א האט דער ספר עטליכע סימנים מיט א געמיש פון נושאים, טשיקאווע און נארמאלע.
ער איז מעורר איבער הל' עניית אמן; מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון די ציונים; מ'זאל נישט כשר'ן געלט; נעמען דראגס אדער פארקויפן דראגס אדער כשר'ן זייער געלט; מ'זאל נישט מאכן קיין פאלשע קרעדיט קארדס; און מ'זאל אכט געבן מיט וועמען די קינדער חבר'ן זיך אין ישיבה ווייל ס'דא בחורים וואס טשעפען.
אז איינער דארף גיין אין עירפארט אדער פארן אויף פליגער, גיט דער דיין א געניאלע עצה, מ'זאל זיך אנטון משקפיים שחורות הנקרא סאן גלעסעס בלע"ז, אזוי וועט עס פארשווארצן די ראי' און מ'וועט מער נישט קענען מיטהאלטן די מאווי אויפ'ן פליגער. איך בין זיכער אז דער דיין איז א נאה מקיים און טוט טאקע אן שווארצע גלעזער אונטערוועגנס.
האמיר אביסל מאריך געווען בדרוש אינגאנצן נישט ווי געפלאנט לרגל פתיחת האשכול. ווער עס האט עפעס צוצולייגן, אדער צו באשרייבן א צווייטן אחד מבני העלי' איז העפליך געלאדנט.
*
שיעור פארגעסן: דער אשכול איז דעדיקעיטעד לכבודו פון מיין טייערן חבר ר' זר זהב. אויסער דיינע אלע אנדערע מעלות נשגבות ביזטו אונזער קרוין אלס דער גרעסטער באפפער זייט די וועלט באשאף. איך טענה שוין לאנג אז דע גינעס בוק אוו ווארלד רעקארדס מעג אייך פרעזעווירן א בכבוד'יגן ארט איינס נעבן ושתי וויידל.
און צו מקשר זיין בראשית צו לעיני כל ישראל, זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט, ווען איט רעינס איט פארס זאל טאקע מקוים ווערן, דער עולם זאל דא בלייבן, די קאנטרי קעכערס זאלן זיך אהיימבענקען, די טמירים ונעלמים זאלן זיך אומקערן אהיים, ר' נחום'ל זאל נאכאמאל שרייבן מיט זיין אלטן ניק (הלואי, חדש ימינו). און אז שרגא איז צוריק דא האמיר נאך האפענונג אז שמואל הלוי און די אנדערע זאלן נאך ארויסוואקסן אינאיינעם מיט משיח אויף א דאנקי, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה נישט נאר אין קארעץ, ולה' הישועה.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
א גרויסע יישר כח מאראנצעןזאפט באמת שיין אראפגעלייגט.
אפאר הערות:
א. האסט ארויסגעלזט זיין גדלות אין 'קבלה' - לימוד ותפלה בתורת הנסתר, וואס דאס געט שטארק צו צום שלימות'דיגען בילד פון 'עילוי'. איך געדענק נאך ווען ער פלעגט קומען די ימים נוראים קיין ווילאמסבורג צום ברך משה, ער פלעגט דאווענען אין א סידור קבלה (מעגליך 'סידור רבי אשר') חוץ דעם האט ער געהאט אנגקלעבט דערויף פילע צעטליך קאפיס פון אנדערע שמות וכו', זיין תפלה בלחש האט פארנומען דאס גאנצע צייט פונעם תפלת הבעל מוסף, ער פלעגט ענדיגען דאווענען שטילע מוסף נאכדעם ווען מען האט געזאגט 'קוה'. אזוי אויך אלע אנדערע תפלות.
ווי אויך פלעגט ער שטיין א גאנצען יום כיפור כל המעת לעת בלי גוזמא, ער פלעגט אבער ארויפלייגן זיינע פיס אויפן באנק (זעט אויס עס איז נאך אלס דומה צו מלאכים וויבאלד ער מאכט נישט קיין ישיבה) מפעם לפעם.
אלעס איז געווען אבער בבחינת קול דממה דקה, אהן קיין ריר און אהן קיין הויך ברים.
ב. ווי אויך פלעג ער טון (טוט ער) אסאך חסד קומען און פארען טראגען און ברענגען דאמסטיק און אונטערנאצינאל חולי ישראל צום בעסטען רופא. איך אמאל געהערט אז ער האט געהאט פיל שייכות מיט הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג שליט"א מייסד הצלה קרית יואל, זיי פלעגען צוזאמען אסאך אויפטון, ער פלעגט דארט אסאך פארברענגן. ויש להאריך בכל זה למי שיודע יותר.
ג. איך מיין ער האט נאך איידימער גרויסע מעכטיגע גאונים, איינער פון זיי איז שוין נסתלק געווארען בדמי ימיו, הרב גליק פון לאנדאן.
ד. עס איז דא א שטיקל פלוגתא צווישען די גאסען שמוסערס אויב ער איז נהנה מיגיע כפו ממש, אדער מנכסי אחיו הנגיד הרב מהורדונקע. ווער סווייסט איז מכובד.

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
כ'האב געקאנט דעם פאטער ר' פנחס. חוץ פון דעם וואס ער איז געווען א ת"ח עצום איז ער געווען א געשמאקע איד מיט קליגע ווערטלעך. זיינע קינדער האבן דאכט זיך נישט געלערענט אין קיין ישיבה. און צו די חתונה האט דער חיד"ו געענדיגט ש"ס.
אלס קינד האט מיר דער חיד"ו מסביר געווען איינשטיין'ס טאריע פון רעלאטיוויטי. אויף א אידישע שטייגער האט ער מסביר געווען אז אויב קען מען ווען פליען שנעלער פון די ספיד אוו לייט קענען מיר אנגעקומען צו א פלאץ ווי די מראה פון מעמד הר סיני קומט דאן אן און עס מיטהאלטן לייוו...
ער איז א קליגע מענטש און אויך האט ער נישט קיין פחד.
זיינע איידעמער זענען גאונים איינס ביי איינס. כ'געדענק טאקע ביי די באקאן שידוך איז דער חיד"ו יצא מדעתו פון דעם בחור'ס גאונות. ער האט מורא געהאט אז דער עילו איז פילייכט אינגאנצן משוגע.
אלס קינד האט מיר דער חיד"ו מסביר געווען איינשטיין'ס טאריע פון רעלאטיוויטי. אויף א אידישע שטייגער האט ער מסביר געווען אז אויב קען מען ווען פליען שנעלער פון די ספיד אוו לייט קענען מיר אנגעקומען צו א פלאץ ווי די מראה פון מעמד הר סיני קומט דאן אן און עס מיטהאלטן לייוו...
ער איז א קליגע מענטש און אויך האט ער נישט קיין פחד.
זיינע איידעמער זענען גאונים איינס ביי איינס. כ'געדענק טאקע ביי די באקאן שידוך איז דער חיד"ו יצא מדעתו פון דעם בחור'ס גאונות. ער האט מורא געהאט אז דער עילו איז פילייכט אינגאנצן משוגע.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
הערליך גוטע פינטעלעך און יישר כוח ר' יואליש'ל, אדרבה ואדרבה, מיט אזעלכע שיינע הוספות ווערט א דבר השלם.
דער דיין גיט טאקע א הסכמה אויפ'ן ספר 'שפתי חן' פון רבי שמואל קרויס ז"ל, א מבוא אויף טיפע חסידי'שע און קבלה'ישע מושגים, וואו ער שרייבט אז דעם גאנצן ספר האט מען געקענט הערן פונעם מחבר אין איין נאכט אליין.
ווער עס האט א געדאנק פון נאך אן עילוי צו באשרייבן, זשאסט גאו עהעד, און אז נישט לייגט עס פאר פאר'ן ציבור, אדער שיק מיר אן אישי.
הומאר אין א זייט געלייגט. איך איך בין שולדיג א הכרת הטוב פאר אונזער אלעמען באליבטן ר' זר וואס האט אסאך קאנטריביוטעד צו דעם מאמר. לולי זיין הילף און מאטאוואציע וואלט עס קיינמאל נישט געשען, ובדין הוא שתיטול שכרו מיט ווארעמע אפלאדיסטן.
זר'לע שעם דיך נישט, לויף נישט אוועק, שרייב עפעס, און דער עולם זאל דיר קענען אפגעבן דיין ערליך פארדינטן לייק!
דער דיין גיט טאקע א הסכמה אויפ'ן ספר 'שפתי חן' פון רבי שמואל קרויס ז"ל, א מבוא אויף טיפע חסידי'שע און קבלה'ישע מושגים, וואו ער שרייבט אז דעם גאנצן ספר האט מען געקענט הערן פונעם מחבר אין איין נאכט אליין.
ווער עס האט א געדאנק פון נאך אן עילוי צו באשרייבן, זשאסט גאו עהעד, און אז נישט לייגט עס פאר פאר'ן ציבור, אדער שיק מיר אן אישי.
הומאר אין א זייט געלייגט. איך איך בין שולדיג א הכרת הטוב פאר אונזער אלעמען באליבטן ר' זר וואס האט אסאך קאנטריביוטעד צו דעם מאמר. לולי זיין הילף און מאטאוואציע וואלט עס קיינמאל נישט געשען, ובדין הוא שתיטול שכרו מיט ווארעמע אפלאדיסטן.
זר'לע שעם דיך נישט, לויף נישט אוועק, שרייב עפעס, און דער עולם זאל דיר קענען אפגעבן דיין ערליך פארדינטן לייק!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצן
אייזן! ממש יצאה חמה מנרתיקה.. די הייסע וועטער איז נאר א משל צו וואס דו האס דא געמאכט!
אפאר פרטים נאר, "א שמאל הויכער לומדישער ספר, מיט א גרינער דעקל, אנטהאלט חידושים אויף מסכת מעילה. איר קענט עס געפינען אינעם ווייבער שול ספרים שאנק פון אייער ביהמ"ד" לייק. דו ווייסט אפשר וויאזוי טאקע עס קומט אן פונקט אין די ווייבער שול איבעראל? אגב, סוף ספר איז דא א רשימה פון אינטרעסאנטע און טשיקאווע הלהכ'דיגע פאראדאקסען, פון די סארט וואס מוהר"ר ר' מארק האט גערעדט פון ביי זיין לעצטע דרשה, זייער אינטרעסאנט.
וועגן די 13 יידען אין איראן, איז נישטא מער אינפארמאציע? איך האב פארשטאנען אז מ'האט זיי שטילערהייט ארויסגעכאפט פון דארט און גע'דאגה'ט אז ''מזאל נישט וויסען וואס איז געווארען"

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
אודאי, אז מ'דרוקט טויזנטער שטיק און מ'ווארפט עס אויס אין אלע שולן קען מען עס קריגן אין ווייבער שול. איך מיין ער האט געשריבן נאך א ספר נאר איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען דעם נאמען.
לפי ידיעתי זיצן נאך די 13 אידן, פון איראן כאפט זיך נישט אזוי.
איך האב דעם אבני קודש אין שטוב העמיר שפעטער נאכקוקן.
לפי ידיעתי זיצן נאך די 13 אידן, פון איראן כאפט זיך נישט אזוי.
איך האב דעם אבני קודש אין שטוב העמיר שפעטער נאכקוקן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
יישר כח, מאראנצן!
גאר שיין, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
קען איינער אראפברענגען עטליכע פון די אינטערעסאנטע פאראדאקסן?
גאר שיין, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.
לעיקוואד האט געשריבן: אגב, סוף ספר איז דא א רשימה פון אינטרעסאנטע און טשיקאווע הלהכ'דיגע פאראדאקסען, פון די סארט וואס מוהר"ר ר' מארק האט גערעדט פון ביי זיין לעצטע דרשה, זייער אינטערעסאנט
קען איינער אראפברענגען עטליכע פון די אינטערעסאנטע פאראדאקסן?
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
ביי די אינדיאנע שייטלעך סומאטאכע, ווען אלע רבנים זענען ביזי געווען מיט'ן שרעקליכן מכשול, און געמאכט הדלקות אין א פלענעם דינסטאג, (ווער געדענקט נאך ר' שלמה זלמן כ"ץ בתקפו זז"ג). האט ער אפגעשריבן א לאנגע גאונישע תשובה אין הלכות תקריבי עבודה זרה, מיט א דיסקעלעמר אין אנהייב, אז עס מיינט בכלל נישט דע שייטלעך, ווייל מטאר דאך נישט גיין אין פאה נכרית... אין די תשובה ווארפט ער צאם מיט א געוואלדיגע גאונות ראשונים אין מס' עבו"ז ווי ער קומט צי אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם.
איך האב געהערט דעמאלטס פין אן איידעם אז רבנים וואס האבן עס געזען, איז זיי ממש באפאלן א קדחת, ווי ער ווארפט צאם צען בלעטער אין א נושא וואס כמעט קיינער האט נישט קיין אנונג.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הרב מאראנץ, א גרויסע יישר כח פארן שרייבן איבער דער גאר אינטערעסאנטע טעמע. עס איז גאר אינטערעסאנט ספעציעל ווען א חלק פון די מדובר איז גאר באקאנט. דיין ספעציעלקייט איז צוליב דעם וואס דו מישסט אריין שיינע ביבליאגראפישע שטריכן אין יעדע ביאגראפיע. איין זאך פארשטיי איך נישט, ווי אזוי קען זיין אז ס'רעגענט ס'גיסט ווען אין דער גאנצע אשכל זעהט זיך נישט אן קיין וואלקן, די זון שיינט הערליך!
בנוגע די איידים באקאן. כ'גדענק אלץ קינד ווען בארא פארק האט גערודערט איבער דער דרייצן יעריגע בחור וואס האט זיך פארהערט בע''פ גאנץ בבא קמא מיט תוספות ישר והפוך נאכדעם וואס ער האט עס געלערנט 101 מאל. א יאר שפעטער האט ער זיך שוין פארהערט בע''פ 300 בלאט מיט תוספות.
אגב, אז מען רעדט פון עילויים, ער האט א יונגערע ברודער (דאכצעך ער הייסט אלעזר), כ'ווייס נישט וואו ער וואוינט און ביי וועם ער איז אן איידעם. ער האט אויך אלעמאל גע'שמ'ט אלץ אן עילוי. מיין מחותן איז א נאנטער תלמיד פון ר' דוד סאלאוויציק מבריסק. פארציילט ער מיר אז דער אלעזר באקאן איז אמאל אריבער צו ר' דוד מיט א שווערע קשיא אויף א תוספות. ר' דוד האט אים באזידלט און אוועק געמאכט. שפעטער האט מען געפרעגט ר' דוד פארוואס ער האט אים אוועק געמאכט האט ער געענטפערט 'איך האב אים נישט געהאט וואס צו ענטפערן'. ר' דוד האט דערנאך מפליא געווען די גאונות פון אזא יונגערמאנטשיקל. (זעהט אויס אז ס'נישט געווען די ערשטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן.)
Wow! אלץ קינד האט דיר שוין אינטערעסירט איינשטיינ'ס טעאריעס? לגבי טרעפן די מעמד הר סיני, אזא ענין ווערט שוין דערמאנט אין אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.

יואליש האט געשריבן:אלס קינד האט מיר דער חיד"ו מסביר געווען איינשטיין'ס טאריע פון רעלאטיוויטי. אויף א אידישע שטייגער האט ער מסביר געווען אז אויב קען מען ווען פליען שנעלער פון די ספיד אוו לייט קענען מיר אנגעקומען צו א פלאץ ווי די מראה פון מעמד הר סיני קומט דאן אן און עס מיטהאלטן לייוו...
Wow! אלץ קינד האט דיר שוין אינטערעסירט איינשטיינ'ס טעאריעס? לגבי טרעפן די מעמד הר סיני, אזא ענין ווערט שוין דערמאנט אין אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
לכאורה הוגה באציעט איר זיך צו א שטיקל אמרי פנחס איבער וואס איך האב געווידמעט א גאנצן אשכול, אונטערן קעפל 'איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?' גאר מיין ערשטער אשכול, העמיר צו ווארטן ביז זר שטעלט אהער א לינק.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
קופערניקוס האט געשריבן: ספק עילוי ספק ******
כבר מילתי אמורה לעיל, היינט טעמא דעילוי היינט טעמא ד******
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:הוגה בעט, וועל איך זיין דער, די זון שיינט נישט אזוי שטארק, לאמיר באסטן ענקער באבל: חיד"ו ווייס איז א גרויסע סקעם. ואין כאן המקום להאריך.
מאראנצן זאפט, די האסט געמאכט א הערליכע ארבעט, אבער כמובן, אז דאס איז איין זייט פון דעם מאדנעם בריאה, ספק עילוי ספק ******
וועסטו כאטש שרייבן די צווייטע האלב תגובה אין צימעס?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
אפשר שלעפט מען אריין דעם באקאן דא אין ק״ש
עפעס אזוי פלעגט זיין אמאליגע צייטען, די שענסטע און בעסטע זענען געווען די משכילים

דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
אט דא האט איר איינער פין די באקאן ברידער - דעם קארטשינער עילוי
http://www.jdn.co.il/wp-content/uploads/2013/06/האדמור-מבאבוב-בתפילת-שחרית-בבני-ברק-צילום-שוקי-לרר-48.jpg
http://www.jdn.co.il/wp-content/uploads/2013/06/האדמור-מבאבוב-בתפילת-שחרית-בבני-ברק-צילום-שוקי-לרר-48.jpg
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
סאשי פיש האט געשריבן:די לינק ארבעט נישט
כהאב נישט ליב צי לינקען צי בילדער פין יענער חדר, ובפרט צו יענער אימפארשעל וועב סייט. אבער די לינק איז נישט געלונגען, so here you go
www.jdn.co.il/news/231600
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דורשי רשימות אמרו, עילוי מאכט ע'ינים ל'הם ו'לא י'ראו.
ואיכא דאמרי, ל'י י'אורי ו'אני ע'שותני.