בית דין לעניני טעכנאלאגיע פארמירט

באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

בית דין לעניני טעכנאלאגיע פארמירט

שליחה דורך אךשמח »

יעצט באקומען א באריכט פון א פריינט וואס איז דארט געווען אין קרית וויזניץ קייאמישע איבער א נייער בית דין לעניני טעכנאלאגיע וואס איז יעצט פארמירט געווארן וואס אין איר שפיץ וועלן זיין הרבנים מ'גאלאנטא, מ'נייטרא מאנסי, מ'קאסוב וואס זיי וועלן דן זיין יעדע נושא וואס איז נוגע טעכנאלאגיע.

עס איז אפגעהאלטן בראשות אדמורים מ'סקולען, וויזניץ, ראכמאסטריווקא שליט"א.

ווער עס ווייסט מער פרטים און בילדער זאל ביטע אפדעיטן.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

ברעיקינג: בית-דין לעניני אינטערנעט - ספעציעל פאר קאווע שטיבל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

[center]ברעיקינג ברעיקינג: ערשטע באריכט דא אויף קאווע שטיבל

הכתרה פאר בית-דין לעניני אינטערנעט - בראשית זקני האדמורי"ם בארצות-הברית
[/center]

אין די יעצטיגע מאמענטן איז פארגעקומען אין שיכון-ויז'ניץ - קאייאמישא לעיק, א מעמד הכתרה אין היכל פון די ויז'ניצע ישיבה. די הכתרה איז פארגעקומען זייער פלוצלינג, אן קיין פריעדיגע מעלדונג, בשעת מען האט אויסגעקלאפט אין ישיבה אז אין א האלבע שעה וועלן ערשיינען די גדולי הרבנים מיטן נייעם בית-דין וואס מען וועט מכתיר זיין פאר דעם צוועק.

אויפן ארט זענען אריינגעקומען כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מראכמסטריבקא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אריינגעקומען אינאיינעם צו א שלחן לחיים אין היכל הישיבה, במעמד בחורי הישיבה ועוד אנשים ועסקנים, וואס זענען אנגעקומען צו דער מעמד.

אינאיינעם מיט די אדמורי"ם זענען אריינגעקומען די נייע בית-דין וואס מען האט מכתיר געווען אויפן ארט: כ"ק אבד"ק ור"מ גאלאנטא שליט"א, הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א, און הגה"צ אבד"ק טאהש - בארא-פארק שליט"א.

אויפן ארט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און עס האט אויפגעטרעטן בדברות קודש אבד"ק וויען שליט"א, וועלכער האט מיט א קול בוכים דערמאנט די סכנה פונעם אינטערנעט און די נסיונות הדור, און מיט א דראמאטישע שטימע אויסגערופן און מכתיר געווען בשם דאס יהדות החרדית אין אמעריקא, די דריי אויבנדערמאנטע רבנים, וועלכע זאלן שטיין על המשמר און זיין דער מוציא ומביא את דבר השם לכל עניני האינטערנעט.

דערנאך האבן די אדמורי"ם געטרינקען אינאיינעם לחיים, וואונטשנדיג פארן נייעם בית-דין לחיים און זייענדיג זיי מכתיר. דערנאך האט וויזשניצע רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה בשם כל האדמורי"ם. דאן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין א ריקוד.

דערמיט איז מוכתר געווארן א בית-דין לעניני אינטערנעט, וואס וועט פסק'ענען אלע שאלות לעניני טעכנעלאגיע און אינטערנעט.

עס איז וויכטיג צו באמערקן אין די דאזיגע מאמענט, אז "קאווע שטיבל" איז די ערשטע וואס האט געברענגט די נייעס, ברעכנדיג היסטאריע ביים יהדות החרדית. דאס איז זיכער א זאך וואס וועט אפגעצייכנט ווערן לדורות עולם אין די ראמען פון היסטאריע פון כלל ישראל.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אךשמח האט געשריבן:יעצט באקומען א באריכט פון א פריינט וואס איז דארט געווען אין קרית וויזניץ קייאמישע איבער א נייער בית דין לעניני טעכנאלאגיע וואס איז יעצט פארמירט געווארן וואס אין איר שפיץ וועלן זיין הרבנים מ'גאלאנטא, מ'נייטרא מאנסי, מ'קאסוב וואס זיי וועלן דן זיין יעדע נושא וואס איז נוגע טעכנאלאגיע.

עס איז אפגעהאלטן בראשות אדמורים מ'סקולען, וויזניץ, ראכמאסטריווקא שליט"א.

ווער עס ווייסט מער פרטים און בילדער זאל ביטע אפדעיטן.

אך שמחת לכבוד שבת האט דיך שוין אויסגעכאפט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ניין. אךשמח האט עס באריכטעט ערשט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

בילדער וועט מסתמא נישט זיין, מטעמים מובנים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

בילד
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

[center]כתב עיקול
[/center]


בס"ד יום חמישי ד' תמוז תשע"ג פה עיר הקודש קאווע שטיבל

שמועה שמענו ותרגז בטננו על מחטף חמור שנעשה בימים אלו כאשר מונה בית דין להכריע בענינים שבנפשות שלא על דעת הצדדים ושלא ברשות התורה הקדושה אשר ציוותה שמוע בין אחיך וכל מינוי שאתה ממנה עליך לא יהא אלא ממך, מכם שאתם מכירים אותם, כמבואר בספרי פרשת יתרו ובשאר ספרי הפוסקים והמפרשים בלי חולק. כמו כן עברו ברית מסורת ישראל בכל הדורות שאין הרב יכול לפסוק מבלי שיורה לנו מהיכן דנתנו ולפרש כשמלה מקורותיו בתורה בש"ס ופוסקים.

על כן מתחייבים אנו הנני להודיע שאין לבית דין הזה שום תוקף לא עלינו ולא על בנינו ולא על דורותינו ולא על עצמנו.

יהדות החרדית אין אמריקא מודיעה בזה שמעולם לא מינתה את הגאון אבדק"ק ווין שליט"א לדובר שלה או למייצג אותה, ואין לו שום זכות או סמכות למנות עליה פרנסים או משתררים. לא לענין הלכה, המסור לכל תלמיד חכם ותלמיד חכם מישראל לפסוק לעצמו ולהורות הוראה לנשמעים אליו כפי אשר ישים אל לבו מתוך העיון המזוקק במקורות תורה"ק, ולא לענין שררה ציבורית המסור לציבור לבחור לעצמה את מנהיגיה כדת וכדין.

בנוסף לכך, וועד רפואי מיוחד שמונה על ידינו קובע שמרנן האדמורי"ם מסקולען, וויזניץ, ראחמיסטרייווקא, על אף כבודם וגדלותם הרמה, אין מצב בריאותם מאפשר להם לשקול ביישוב הדעת נכון את המציאות או להעריך את צורך הדור, וכבר הורו לנו רז"ל שאין מושיבים זקן בסנהדרין מפני שהוא אכזר. ונמצא שאין דבר היוצא מביתם של אלו שקול כיוצא מפיהם הקדושה והרחבה אלא כיוצא מפי נערים מנוערים בתורה משמשיהם וגבאיהם אשר לא קראו ולא שנו ולא שימשו ואינם בדרך ארץ וביישוב העולם.

על כן הננו מודיעים בזה דעתנו דעת תורה שאין מעשה בית דין כלום, ואין לו לא תוקף של בית דין ולא תוקף של כלום, ומזמינים אנו את מנהיגי המחטף הזה לדין בפני קהילות הקודש כולם אשר עליהם השתלטו.


ובאנו על החתום

--יהדות התורה העולמית-- הורים מודאגים-- יהודים פשוטים--- כלל ישראל-- בני ובנות מוסדות התורה----
I have a dream
Martin Luther King ~
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

כאטש איך זע אין דעם שריט ממש וואס איך האב געשריבן אין א אנדערע אשכול איבער איחוד הקהילות' פלענער נאכצומאכן ארץ ישראל'ס וועדים און בתי דינים, און א ענגע גרופע עסקנים זאלן זיך משתלט זיין אויף אלע היימישע קרייזן אין אמעריקע (וואס לאזן זיך, פארשטייט זיך. זיי חלום'ען נישט צו באלבאטעווען אויף סאטמאר למשל).

דאך, מיטן התמנות פון די רבנים, וועלכע זענען לאו דוקא עקסטרעמיסטן, און אויך נישט פון דעם טייפ זיך צו לאזן פירן פון אזאלכע עסקנים ווי דירנפעלד און גאטליב, קען מען פרייער אפאטעמען. (ווער עס האט געפילט אנגעצויגן ביז איצט...).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מזל טוב מזל טוב!

דער בית דין צדק באשטייט פון:

נשיאים:
כ"ק האדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א
כ"ק אדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא שליט"א
הגאון רבי מתתי' סאלאמאן שליט"א, משפיע בלעיקוואד,
כ"ק הגה"צ אב"ד וויען שליט"א

יושב ראש הבי"ד:
הגה"צ רבי שמואל מרדכי פורטיגאל שליט"א, בן כ"ק הנשיא אדמו"ר מסקולען שליט"א

חברי הבדי"צ:
כ"ק אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א
הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א, אב"ד נייטרא מאנסי
הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א, דומ"ץ טאהש בארא פארק.

פרטים יבואו

תשית לראשם עטרת פז!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אין אנדערע נייעס האט טאיאטא מאטאר קאמפעני געמאלדן אז זיי האבן אויפגענומען מיכאל שניצלער, פינקי וועבער, מיט אברהם פריעד צו אינדזשענירן די נייערע סארט מאטאראן וואס טאיאטא וועט אנהויבן נוצן אין זייערע וויהעקלען אין יארע 2016. אין א סטעיטמענט שרייבט טאיאטא סי אי או אז ער האפט צוליב די פאפולערעטי פון די אויבענדערמאטע סעלעבריטיען וועלן די נייערע אוטאמאבלין פארן געשמאקער און נוצן וויינגער גאזאלין.

תשיס לרוישאם עטעירעס פאז.

פרטים יבויאי!

פערדן בהמות אקסן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אנאליזירער האט געשריבן:די דריי רבנים פון די בי"ד זענען מענטשן מיט א שטארקע כאראקטער און דאס איז גוטע נייעס אז זיי וועלן אליין שוקל זיין וואס איז ריכטיג און וואס נישט, און נישט ווערן איבערגענומען פון נארישע עקסטרעמיסטן. אבער פון די אנדערע זייט איז יתכן אז טאקע צוליב זייער שטארקע כאראקטער וועלן זיי נישט זיין גרייט צו הערן וואס אנדערע (למשל ביזנעסלייט וואס פארשטייען בעסער צו אינטערנעט) האבן צו זאגן, און דאס קען ברענגען א חורבן.

וואס וועט זיין דער חורבן? דו האלטסט אז איינער גייט זיך צוקראצן אויב די רבנים וועלן יעצט זיצן און דן זיין בכובד ראש און מחליט זיין אז מ'מעג יא אדער נישט האבן אינטערנעט? אויף וועלכע פלאנעט לעבן זיי?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אין נאך שטערקערע נייעס, ענדליך האט שוין עפל מיט סעמסאונג ווי זיך צו מעלדן איבער זייערע ווייטערדיגע שריט. אוןזיי האבן שוין גערופען דעם בי"ד אז זיי ווילן זיך אראפזעצען, זיי זענען גרייט צו פארהאנדלן.

פרטים יבואו...

והעיר ... צהלה ושמחה!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך גלייב נישט די גאנצע מעשה.
מאכט נישט קיין סענס.

בד"וו, על צד אז יש דברים באיד, וואס גיין זיי טוען?
הייסן קרויס הוט סטאר מער נישט ניצען קיין עלעקטריציטעט צו פיצן די הוטן?
מער נישט פארן מיט פליגערס?
GPS לאזן זיי ניצען?
Under influence
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

אויב דאס איז אמת, דאן דארפן מיר אנטוהן הערנער, אזא power grab איז נייעס אפילו פאר אונז!

די בעסטע געפעלט מיר,
אויפן ארט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות,
ווי די "ניגוני התעוררות ודביקות" האט באפעסטיג זייער אייגן געכאפטע מאכט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעצט באקומען אין אימעיל פונעם נייעם ספרא דדיינא, אז ער וועט אי"ה מעלדן דורך טוויטער אלע אפדעיטס.
Under influence
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גרויס שאק אין צומישעניש הערשט אין קאליפארניע נאך וואס די רבנים האבן געגעבן א שטעל אויף א בית דין אנע שום פריערדיגע ווארענונג. זיי זענען ממש געווען צוטומלט. דעי רבנים האבן א קאפ אויפן פלייצע פששיהא.. אזוי אויסצושפילן טעכנאלאגיע!! ממש קיינער קיינער האט נישט געוואוסט אז זיי גייען זיך צאמזעצן, נישט גוגל נישט עפל, די פיקחות איז אומבאשרייבלעך
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

איינער האט געשריבן:די בעסטע געפעלט מיר,
אויפן ארט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות,
ווי די "ניגוני התעוררות ודביקות" האט באפעסטיג זייער אייגן געכאפטע מאכט.


ס'דערמאנט מיר נאך ערגעץ וואו מען זינגט ניגוני התעוררות.

וואו איז דער קאלטיסט'קע פון בית-שמש אשכול?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך זעה אז ס'דא צוויי זייטן (אזוי ווי אלעס אין אידישקייט). יש בעד ונגד. איינער ווייסט אויף וועלכע זייט די 'בני הישיבות' וועלן זיך שטעלן? :roll:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בעד,
כ'האב באמערקט אז ליעקוואד האט אויסגעלאזט די בני הישיבות פון זיין קול קורא..
Under influence
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

מען קען זיך רישען אויף אזעלכע קאפ שטיקעס
אמור מעט ועשה הרבה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אזוי אויך גייט שוין אן פאר פופציג יאר די פירצה פון די פאקס מאשינען, וואס קומען לא עלינו מיט א פארבינדונג צו די גאנצע גוי'אישע גאס, וואס אין איין מינוט קען יעדער ארויספרינטן ביי זיך אינדערהיים דאס ארגסטע, מיט א קוועטש אויפן קנעפל. שוין העכסט צייט טעג זאל אדאפטירן @פשוט קאמפליצירט'ס פילטער פאר פאקס מאשינען.

אמת'דיג, האב איך הנאה אז די רבנים כאפן זיך שוין ביים קאפ אז נישט דוקא די סקרין חלק פונעם אינטערנעט איז געפערליך, ה"ה אויב דער אינטערנעט פונקציאנירט אויפן פאפיר, אזוי ווי א פרינטער טויג אויך נישט.

נו, דאס איז דאך בעצם דער פאקס מאשין.

אז זיי וועלן גיין אין דעם וועג וועלן זיי צוביסלעך כאפן וואס זיי האבן נישט געכאפט ביז היינט: דער אינטערנעט איז נישט מער ווי א מאדערניזירטער ווערסיע פון קאמוניקאציע, פון באנען, אויטא'ס, עראפלאנען, טעלעפאנען, און פאקס מאשינען. און מיט די יכולת פון קאמוניקאציע קען א מענטש זיך פארבינדן אויף 2 פלעצער - טוב ורע. אכן, בחירה במיטבה. די וועלט פלאן ארבעט גוט.

(העכסטנס, אויב זעט מען אז דער עולם ווערט פאר'שיכור'ט פון די גרינגע קאמוניקאציע, ברויך מען חינוך און הדרכה, אווערנעס וויאזוי עס צו נוצן. אויב די טעכניק ערלויבט אפילו צו לייגן א פילטער, א זאך וואס איז נישט שייך ביי קיין אנדערע קאמוניקאציע מיטלען, ברויך מען דאך ממש מאכן הטוב והמטיב אויף דעם, און אוודאי דארף יעדער עס ארויפלייגן אז מען קען יא).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די טמא'נע פרינטערס פאדערט זיך א באזונדערע קבלת עול מלכות שמים מעמד, און ס'איז ראטזאם דאס מאל צוצלייגן א פארזאגער פאר "שיר המעלות ממעמקים" בנוסח בין כסה לעשור מיט א ירושלמי אקצענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

דעת תורה האט געשריבן:...שוין העכסט צייט טעג זאל אדאפטירן @פשוט קאמפליצירט'ס פילטער פאר פאקס מאשינען...

בין איך דער איינציגסטער וואס ווייסט נישט וואספארא פילטער [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] האט פאר פאקס מאשינען?
פארשפארט