איך ברענג דא א לינק צו א פאסט ווי דער צדיק שרייבט איבער די מעשה פון דודי זילבערשלאג, וואס מען האט אים אונטערגעשטעלט א מעשה מיט א זונה וואס האט אים טייער געקאסט.
http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_7260.html
עס געפעלט מיר ווי שאולזון שפילט צדיק, מען טאר דאס נישט טאן, איר קומט טאקע אויך א שטראף אבער פאר די וואס האבן עס אונטערגעשטעלט זיי קומט דער עיקר שטראף. וויל איך דא אויפברענגען עפעס פון זיינע מעשים טובים, מען רעדט דא פון א מענטש וועלכער האט כסדר ליב צו שפילן אויף זיין סייט ווי ער איז דער צדיק, ער האלט יא פון דעם און נישט פון יענעם, ער איז שטענדיג פאר צדק און יושר, ער האט נישט ליב קרוקס וכדו'.
ובכן, מ'ווייס מיר דאך אז א משיח לפי תומו איז א גוי נאמן, לאמיר אלזא זעהן וואס א גוי משיח לפי תומו האט צו שרייבן איבער דעם צדיק אונזערן.
עס איז דא א בוך וואס הייסט Torn from my heart, געשריבן דורך א גוי'אישע פרוי, פעטסי העימענס פון ענגלאנד.
איר מעשה בקיצור איז אזוי, זי איז אמאל געקומען אלס טוריסט באזוכן ארץ ישראל, און דארט איז א איזראעילי סאלדאט, חיים ירדן, געפאלן אין ליבשאפט מיט איר, און זיי האבן געלעבט צוזאמען אפאר יאר, און געהאט אפאר קינדער. דערנאך זענען זיי ארויסגעפאלן פון ליבשאפט און זיך צוקריגט, דער ירדן האט מחליט געווען צו ווערן א "בעל תשובה" און ארום געלאפן איבער די וועלט מיטשלעפענדיג די קינדער מיט זיך, וויינענדיג אז זיין אפגעפארענע פרוי וויל צוכאפן זיינע אידישע קינדער און זיי מאכן פאר גוים. ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק און האט פלאצירט די קינדער ערגעץ אין קאשוי (עפעס א לאנד בשכנות פון ביל קלינטאנ'ס וואוינונג) ווי זיי זענען געווען באהאלטן.
די מאמע איז געקומען אהער און זיך געדרייט דא צוויי יאר (זוי דאכצעך מער) און געזוכט אירע קינדער ביז זי האט זיי געטראפן און געווארן צוריק פאראייניגט מיט זיי (און דער בעל תשובה ירדן, ווען מען האט אים געכאפט, האט ער געמאכט אין די הויזן פון שרעק).
זי האט ארויסגעגעבן א בוך ווי זי שרייבט אירע איבערלעבענישן און זוכענישן פאר אירע קינדער ביז זי האט זיי געפונען, (עס איז זייער א גוטער בוך גראדע), און בין הדברים פארציילט זי ווי איינער האט איר אנגע'שדכנ'ט צו אונזער צדיק שאולזון, און זי פארציילט דארט וויזוי זייער פגישה האט אויסגעקוקט, און וואס דער צדיק האט איר פארציילט וועגן זיינע מעשים טובים.
עס איז אלזא גאר קאמיש צו זעהן ווי דער היפאקריט שרייט אויף יענעם.
עס איז נישט דאס איינציגסטע מאל, איך האב געמוזט לאכן א שטיק צייט צוריק ווען ער האט געהאט א ג אנצן פאוסט איבער דעם עוולה פון אנרופן סתם עסקנים און פאליטיקאנטן מיט טיטל "הרב", בשעת ווען ער פאוסט יעדן טאג בריוו וועלכע ער האט כאילו באקומען ווי ער אליינס ווערט באטיטילט "הרב". אבער דא מיט דעם דודי זילבערשלאג מעשה האב איך פלעין געשטוינט פון דעם היפאקריטסווע, אז איך האב עס געמוזט שרייבן דא.
שאולזון שפילט צדיק
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
ליין דא די מעשה
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)